בלאט 1 פון 2

איז USPS TRACKING קראנט?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 1:11 pm
דורך יהיה כן
כ'געדארפט קריגן א ווערדפולע פעקל פון אויסלאנד דעם יו"ט, געשיקט דורך רעדזשיסטערד מעיל, די טרעקינג אינפא. אויף USPS וועבסייד ווייזט אז עס איז דעליווערט געווארן שמיני עצרת אבער יאך האב גארנישט געפונען אין מיין בילדונג, אויך נישט קיין פינקע צעטעלע פון זיי כמנהגם
איצטער איז די שאלה, אויב דאס קען זיין צוליב וואס מען האט געדארפט לכאורה סיינען, און היות ס'יז געווען יו"ט, האבן זיי שוין געוויסט אז מען סיינט נישט האבן זיי געסקענט אין די וועלט אריין אז סי'ז געווארן דעליווערט, אבער באמת ליגט עס אין פאסט אפיס וכדו', אדער ס'מיינט אז סי'ז פארלוירן אדער גע'גנב'עט געווארן
האט נאך איינער געהאט אזא עקספיריענס, איז דא אויף וואס זיך אראפצישלעפן צום פאסטל אפיס מארגן?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 1:43 pm
דורך derech eretz
זייער טרעקינג סיסטעם איז גאראנטירט נישט קראנט.. שוין געהאט ביי זיי אז ס'איז געשטאנען דעליווערד ווען ס'איז נאכנישט געווען אויפגעפיקט!
אז ס'איז דיר זייער ווערדפול, קענסטו נישט פארלירן פון אראפגיין צו זיי, אבער ס'איז נארמאל ס'זאל אנקומען עטליכע טעג נאכדעם וואס זיי שרייבן 'דעליווערד'.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 1:46 pm
דורך קעניגזאן
די טרעקינג אינפא איז רוב מאל זערא.
עס לוינט זיך אראפצושלעפן צום פאסט אפיס, אזוי וועסטו האבן דעם שפיץ פונעם פאדעם פון וואו אנצוהייבן זיכן דעם פעקל.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 1:51 pm
דורך משנה מקום
יאפ זייער טרעקינג איז נישט ווערט גארנישט איך ווייס נישט פארוואס זיי באדערען זיך אפילו דערמיט

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:42 pm
דורך געלעגער
זיי באדערן זיך לגמרי נישט דערמיט. זיי מאכן א מעסס אפדעיט פאר אלע טרעיקינג נומבערס יעדע שטיק צייט, קיין נפקא מינא וואו די פעקל ליגט באמת

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:59 pm
דורך יוראפ
יא אזוי ווי יעדער שרייבט דא אז עס איז נישט קראנט

וואס מען קען טון? כ'האב אמאל געקאלט די פאסט אפיס דערוועגן האבן זיי געזאגט אז מען קען גארנישט טון.....

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 8:35 pm
דורך גרויזאמער
יוראפ האט געשריבן:יא אזוי ווי יעדער שרייבט דא אז עס איז נישט קראנט

וואס מען קען טון? כ'האב אמאל געקאלט די פאסט אפיס דערוועגן האבן זיי געזאגט אז מען קען גארנישט טון.....


ווען איז די מעשה געווען? נאך סעפטעמבער עלעווען האבן זיי א פאליסי אז זיי הייבן שוין נישט אויף קיין פאון קאלס, און עס הייבט בלויז אויף א ביזי סיגנאל.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 8:47 pm
דורך יוראפ
גרויזאמער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:יא אזוי ווי יעדער שרייבט דא אז עס איז נישט קראנט

וואס מען קען טון? כ'האב אמאל געקאלט די פאסט אפיס דערוועגן האבן זיי געזאגט אז מען קען גארנישט טון.....


ווען איז די מעשה געווען? נאך סעפטעמבער עלעווען האבן זיי א פאליסי אז זיי הייבן שוין נישט אויף קיין פאון קאלס, און עס הייבט בלויז אויף א ביזי סיגנאל.

ניטאמאל די פאליסי איז קראנט

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 10:06 pm
דורך שוועמל
ניטאמאל זייער עצם עקזיסטענץ איז קראנט [קראנק]


איך האב געהאט געשיקט קיין ענגלאנד א פעקל פון 500$ ווערט סחורה, נאך א חודש פרעגט דער קונה וואו איז עס. גיי איך ארויף און איך ווייז אים ביי USPS טרעקינג שטייט דארט 'קלערינג קאסטומס', האב איך זיי געקאלט און זיי זאגן זיי זעהן גארנישט מער פון די אנליין טרעקינג.... זיי האבן קיין בלאסן אהנונג וואס דאס מיינט, אבער איך קען ווארטן נאך א ביסל און זען וואס וועט זיין...

צו מזל איז דער קונה געווען א געדולדיגער מענטש און האט געגלייבט און געווארט.
אריבער נאך דריי וואכן און די זעלבע טרעקינג קומט ארויף קלערינג קאסטומס. האב איך געפיילט א קלעים מיט USPS (אויך א גאנצע פראסיזשור דאס ביי זיי) און ענדליך נאך 6 וואכן קומט א בריוו:
"סארי, ווי העוו נאו רעקארד אף סאטש טרעקינג נומער. איף יו וויש ווי קען אפען א אינוועסטיגעשאן. טענק יו פאר יוזינג USPS".

אינדערצווישן רופט מיך דער קאסטומער אז סיז אנגעקומען!
און זייער טרעקינג ווייזט נאך אלץ קלערינג קאסטומס... (היינט שוין נישט ווייל נאך 2 מאנאטן מעקט זיך אויס די טרעקינג נומער ביי זיי)
און זיי האבן נאך אלץ נישט קיין רעקארד פון די שיפמענט...
און ס'יז אבער אנגעקומען נאך דריי האלב חדשים...
און איך זאל נאך אפילו פיילן א קלעים ביי זיי....

יעצט איז פארענטפערט אבאמא'ס קשיא:
UPS און פעדעקס מאכן א לעבן פארוואס קען נישט USPS.....??

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 30, 2013 12:33 am
דורך בליץ
@פותח האשכול

אני הקטן האב געהאט די זעלביגע מעשה שבועות, למעשה ביניך אראפ געגאנגען צו מיין לאקאל פאסט אפיס מיט די טרעקינג נומער, און זיי האבען מיר עס ארויס געברענגט!!

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 30, 2013 12:46 am
דורך הערליך
ווען איר גייט אראפ אין פאסט אפיס נעמט מיט אייערע פאפירן, זיי פארלאנגען עס שטרענגער ווי די גרעניץ באאמטע

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 30, 2013 5:48 pm
דורך יוראפ
ווען זיי שרייבן NOTICE LEFT [וואס דאס איז א ליגענט פון 1ST קלעס] און ס'ליגט אין פאסט אפיס [אויב ס'איז בכלל קראנט] איז דא אויסזיכטן אז זיי זאלן ארויסגעבן דעם פעקל?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 30, 2013 5:56 pm
דורך יהיה כן
למעשה איז עס יא אנגעקומען אבער צו מיין אלטע אדרעססע עטליכע בלאק אהינציער....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 01, 2013 10:22 am
דורך יוראפ
יוראפ האט געשריבן:ווען זיי שרייבן NOTICE LEFT [וואס דאס איז א ליגענט פון 1ST קלעס] און ס'ליגט אין פאסט אפיס [אויב ס'איז בכלל קראנט] איז דא אויסזיכטן אז זיי זאלן ארויסגעבן דעם פעקל?

למעשה בין איך געווען אין פאסט אפיס, נאך א שעה [גאנץ שנעל] האב איך עס טאקע באקומען, פאררוקט איז נישט דאס ווארט, דאס וואס כ'האלט שוין מיט אויף זייער זייטל און אויף זייער טעלעפאן יארן לאנג, האב איך יעצט מיטגעהאלטן לייוו...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 01, 2013 10:30 am
דורך derech eretz
קיינער אין די (געוועזענע) רעגירונג כאפט טאקע נישט פארוואס זיי זענען אין די ערד, משא"כ UPS און די אנדערע מאכן שיין געלט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 01, 2013 1:25 pm
דורך אזוי צו אזוי
גראדע נוץ איך זייער פלעט רעיט סערוויס זייער אפט, און איך בעט אלס די טרעקינג אינפא. (פשוט ווייל עס קאסט נישט קיין געלט), איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם, איך רוף פון צייט צו צייט אן מיינע קאסטומערס צו דער פעקל איז טאקע אנגעקומען, און כהאב זיי נאך קיינמאל נישט געכאפט ביי קיין ליגענט.....

כשקי געוענליך נאר אין די טריי סטעיט עריע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 01, 2013 4:42 pm
דורך שוועמל
מען רעדט נישט פון זייערע סערוויס, וואס איז טאקע ביליגער פון UPS פעדעקס, און אויך שנעלער איבער USA.
מען רעדט אבער פון זייער קאמיוניקעשאן מיט טרעקינג וכדומה, וגם אויב מאכט זיך א פראבלעם איז נישטא צו וועם צו רעדן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 01, 2013 5:45 pm
דורך שנאפס
פאר ביליגע פעקלעך לוינט עס, די ריווח איז מער ווי די שאדן, פאר טייערע פעקלעך לוינט טאקע נישט, נאכדערצו אז צו שיקן אויף אויסלאנד איז פעדעקס בערך די זעלבע פרייז

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 01, 2013 9:25 pm
דורך דער קוטשער
מען האט שוין עטליכע מאל ארום גערעדט דא איבער די נושא, אלעס די זעלבע.

עפעס איז לעצטענ'ס געווען אין די פאסט קעסטליך אז זיי מאכן א מעידזשער אפדעיט אויף די וועב סייט נושא, טו סערוו יו בעדער.
אבער ווער ווייסט צו מיט די שאט דאון האבן זיי נישט פארלוירן אלע פלענער און פארגעסן צו מאכן א בעקאפ..

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 16, 2013 11:12 am
דורך יוראפ
ששש... אקעי ווי נאו בעק וויטה אר דעילי [נע ס'איז נישט אינטערסאנט יעדן טאג צו קומען מיט די זעלבע זאך] טאלק שאו אבאוט יו פי עס פי עס... [עניוועיס ווייסעכניש וויזוי צו האלטן פיטשעס]
א פרישע קאפ דרייעניש וואס איז זיי פייגעבאלן [נישט ממש אבאוט טרעקינג באט יו געט...]
האב איך געשיקט א וויכטיגע בריוול פאר איינעם ווארט איך שוין בערך 2 וואכן אויף אן אנטווארט פון יענעם און א נעכטיגן טאג, עה כ'האב יא באקומען... נישט פון אים נאר פון די הויכבאשפריצטע יו.עס.פי.עס. נישט מער נישט ווייניגער זיי שיקן מיר צוריק דעם בריוול.
עמפטליך ווייל ס'האט נישט גענוג פאסטעדזש. די מעשה גייט צוריק מיט א שיינע פאר יאר... עניוועיס כ'האב געהאט אפאר אלטע סטעמפס וואס מ'פלעגט נאך דארפן נוצן ניסלעך נישט אין תשרי ארויפצוברענגען עפעס ליחות אינעם מויל, אבער ווי פארשטענדליך איז עס שוין לאנג געווען צאמגעקלעבט איינס מיטן צווייטן ממילא איז עס געליגן אין שופלאד [אזא מין לעדל וואס מ'פלעגט נוצן יענע צייטן] ביז ס'איז אנגעקומען די לאנג ערווארטעטע מינוט וואס מ'האט באשלאסן פטור צו ווערן דערפון און מיט די הילף פון אביסל עלמער'ס גלו (שוין טייערער פון די גאנצע סטעמפ אליין) האט מען גענוצט אפאר שטיק דערפון, טאקע נישט קיין גרויסע זאכן, גענוצט 3 סטעמפס פון 2 סענט [טאטעל 12 סענט, קענסט רעכענען 3 מאל 2 = ? יא 12 ווייל ס'האט געהאט דאפעלט צאמגעקלעבט..]
זענען געגאנגען די גרויסע קארפן קעפ ערגעץ אינצווישן און אראפגעריסן די סטעמפס און צוריקגעשיקט אז ס'האט נישט גענוג געלט [אוודאי האבן זיי נישט פארגעסן אנצוקאטשקענען [מיט א מארקער וואס ארבעט שוין סיי ווי נישט] אז מ'זאל די איבריגע חלילה נישט איבערנוצן, - איי די טפשים האבן נישט געכאפט אז ווען זיי האבן עס אראפגעריסן איז נאך געבליבן די אונטערשטע און ס'האט נאך יא גענוג געלט?!...
אה פאר אחך פארגעס האבן זיי ארויפגעקלעבט א נייע פארגעשריטענע סטיקער מיט אלע אפציעס וואס זיי שיקן עס צוריק צו ר' סענדר [געדענקט איר אים נאך?], וואס מ'קען שוין ניטאמאל אראפנעמען ווי אין די צייטן פון יענע סטעמפס, און אזוי אויפן נאמען ארויף אז גיי ברעך דיך נאכאמאל קאפ און גיי זיך אויף די אנשי שלומינו ליסטע נאכמאל אויפצוזוכן יענעמס אדרעס...
עניוועיס איי עם וועיטינג פאר די נעקסטע משוגעת זייערע בקרוב...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 16, 2013 12:11 pm
דורך משזר
גוטע נייעס, דא איז טאקע א אפגרעיד טא סערוו יא בעטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2014 9:41 pm
דורך יוראפ
זיי גייען נאך קומען באלד?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2014 9:48 pm
דורך AHA
קיין יוראפ מיז עס קודם דורעכגיין קאסטומס סאו קען. זיין אז דאס איז די דילעי.

יא, עס איז קראנט. 99.9%

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 1:00 pm
דורך שנאפס
ס'איז נישט

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 3:30 pm
דורך kyshtiper
מיין עקספיריענס איז אז עס איז יא קראנט
אבער ווען עס פארט ארויס פון לאנד למשל קיין יוראפ אדער קאנאדא
דארט כאפט ער א גוטע פריזזז