בלאט 1 פון 1

הילף מיט נייע ליסטינגס אויף אמאזאן

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 11:25 am
דורך וויליאם
איך פארקויף שוין א שטיק צייט אויף אמאזאן ברוך השם, און דאס ביסל וואס מען דארף קענען פון שיקן עףביעי ביז אליינס פולפילין פארשטיי איך און איך ווייס תודה לקל.

איצט איז מיר אינטערגעקראכן א פולע ליין פון נייע זאכן וואס האט נישט קיינע ליסטינגס אויף אמאזאן, איך האב פארברענגט עטליכע וואכן צו עפענען פרישע ליסטינגס מיט קיווארדס כפי מה שידי הכהה הגיע, אבער....די ליסטינגס קריכן ארויף אויף זייער ווייטע פעידשעס אוועק פונעם סערטש, למשל איך פארקויף א געוויסע סארט נייע דאללי וואס קען זינגען סאנגס פראגראמירט מיט עמפיטרי און בלוטוטה...און ווען מען לייגט אריין אין אמאזאן זינגעדיגע דאלל קומט מיינע חפיצים ארויף ביים אכצענטער פעידש...

וואס טוט מען עס ארויפצורוקן צום סאמען ערשטן ארט, און אזוי ארום אנהייבן רוקן די אנגעלאדענטע טרעילארס סחורה..

ביטע,

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 11:29 am
דורך שנאפס
http://www.amazon.com/s/ref=nb_sb_noss/ ... +bluetooth

איך האב געמאכט א זוכעניש מיט די ווערטער singing doll mp3 bluetooth און עס ברענגט גארנישט ארויף

זענען די ווערטער אריינגעלייגט אינעם טייטל? אדער נאר אין די זוך קיווארדס?

די טייטל איז די שטערקסטע סירטש קיווארד וואס איז נאר דא, די סירטש קיווארדס זענען נאר צוצוהעלפן

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 11:36 am
דורך derech eretz
שנאפס האט געשריבן:די טייטל איז די שטערקסטע סירטש קיווארד וואס איז נאר דא, די סירטש קיווארדס זענען נאר צוצוהעלפן


אבער די 'די סירטש קיווארדס' העלפען זייער צו, אינעם טייטל קענסטו נישט אריינלייגן אלע לשונות וויזוי די אייטעם קען ווערן אנגערופן, די סערטש טערמס פיל אבער יא אן (ביזן מאקסימום!) מיט אלע סארט לשונות די און ענליכע אייטעמס קענען ווערן אנגערופן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 11:39 am
דורך וויליאם
שנאפס האט געשריבן:http://www.amazon.com/s/ref=nb_sb_noss/188-4772220-4399813?url=search-alias%3Daps&field-keywords=singing+doll+mp3+bluetooth&rh=i%3Aaps%2Ck%3Asinging+doll+mp3+bluetooth

איך האב געמאכט א זוכעניש מיט די ווערטער singing doll mp3 bluetooth און עס ברענגט גארנישט ארויף

זענען די ווערטער אריינגעלייגט אינעם טייטל? אדער נאר אין די זוך קיווארדס?

די טייטל איז די שטערקסטע סירטש קיווארד וואס איז נאר דא, די סירטש קיווארדס זענען נאר צוצוהעלפן


טייערע הרב שנאפס,

איך האב נאר געמאכט א משלללל...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 11:42 am
דורך שנאפס
איך האב מיטגעשפילט מיט די משל...

טשעק דיינע זאכן אויב אלעס איז אינעם נאמען, דאן דארפסטו אליינס אויסטרעפן וועלכע ווערטער מענטשן נוצן ביים זוכן די מיני פראדוקטן, און עס אריינלייגן אין די זוך טערמינען

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 11:43 am
דורך derech eretz
און נישט פארגעסן שיינע גרויסע פיקטשערס, און עס גוט דעסקרייבן אויפן דיטעיל פעידזש.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 11:45 am
דורך משזר
ווי ווייט איך ווייס קענעס דויערן אביסל צייט ביז עס רוקט זיך נענטער.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 11:51 am
דורך וויליאם
טענקס פאר אלע מגיבים,

די פיקטשער עצה וועל איך לכאורה דארפן שטארק בא'ארבעטן,

ליתר שאת, איז דא עפעס חברה דא וואס האבן פרובירט צו ארבעטן מיט אוטסייד קאמפאניס וואס העלפן מיט געטטינג נאטיסט אן אמאזאן? ווי למשל מערסענט

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 2:47 pm
דורך AllAboutAccess
אפילו נאכ'ן ווערן דירעקטירט צו דיין פעידזש, אויב פעלט וויכטיגע אינפארמאציע אדער די שאַטס זענען נישט שיין און קלאר וכדו', נעמסטו נישט ארויס פול וועליו פון דיין מארקעטינג.
סאו בעפאר מ'ספענדט אויף אדווערטייזמענט און מארקעטינג איז כדאי צו ספענדן אויף קוואליטי ליסטינגס.

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 26, 2013 8:01 pm
דורך פאר דוקא
וויליאם האט געשריבן:טענקס פאר אלע מגיבים,

די פיקטשער עצה וועל איך לכאורה דארפן שטארק בא'ארבעטן,

ליתר שאת, איז דא עפעס חברה דא וואס האבן פרובירט צו ארבעטן מיט אוטסייד קאמפאניס וואס העלפן מיט געטטינג נאטיסט אן אמאזאן? ווי למשל מערסענט

do you knoiw of someone thats using them???

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 27, 2013 12:28 am
דורך וויליאם
Yes somebody just told me that they are using them.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 29, 2013 10:30 am
דורך וויליאם
איז זיך ארויפרוקן אויף ווי מער ליסטינגס א מהלך אנצוקומען ערגעץ שטערקער מיט די וויזיביליטי?