בלאט 1 פון 1

אפטייפן דרשות און איבערזעצן

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 08, 2013 3:11 am
דורך הספר
איך זוך ווער עס קען (אדער ווייסט ווער עס קען) אפטייפן אידישע דרשות פון קלארע MP3 רעקארדינגס. ברויך זיין א שטיקל יודע ספר, און א גוטער טייפיסט אפצוטייפן "פונקטליך" וואס מען הערט, אין א גוטן אידיש.

אויך ווער עס קען גוט איבערזעצן די דרשות פון אידיש אויף לשון הקודש (בלי שום תערובות מלשונם הטמא חלילה), און צולייגן קעפלעך פון די תמצית הענינים, און אפשר אויך מראי מקומות.

ווער עס קען מיר געבן פרייזן, זאל מיר ביטע שיקן אן אימעיל.

א דאנק

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 08, 2013 1:57 pm
דורך לכתחילה אריבער
הספר האט געשריבן:איך זוך ווער עס קען (אדער ווייסט ווער עס קען) אפטייפן אידישע דרשות פון קלארע MP3 רעקארדינגס. ברויך זיין א שטיקל יודע ספר, און א גוטער טייפיסט אפצוטייפן "פונקטליך" וואס מען הערט, אין א גוטן אידיש.

אויך ווער עס קען גוט איבערזעצן די דרשות פון אידיש אויף לשון הקודש (בלי שום תערובות מלשונם הטמא חלילה), און צולייגן קעפלעך פון די תמצית הענינים, און אפשר אויך מראי מקומות.

ווער עס קען מיר געבן פרייזן, זאל מיר ביטע שיקן אן אימעיל.

א דאנק

אפטייפן קענסטו פראבין הרב ר' זלמן לייב לעבאוויטש שליט"א חתן האדמו"ר מקאלעסבורג וויליאמסבורג שליט"א. א שיינער ת"ח.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 12, 2013 2:26 pm
דורך פארהוילן
לידיעה! איך בין אין דער ליין פון איבערטייפן, פון טעיפס, סידיס, מפענח זיין כתב ידות, מעגליך אויך ספרדי'שע,
שנעלע און געשיקט מיט היפשע פאר יאר עקספיריענס
farhoilen@gmail.com