ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 3:53 pm
ווי איך הער קען מען מאכן פרנסה ביים פארקויפן אויף עמעזאן, האב איך שוין געטוהן השתדלות און געעפנט א סעלער אקאונט. אבער איך האב נישט וואס דארט צו פארקויפן. קען מיר איינער העלפן דערמיט?
אויב איז דאס שוין דא געווארן אויסגעשמועסט ביטע מיר אהין לינקען.
שכ'ח
Advertisement
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 3:56 pm
גוט מארגן...
דאס איז די ערשטע זאך וואס יעדער מוטשעט זיך..
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 3:59 pm
מגילה האט געשריבן:ווי איך הער קען מען מאכן פרנסה ביים פארקויפן אויף עמעזאן, האב איך שוין געטוהן השתדלות און געעפנט א סעלער אקאונט. אבער איך האב נישט וואס דארט צו פארקויפן. קען מיר איינער העלפן דערמיט?
אויב איז דאס שוין דא געווארן אויסגעשמועסט ביטע מיר אהין לינקען.
שכ'ח

גם אני מצטרף
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 4:10 pm
Hardworker האט געשריבן:מגילה האט געשריבן:ווי איך הער קען מען מאכן פרנסה ביים פארקויפן אויף עמעזאן, האב איך שוין געטוהן השתדלות און געעפנט א סעלער אקאונט. אבער איך האב נישט וואס דארט צו פארקויפן. קען מיר איינער העלפן דערמיט?
אויב איז דאס שוין דא געווארן אויסגעשמועסט ביטע מיר אהין לינקען.
שכ'ח

גם אני מצטרף
דיין ניק איז די פאסיגסטער תירוץ אויף זיין שאלה ודו"ק
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 4:13 pm
עס איז אזוי ווי איינער זאגט איך האב געפענט א קרעדיט קארט, יעצט וויאזוי הייב איך אן צו מאכן ביזנעס.
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 4:40 pm
יאך וואלט יא געזאגט עפעס אן עצה, נישט לאזן א איד הענגען....
קוק דיך אים אין הויז אולי האסטו עפעס א איבריגע נוצבארע זאך אין א גוטע צישטאנד וואס מען קען פארקויפן, קודם הייבט מען אן מיט קליין געלט....
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 4:42 pm
אלטע שמאנצעס איז מער געאייגענט פאר איבעי
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 4:50 pm
לאו דוקא!!! (כ'אב שוין פארקויפט אסאך שמאנצעס אויף אמעזאן פיל בעסער ווי איבעי, און באקריגן מער!!), ס'יז א טעות השגור בפי העולם, אבער במציאות ווענד זיך עס אסאך אין די אייטעם גופא
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 4:53 pm
אקעי, גוט צו וויסן
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 5:00 pm
וואספארא סארט אקאונט האסטו געפענט?
דיין קשיא האסטו געדארפט פרעגן נאך פארן עפענען די אקאונט, אבער לכאו׳ איז עס נאך נישט צו שפעט.
לאמיר דיר מסביר זיין וואדא קאכט זיך אביסל, ס׳דא 2 סארטן אקאונטס, א אינדעווידשיעל, און א פראפעשענעל.
א אינדעווידשיעל קאסט נישט קיין געלט, אבער גייט אראפ נאך 0.99 סענט פון יעדע סעיל חוץ די אנדערע פיס, משא״כ א פראפעשענעל קאסט נאר 39.99 א חודש און גייט אראפ נאר די סטענדערט פיס פון יעדע סעיל.
א פראפעשענעל אקאונט האט נאך אסאך בענעפיט׳ס, וואס א אינגעווידשיעל קען נישט טוהן, פאר מער גיי דא:
http://services.amazon.com/selling/pric ... NSGoogleASממילא אויב פלאנסטו צו פארקויפן מער ווי 40 אייטעמס א חודש לוינט צו עפענען גראד א פראפעשענעל אקאונט.
די סיבה פארוואס איך האב געזאגט אז די האסט געדארפט פרעגן פארן עפענען די אקאונט איז, ווייל יעדע פראפעשענעל אקאונט האט א קאט אפ דעיט, וואס דעמאלטס באקומט מען די געלט פון אלע סעילס פון די לעצטע פיריעט, ביי ס׳רוב סעללערס איז עס יעדע 2 וואכן, און דאס קען מען נישט טוישן נאך דעם, ווייל די סיסטעם ווערט אזוי איינגעשטעלט אז יעדע צוויי וואכן איז דא א סעטעלמענט דעיט וואס דענסמאל ווערט געסעטעלט די פעימענט, כ׳ווייס אז די פארשטייסט נישט מסטאם קיין איין ווארט וואס כ׳רעד, אבער וואס איז וויכטיג פאר יעצט איז אז אויב די פלאנסט אמת׳דיג אריין צו גיין אין דעם ליין זאלסטו אנקאלן עמעזאן און מיט זיי צואמען אויפען פאוין עפענען א פראפעשענעל אקאונט, און בעטן אז די ווילסט אז די סעטעלמענט דעיט זאל זיין יעדע 3 טעג, אויב זיי זענען נישט מסכים בעט זיי עט ליסט אז ס׳זאל זיין יעדע וואך, ווייל פון אנפאנג קענען זיי עס נאך אנשטעלן ווי אזוי זיי ווילן.
כ׳האב שוין איינעם מייעץ געווען כנ״ל און זיין סעטעלמענט דעיט איז טאקע יעדע וואך.
איצטער לאמיר דיר פרעגן, וואס עפעס האסטו אפגעמאכט אז דאס איז פאר דיר?
און די עיקר איז האסטו שוין עפעס עקספיריענס? האסט שוין אמאל געקויפט עפעס אויף עמעזאן און ריטערענט? והשואלים ישאלו..
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 5:04 pm
יאך וואלט עם געראטן צו קויפן א גוטן בוק (פארהאן צענדליגער) וואס איז מסביר דעם מהלך, בפרט ביי עמעזאן וואס ענהאלט זייער אסאך פרטים ופרטי פרטים... און דערנאך זאל ער אליינס דעסיידן אויב סי'ז פאר עם...
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 9:24 pm
איך וויך מיר אנטשולדיגן דא פאר אלע וואס האבן מיר אפגעענטפערט מיין שאלה.
חטאתי פשעתי. איך זעה איין אין מיין טעות איך האב געמיינט אז דא איז א אינפארמעשינעל סייט!
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 9:41 pm
מגילה,
דאס איז טאקע זייער אן אינפארמאטיווע סייט, און רוב ענטפערערס האבן דיר גע'ענטפערט פאזיטיוו און צום פונקט.
אויב פארשטייסטו נישט קלאר לאז מיר דיר ערקלערן, יעדע ביזנעס האט געוויסע סודות וואס געווענליך ליגט דארט די הצלחה פונעם ביזנעס, אמאל איז עס א סוד פאר גאנץ בראד און אמאל טאקע א באהעלטעניש. למשל, די עירליין ביזנעס האט צו זיך גימיקס און סודות וויזוי צו קריגן ביליגע טיקעטס ארויפצולייגן א מארקאפ און מאכן פרנסה, א מארגעדש בראוקער האט פארשידענע וועגן און טריקס צו שאפן גוטע צינזן פאר הלואה'ס און אזוי ווייטער א דעוועלאפער האט עפעס סיקרעט מיט פיינענסינג און ריזאונינג. וכולי.
ביי די אמאזאן ביזנעס זענען דא גרעסערע סודות ווייל די וועג צו מאכן געלט אויף די אופן וויזוי אוונזערע היימישע יונגעלייט מאכן איז ממש נאר א טריק און עס קען ארבייטן, ממילא שאפט זיך אזא סארט לאגע פון נישט וועלן אויסזאגן פאר אנדערע די סאורסעס ווי מען קויפט, ווייל די פארקויפערס ליין; האולסעילערס סלעש דיסטריביוטערס ווילן געווענליך נישט אז מען זאל קויפן נאר איין געוויסע פראדוקט זייערע און עס פארקויפן אנליין און נאכדערצו אמאזאן ווייל דאס שניידט געווענליך אריין אין זייערע בעסערע גרעסערע נארמאלערע קליענטן. ממילא, וויל קיינער נישט אז נאך יונגעלייט זאלן קויפן פונעם זעלביגן סופלייער מיט'ן זעלבן ציל פאר די זעלבע קלייענטעל,
ליתר ביאור קצת, אז איך האב א קאמפאני וואס מאכט דאלי'ס אין טשיינע און איך ברענג אריין 150 סארטן דאלי'ס, וויל איך געווענליך אז אלע סארטן זאלן זיך געפונען אין אלע טוי געשעפטן, די וועג דערצו איז אז איך פארקויף פאר גרויסע דיסטריביוטערס וואס וועלן דאס ארומפירן אין די געשעפטן און אויך עס מארקעטן, אלע מיינע קליענטן טארגעטן אנדערע קליענטן אנדערע געגענטער אנדערע שטעט און לענדער, אנדערע דעמאגראפיקס און אזוי וויייטער.
איצט אויב מערקט א טוטער א יונגערמאן א געוויסע פון מיינע דאליס פארקויפן זיך גאר גוט אויף אמאזאן פאר א געוויסע סיבה געט מיר דער יונגערמאן א רוף אן און זאגט מיר העי, איך בין א סטאר און איך פארקויף דאליס און קערידשעס לעגאס און בלאקס, איך וויל באשטעלן הונדערט פון די רויטע מיידל דאלי....(וויייל יענע קען ער פארקויפן זיכערערהייט אויף אמאזאן) איך אלס מאניופעקטשער וויל פארקויפן אלע מיני און פאר מענטשן וואס וועלן ארומטראגן און געשעפטן און אין מאללס כנ"ל, איך רעד מיר אבער איין אז דער יונגערמאנטשיקל וועט עווענטועל אנהייבן קויפן אויך אנדערע אייטעמס מיינע און מיר וועלן ביידע גוט פארדינען, דערווייל אבער קויפט ער איינמאל און נאכאמאל די זעלבע זאך און ער פארקויפט עס אנליין פאר אמאזאן קויפער, איז פארוואס זאל איך וועלן דילן מיט פופצן אזוינע יונגעלייט וואס פארקויפן די זעלבע דאלי פאר די זעלבע מענטשן....
ממילא, וואס געשעהט איז, אז אויב דו טרעפסט איינער וואס איז דיר גרייט צו פארקויפן עפעס וואס גייט גוט אויף אמאזאן, ווילסטו עס געווענליך האלטן פאר דיר און דו זאלסטו אזוי ארום דיר איינרעדן אז דו בלייבסטו די איינציגסטע וואס שפילט אויס דעם פארקויפער.
פארשטאנען?
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 9:49 pm
מגילה טייערער
קודם, דא האסטו אן אלטן אשכול דערוועגן אויב האסט עס נאכנישט דעסקאווערט
viewtopic.php?f=26&t=15542נאכדעם כל, ידידינו הניק_רא "יהושע" האט גראדע יא גענומען די מיה צו שרייבן פאר דיר און די אנדערע צוהערער. שכוח טאקע. עס קען זיין נוגע פאר צענדליגע אויב נישט הינדערטע אחינו בני ישראל
יעצט און אז דו האסט שוין יא גערעדט אפענהארציג צום עולם,: פאר אלע אונזערע סעלערס אויף עמעזאן. איך דארף ענק נישט זאגן, עטץ ווייסט בעסער פון מיר אז סוקסעס אויף עמעזאן דארף מען נישט זיין דער ריזן חכם (כאטש מען קען אפשר נישט זיין א שוטה דערצו) , מ'דארף פשוט האבן אביסל עצות און הילף פון ידידים ווען מ'הייבט אן. פארוואס מאכן א ווערטל אויף יענעם'ס חשבון און ציניש זאגן "כ'מיין, נע, וואס חלומ'סטע ס'איז פאר דיר, אן קיין עקספיריענס וועט עס נישט גיין.
פארוואס נישט ברייטהארציג מיטטיילן.
עטץ ווייסט אליין אז די ריכטיגע עקספיריענס באקומט מען הערשט נאכן אנהייבן שפילן דערמיט, מ'דארף אליין אויסקענען דאס פלאץ, איז וואס איז דאס אויסשליסן אנדערע אידן. ס'איז "צו" א ווייטע חשש אז "יענער וועט מיר צונעמן ביזנעס" עמעזאן איז גענוג גרויס ער קען דיר גארנישט צונעמען. ס'דא גענוג פאר יעדעם. (דארפסט נישט געבן דיין ספעציפישע אייטעם. און אפשר נישט יעדע טריק, אבער פארציילן
"אן קיין דעטאלן" וויאזוי די זשענערל איידיע ארבעט, ווי למשל יהושיע האט קאמענטירט וועגן גלייך עפענען א סעלערס אקאונט וכו' די השתלשלות פון א אייטעם איז אנגעקומען צו דיינע הענט, וואס קען שאטן.
לויט ווי ס'ווערט גע'פסקן'ט אין שולחן ערוך איז העלפן יענעם זיך אליין בויען א ביזנעס די "גרעסטע" מדריגה אין צדקה
און אויך, ונאמן הוא בעל מלאכתיך שישלם לך שכר פעולתיך (מיטן ניגון...) עסט נישט דערלייגן גארנישט נאר ] פארקערט. ובחנינו נא בזאת
אם לא אפתח לכם ארובות השמים והריקותי לכם ברכה עד בלי די!!!!!!! י
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 10:04 pm
מגילה האט געשריבן:איך וויך מיר אנטשולדיגן דא פאר אלע וואס האבן מיר אפגעענטפערט מיין שאלה.
חטאתי פשעתי. איך זעה איין אין מיין טעות איך האב געמיינט אז דא איז א אינפארמעשינעל סייט!
כלל זה נקוט בידך, שאלת חכם חצי תשובה. ווי מער איינצעלהייטען דו וועסט אריינשטעלען אין די שאלה, אלץ מער און בעסערע אינפארמאציע וועסטו באקריגען.
טאמער איינער קומט אריין מיט סתם א כלליות'דיגע שאלה, "וויאזוי ווערט מען רייך?" איז באמת נישט דא קיין געהעריגע ענטפער דערויף, און דערפאר וועלען רוב ענטפערס זיין אומצופרידענשטעלענד. אנדערש איז אבער ווען איינער דארף האבען ספעציפישע אינפארמאציע, דאן איז שייך צו ענטפערען צום פונקט, און עפ"י רוב וועט יענער באקומען גוטע תשובות.
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 10:13 pm
און אז מ'רעדט שוין, איך אלס ניי געקומענער בין דייקא יא גאר נתפעל געווארן פון דעם וועלטל. איך זעה דא עפעס וואס מ'זעהט נישט אין מיין בהמ"ד (אין מאנטשעסטער...) נעמליך, ד'רעולם פארגינט מיט תשועות חן גוטע ווערטער און קאמפלימענטן. און אויך דעם איש את רעהו יעזורו דא בתשועות חן. מסתמה אין בית מדרש איז עס די בושה צו זאגן אין פנים אריין.... ס'טוט זיך דא א פאזעטיווע ווינטל פון מי כעמך ישראל
!!!!
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 10:27 pm
מגילה האט געשריבן:איך וויך מיר אנטשולדיגן דא פאר אלע וואס האבן מיר אפגעענטפערט מיין שאלה.
חטאתי פשעתי. איך זעה איין אין מיין טעות איך האב געמיינט אז דא איז א אינפארמעשינעל סייט!
אויב מיינע ווערטער האבן דיר וויי געטוהן ביטע מיר מוחל זיין, איך האב גארנישט געמיינט דערמיט, און אוואדע נישט דיר פערזענליך
אנעים זמירות האט עס שיין מסביר געווען
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 10:28 pm
ווען איך וואלט געוואלט סתם פארדרייען די טעמע - ווי "מגילה" איז חושד דעם עולם דא - וואלט איך געענטפערט אויפן קעפל:
יא, די ברוקלינער בריק
מיטוואך אוקטובר 30, 2013 10:31 pm
וואס מיינט אינפארמעשינעל? אפשר קען איך נישט קיין יודיש.
שטילער גוט געזאגט, כ׳האב טאקע געפילט אז ס׳איז נישט די ריכטיגע פראגע ״פארוואס פילסטו אז ס׳פאר דיר״ אבער מיין עיקר ציל איז געווען צו ציען ווייטער די שמועס און הערן מער פון אים וואס ווען ווי, ס׳שווער צו ענטפערן אויף א כלליות׳דיגע שאלה כאנעים.
#מ׳קען_שוין_טוישן_קעפל
כ׳האב געהאט בדיעה צו עפענען אן עקסטערען אשכול ווי עמעזאן סעללערס זאלן זיך קענען ארויס העלפן מיט עצות און איידיעס אויף למעשה, ס׳דא אסאך וואס מיטצוטיילן אן א דארפן מורא האבן אז ווער ווייסעך וואס, אבער קוקט מיר נישט אויס אז ער האלט ביים ווייטער ציען, העמער זעהן וויזוי דער אשכול העט ווייטער פארן.
דאנערשטאג אוקטובר 31, 2013 10:48 am
לכאורה האט געשריבן:ווען איך וואלט געוואלט סתם פארדרייען די טעמע - ווי "מגילה" איז חושד דעם עולם דא - וואלט איך געענטפערט אויפן קעפל:
יא, די ברוקלינער בריק
נאך א מזל דו ווילסט נישט
דאנערשטאג אוקטובר 31, 2013 11:54 am
יהושע, פאר דיין אינפאו, ס'דא דא אפאר גרויסע אשכולות וואס רעדן פון עמעזאן... דארט איז דא א געוואלד מיט אינפאו!
דאנערשטאג אוקטובר 31, 2013 2:22 pm
כ׳ווייס. כ׳האב אבער געמיינט אזוי ווי פאטאשאפ האט געפענט ״פארוואס זאלט איז נישט קענען פאטאשאפ״. פארשטייסט?
זונטאג נובמבר 03, 2013 5:13 pm
לכאורה האט געשריבן:ווען איך וואלט געוואלט סתם פארדרייען די טעמע - ווי "מגילה" איז חושד דעם עולם דא - וואלט איך געענטפערט אויפן קעפל:
יא, די ברוקלינער בריק
פאר וויפיל?
זונטאג נובמבר 03, 2013 5:14 pm
וויפיל ביסטע גרייט צו צאלן?
(כנהוג ביי די עמעזאן זעלערס אז מען פרובירט אוועקצוכאפן יעדע סעיל...)
זונטאג נובמבר 03, 2013 5:24 pm
עס ארבייט נישט אזוי, דער מוכר דארף סטעטען זיין פרייז דערנאך קען איך נעגושיעטען.