בלאט 1 פון 1

לאנג-טערמיניגע קאסטומערס, וויאזוי שאפט מען זיי?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 11:56 am
דורך יואל שווארטץ
(דער ארטיקל איז אין דער פיפטער אויסגאבע פון מי מנוחות)

איך הער כסדר פון מענטשן איבער זייערע ביזנעסער און ברענדינג, און איך האב אויפגעכאפט א שטארקע טעות, און איך וויל גלייך ביים אנהייב פאררעכטן אט דער טעות, ברענדינג מיינט נישט לאגאס, א לאגא איז נישט א ברענד.

וואס איז עס יא?

לאמיר גיין שטאטעליך.

וואס מיינט "ברענד"?

דער ווארט איז שוין אין באנוץ הונדערטער יארן, פון ווען מענטשן האבן אנגעהויבן מאכן סימנים אויף זייערע בהמות כדי מען זאל זיך נישט אויפטוישן ביים פאשען אין די פעלדער און אז מ'זאל וויסן צו וועם אומצוקערן א פארלוירענע בהמה.
געווענליך איז דער סימן געווען אז מ'האט אריינגעקריצט, אריינגעברענט, א צייכן אין דעם בעל חי.

פון דא נעמט זיך דער ווארט 'ברענדינג', און 'בראנד-וואונד' איז אויך פונעם זעלבן שורש.

וואס איז א ברענד?

א ברענד איז דער אויסקוק וואס מענטשן האבן אויף א קאמפאני אדער פראדוקט, אין קורצן; א ברענד איז א געמיש פון ערווארטונג (expectation) פונעם קאסטומער און א צוזאג (brand promise) פונעם קאמפאני.
ווען די צוויי טרעפן זיך טאקע צוזאם איז דאס ממש ענבי הגפן, א שלום בית וואס מ'וואונטשט זיך צו האבן אינדערהיים.

צום ביישפיל, פון וואלמארט ערווארטן מענטשן א super-store וואו זיי וועלן טרעפן אלע זייערע געברויכן פאר ביליג, און דאס זאגט דער קאמפאני צו. פארדעם וועט איר נישט טרעפן קיין איין וואלמארט וואס איז שיין דיזיינד פון אינעווייניג, ווי אויך וועט איר עפי"ר נישט טרעפן דארט קיין לוקסוריעזע קליידער וכדו', ווייל נישט פאר דעם זענען זיי דא, און אויב זיי וועלן עס יא צושטעלן וועלן זיי מוזן הייבן די פרייז.

קאקע-קאלע האט אין די אנהייב ניינציגערס געמוזט ספענדן גאר אסאך געלט און כוחות צוריק צו פארדינען דעם טראסט פון זייערע קאסטומערס, ווייל זיי האבן עקספערימענטירט מיט א קליינע טויש אינעם רעסעפי.
אין דעם פאל האבן מענטשן ערווארט זייער אלטע באליבטע געטראנק און דער קאמפאני האט משנה געווען פון זייער צוזאג.

וויאזוי ארבעט ברענדינג?

משל'ט אייך אויס אז איר גייט אריין אין גראסערי און אלעס האט ווייסע באטלעך, ווייסע באקסעס און ווייסע בעגס, אלעס איז ווייס מיט א פשוט'ע סטיקער אויף דעם 'קעטשאפ', 'וויין', 'טשאקלאד' אא"וו, וואס וועט געשען? איר וועט ארויסגיין פון דארט ווי שנעל איר קענט, פארוואס? ווייל איר דערקענט מער נישט דעם קעטשאפ צו וואס איר האט זיך צוגעוואוינט, איר דערקענט מער נישט פונקטליך וועלכער וויין איר גלייכט, ממילא פארלירט איר דעם קאנעקשאן מיט דער קאמפאני פון דער געוויסער אייטעם, און אפמאכן וועלכע יא צו קויפן איז אביסל צו שווער ווען אלעס קוקט אויס די זעלבע.

דער מענטשליכער מח ארבעט זייער אינטערעסאנט.
ווען דער אויג שיקט א מעסעדזש אז ער זעט עפעס, כאפט דער מח צום ערשט אויף דעם שעיפ פונעם זאך, נאכדעם כאפט עס אויף די קאלירן, און דערנאך אלע אנדערע אינפארמאציע.

אז די ווייב שיקט אייך קויפן מילך פרובירט צו גיין אין א גראסערי וואו איר זענט נאך קיינמאל נישט אריין, איר וועט זען אז ווען דער אויג וועט זען דעם פרידשידער וועט עס קודם אויפכאפן די שעיפ פון די באטלעך, קומענדיג נענטער וועט איר שוין באמערקן א חילוק צווישן די רויטע און בלויע מילך, הערשט ווען איר וועט שטיין ביים פרידשידער וועט איר שוין דערקענען צווישן גאלדען פלאו און דבש.

ארומגייענדיג אין גראסערי וועט איר שוין וויסן בערך וועלכע פראדוקטן פון וועלכע קאמפאני איר ווילט, ווייל איר טראסט די קאמפאני פון פריער, איר האט זיך איבערגעצייגט אז די קאמפאני שטעלט זיך צו צו אייערע געברויכן, צו אייער ערווארטונג.

וויאזוי איז געשען דער קאנעקשאן? דורך זיין consistent, איר ווייסט שוין אז דאס און דאס ווערט אייך צוגעשטעלט דורך די-און-די קאמפאני אקוראט אזוי ווי איר זענט צוגעוואוינט.

אויב אבער וועט דער קאמפאני טוישן זייער פעקעדזשינג אדער קוואליטי אד"ג, וועט איר גאנץ מעגליך טוישן צו אן אנדערע ברענד, ווייל דער קאנעקשאן האט זיך אפגעהאקט, דער מח דערקענט שוין נישט תיכף דעם פראדוקט און קען אייך נישט הייסן וואס צו נעמען.

אוודאי מאכט זיך אמאל אז א קאמפאני מוז, מאיזה סיבה, טוישן זייער אויסזען, אין אזא פאל וועט א נארמאלע קאמפאני ספענדן נאכדעם שווערע געלטער, אויף אדווערטייזמענטס און אנדערע וועגן, כדי צוריק אריינצוברענען זייער אימעדש ביי די קאסטומערס.

אנצוקומען אויף די מדריגה, אז מענטשן זאלן קויפן אייער פראדוקט אדער סערוויס ווייל זיי טראסטן אייך אדער אייער פראדוקט, גייט נישט איבערנאכט, מ'דארף פאר דעם שוויצן בלוט און געלט א לאנגע צייט און צוביסלעך בויט מען אויף א שיינע זאך.

פארהאן א פאפולערע ווערטל “overnight success takes years”.
ס'איז א פשוט'ע זאך אז אויב איינער וויל אינסטענטלי זיין סוקסעספול וועט ער בדרך הטבע נישט מצליח זיין.

לגבי פעקעדשינג, איז דא אן אינטערעסאנטער פאקט, 68-70% פון שאפפערס מאכן אפ אין געשעפט ביים שעלף וועלכע פראדוקט צו קויפן און פון וועלכע ברענד.
אדווערטייזמענט דינט עפ"ר צו באשאפן ביים ליינער א געברויך זיך אויפצוהייבן און גיין איינקויפן.

און נעמט אריין דער פאקט אז אין אן עוורידש סופערמארקעט איז אויסגעלייגט ארום פערציג טויזנט (40,000) אייטעמס, קומט אויס אז דער דורכשניטליכער איינקויפער, וואס פארברענגט איין שעה א וואך אין גראסערי, האט 10 סעקונדעס אויפצוכאפן יעדע פראדוקט.

פאר די סיבה (וואס איז לאו דוקא שייך ביי גראסערי אייטעמס) איז דער סאמע וויכטיגסטער זאך צו זען צו זיין אנדערש פונעם קאמפעטישן, ווייל איר האט נאר 10 סעקונדעס צו מאכן א שטארקע קעיס פארן קאסטומער, נאר 10 סעקונדעס אים צו געבן א געהעריגע סיבה פארוואס ער זאל קויפן אייער פראדוקט אנשטאט דעם קאמפעטישנס. איר קענט דאך נישט שטעלן א סעילסמאן אין יעדע געשעפט וואו אייערע אייטעמס ליגן, מאכט מען פארדעם א גוטע פעקעדשינג, וואס דאס דינט במקום סעילסמאן.

ביליגערע פרייזן איז דער לעצטער זאך אויף די ליסטע, דאס איז גוט איינמאל א שמיטה פאר א סעיל.

איר האט שוין געזען אמאל א ישיבה וואס גייט ארום נאך געלט און זייערע צעטלעך זאגן "מיר געבן די ביליגסטע שכר לימוד"? זיכער אז נישט, ווייל זייער ביזנעס אפפערט קוואליטי, ער שטעלט צו א גוטן חינוך און דאס קאסט געלט. אז ס'וועט זיך אויספעלן וועט מען שטילערהייט דערציילן פאר פאטענציעלע נדבנים אז "מיר האבן אין אונזער ישיבה כך וכך בחורים וואס צאלן זייער ביליג".

אבער מיר האבן לעצטנס געזען א ישיבה, ישיבה תלפיות, וואס זיי נעמען נישט אן מיט א זיכערקייט אז יעדער וועט זיי שטיצן, האבן זיי געמאכט א דיפערענט איידיע אריינצובאקומען געלט.
איך ווייס נישט וויפיל זיי האבן אריינגעלייזט יענע נאכט, אבער ס'זיכער סאך מער ווי וואס זיי וואלטן געמאכט דורך א טראדיציאנאלע דינער.

א קלוגער ביזנעסמאן וועט זען אויסצונוצן יעדע געלעגנהייט צו פארשפרייטן זיין ברענד, א געלעגנהייט אריינצוקריכן צו מענטשן אין קאפ מאכט זיך נישט יעדן טאג.

לאמיר איצט אנהייבן דורכגיין די שטאפלען פון א סוקסעספולע ברענדינג.

צום ערשט דארפט איר, פרישער ביזנעס אונער, זיך אראפזעצן און מאכן א קלארע פלאן וואו איר צילט מיט דעם ביזנעס, וואו איר ווילט האלטן 6 חדשים פון יעצט, 1 יאר פון יעצט און אין 5 יאר ארום, אן א קלארע ביזנעס פלאן וועט איר זיך גאר שנעל פארלירן אויב איר וועט זיך אנשטויסן (און געווענליך שטויסט מען זיך אן) אין דורכפעלער אויפן וועג צום סוקסעס, כ'האב שוין געהערט פון אפאר סוקסעספולע מענטשן אז זיי האבן וועכנטליכע און חודש'ליכע goals.

דערנאך מאכט א קלארע און גרונטליכע חשבון וואס אייער מארקעטינג בודשעט איז (ראטזאם דורכצורעדן מיט א מומחה). אן א בודשעט וועט איר בדרך הטבע גאר שנעל פארלירן טרעק וואס יא און נישט צו טון.

דאן זאלט איר רואיג דורכגיין און ענטפערן אויף די פאלגענדע 3 שאלות, ביטע פאפט זיך נישט!

1) ווער בין איך?
(איך בין חיים, איך פארקויף סגולה בינטלעך)

2) ווער דארף עס וויסן?
(מיטליעריגע אידענעס וואס גלייכן צו מזכה זיין די גאנצע משפחה מיט גוטע עצות און סגולות)

3) פארוואס זאל זיי אנגיין ווער/וואס איך בין?
(ווייל איך שטעל זיי צו קאסטום סעטס פון אלע סגולות וואס זיי ווילן, אזוי קענען זיי רואיגערהייט אויסטיילן פאר יעדעם לויט זייער צרה)

ווייסט שוין אונזער חיים וואס ער טוט - און וואס ער טוט נישט (פארקויפן סגולה בינטלעך איז אנדערש ווי צושטעלן מנינים פאר אבלים), צו וועם ער צילט - און צו וועם נישט (25 יעריגע אינגעלייט וועלן אים לאכן אין די אויערן אריין). יעצט קען מען שוין אנהייבן דורכצוקוקן די מיטליעריגע אידענעס וואס פונקטליך עס רעדט צו זיי, וואס גלייכן זיי אא"וו, און לויט דעם הייבט מען אן צו טראכטן פון א נאמען פאר די קאמפאני.

דער נושא פון נעמען איז אביסל פארנעפלט ביי אסאך מענטשן, לאמיר אייך געבן אפאר טיפס דערוועגן.

1) וועלן זיין ווי יעדעם איז דער מענטשליכער נאטור, קיינער וויל נישט זיין "אנדערש". מ'זעהט עפעס וואס ארבעט און מ'וויל נאכקאפירן.

זייט וויסן אז אין ביזנעס איז דאס זייער נישט גוט. א גוט-באקאנטער נאמען וועט טאקע קלינגען גוט און פראפעשאנעל, אבער געדענקט אז דער נאמען איז באקאנט געווארן אין משך פון א לאנגע צייט וואס די אייגנטומער האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות און געלט דאס אויפצובויען.

גוגל האט גענומען א שטיק צייט ביז ס'האט זיך איינגעגעבן ביי מענטשן.

פאמעגרענעט האט געמאכט א 'דיפרענט' נאמען, ער האט געוואוסט צו וועם ער צילט יא און נישט, פארדעם מיינט נאכנישט אז אלע נייע סופערמארקעטס מוזן יעצט הייסן נאך א פרוכט.

און דאס איז שוין אויסער דער פאקט אז מ'האט גארנישט פון נאכקאפירן, ווייל איינע פון די עיקר שווערע ארבעט איז צו זיין אנדערש פונעם קאמפעטישן ווייל איר ווילט דאך אז מענטשן זאלן האבן א סיבה פארוואס צו קומען דייקא צו אייך און נישט צום קאמפעטישן.

(קומט מיר אויפן געדאנק א היימישע קינדער קליידער קאמפאני וואס רופט זיך All Navy, זעט אויסצומיידן אזעלכע איידיעס)

2) ווייסט וואס אייער קאסטומער וויל.
נאכן דורכטון די מארקעט, ווייסט איר שוין בערך וואס אייער "ברענד-פאזישאן" איז, דארפט איר זען צוצושטעלן פאר אייער מארקעט א נאמען וואס וועט זיי כאפן, אויף די וויכטיגסטע און אנדערשסטע וועג וואס אייער פראדוקט שטעלט צו זייערע געברויכן.

איר וועט מעגליך זיין זייער פרייליך מיט אייער פראדוקט און ווי גוט ס'קוקט אויס, אבער אויב אייער מארקעט זוכט עפעס ספעציפיש, זעט צו האבן א נאמען וואס וועט זיין גוט פאר זיי, אפילו אויב דער נאמען איז נישט ממש וואס איר האט זיך אויסגע'חלומ'ט.

3) פראבירט נישט צו מאכן א נאמען וואס זאל גלייך אויסזאגן אלעס וואס אייער ביזנעס טוט.
א נאמען איז נישט קיין ביאגראפיע, ס'דארף נישט אלעס דערציילן. רייץ אן דעם קאסטומער מיט די וויכטיגסטע פרט פונעם ביזנעס אז ס'זאל כאפן זיין נייגער, איר וועט אים שוין שפעטער אלעס דערציילן דורך פעקעדשינג, אדווערטייזמענטס אד"ג.

קוקט למשל Amazon, זיי האבן אנגעהויבן מיט פארקויפן ביכער אנליין. שטעלט אייך פאר זיי הייסן ווען cheapbooksonline.com, איר וואלט גאר שנעל פארגעסן וואס און ווער דער קאמפאני איז, די נאמען עמעזאן ציהט נייגער און ס'הערט זיך זייער דיפערענט און פריש.

4) האט נישט אזוי מורא צו מאכן א נאמען וואס וועט אייך ברענגען אטענשאן.
אז אונזער חיים זאל א נאמען געבן זיין ביזנעס "ראצפערט" (שרעקט אייך נישט, ס'איז נאר א משל...) וועלן אפשר געוויסע מענטשן אים זאגן אין שול, "הע, אין ראצפערט האט מען נישט געזען אזויפיל ישועות ווי מ'זעט ביי דיר!", אבער אין רוב פעלער איז דאס אסאך בעסער ווי נאכלויפן אנדערע, מיט א נאמען ווי "ישועות כולל".
ס'איז טאקע א שטיקל ריסק, אבער א גרעסערע ריסק איז ווערן אויסגעמישט אין איין קוגל מיט דעם קאמפעטישן.

5) מאכט א נאמען וואס זאל נאך זיין רעלעוואנט אין 5-10 יאר פון יעצט.
ס'קען זיין אינטערעסאנט פאר איינעם יעצט א נאמען צו געבן זיין ביזנעס "יאיר לפיד טראקינג" ווייל דאס הערט יעצט יעדער, אבער אין 5 יאר ארום וועט דער יעניגער זיך כאפן 'אממ, וואס זאג איך דא'?

6) זעהט אז דער נאמען זאל זיך הערן גוט, זאגן גרינג, און זיך אויסלייגן אן קיין טעותים.
זייט נישט צו "זיס", ענדערש זייט גראד און צום פינטל.

איך זאג נישט אז "פאמעגרענעט" איז נישט גוט, אבער וויפיל פון אייך קענען קלאר ארויסזאגן די ווארט? ווער פון אייך ווייסט וויאזוי מען ספעלט עס?

אוודאי האט מען שוין געהערט פון קאמפאניס וואס האבן מצליח געווען אן א גוטע נאמען, אבער איך גלייב נישט אז איר ווילט פרובירן אויף די וועג.
אז איר טוט עס שוין, טוט עס גוט דעם ערשטן מאל.

נאכן האבן א נאמען קען מען זיך נעמען בויען א סטראטעגיע, וויאזוי צו דעזיינען די לאגא, פעקעדשינג, עדס און אלעס אינצווישן.
אויב האט חיים א סטאר, איז ראטזאם אז ער זאל לויט די אינפארמאציע אויך דעזיינען זיין סטאר, אז "זיינע" קאסטומערס זאלן ליב האבן אריינצוקומען און זיך פילן באקוועם איינצוקויפן.

איך מוז דא מפסיק זיין, זייט מיר מוחל, איר וועל אי"ה פרובירן ממשיך צו זיין אויף אייוועלט.קאם.

(איך האף צו גיין ווייטער לכשירחיב, אויב איר ווילט, פארשטייט זיך)

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 12:42 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
זייער א שיינער ארטיקעלע, גוט ארויסגעברענגט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 12:49 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
קראתיו במי מנוחות ומאוד נהניתי.

און יעס ווי וואנט מאאר!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 12:55 pm
דורך שנאפס
זייער שיין מסביר געווען!

די ערשטע ארטיקל פון די נייע מי מנוחות וואס איך האב געלייענט, איך ווארט אויף די איבריגע מיט שפאנונג, אויב נישט פאר מיר זיי כאטש ממשיך פאר שפאנונג

א דאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 1:39 pm
דורך אנעים זמירות
ייש"כ אויפען אינהאלטסרייכען ארטיקעל. שטארק הנאה געהאט און איך האף צו ליינען ווייטער אי"ה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 1:50 pm
דורך יואל שווארטץ
שכח פאר אלע קאממענטס.

---
איך ווייס נישט וויאזוי ס'איז געשען, אבער די לעצטע פאר פאראגראפן זענען ארויסגעפאלן. אט זענען זיי:

איך וויל דא אפגעבן א שכח פאר מאן יימר. ווען נישט אים וואלט איך מיך קיינמאל נישט גענומען שרייבן דעם ארטיקל.
ס'איז אויך זיין שולד אז איך לייג עס דא...

-----
יואל שווארטץ איז א דעזיינער וואס ספעציאלירט זיך אין ברענדינג, ער סערווירט פריוואטע קליענטן, ווי אויך העלפט ער אנדערע גרעפיק דעזיינערס אין ברענדינג פראדשעקטס.
איר קענט אים קאנטאקטן אויף אימעיל: jschwartz845 עט gmail.com

-----

איך טראכט וויאזוי די בעסטע וועג צו גיין ווייטער איז.

זאל מען דא פרעגן שאלות? שיקן שאלות אויף אימעיל?

לאזט זיך ביטע הערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 4:42 pm
דורך לכתחילה אריבער
זייער שיין, רייך און באלערענט! און יא עס איז דיפרענט!!

נישט ווי אסאך אנדערע "מארקעטער'ס", וואס וועלן אייך שרייבן אדער זאגן א גאנהצע מגילה, מיטן ציל צו פוילן ביי איך אין קאפ, אז איר "קענט נישט", און ממילא "קומט דאך אויס" אז איר מוזט צוקומען צו מיר, נאר טאקע געגעבן די "סודות" און "יסודות" צו פארשטיין וואס יא!

אבער נישט געזארגט! אז איינער וועט ווילען נעמען א מארקעטער, איז די ארטיקעל א ריכטיגער "מארקעטינג" שטיקל! כאטש וואס עס פארציילט אסאך פארן קוסטעמער, ווייזט עס אבער ארויס די קענטעניסט און פארשטאנד פונעם שרייבער! זיסע משלים גוט און צום פינטל!

זיייער שיין, א ישר כח ,און בעיקר אסאך הצלחה אין אייער ליין, און אין אלעמען.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 04, 2013 1:09 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
איך האב אפאר קשיות - צום ערשט איך מעג עס ארויספרינטן? לאל
ארויסגעפרינט איך וועל אי"ה ליינען שפעטער מיט גרויס יישב הדעת (אן ארטיקל פון יואל שווארטץ איז נישט קיין כאפ לאפ ארטיקל)
קשיות און קאממענטס וועלן נאכפאלגן אי"ה.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 04, 2013 1:13 pm
דורך שמאטע
מ'האמער עס ארויסגעפרינט מיט'ן מי מנוחות, און מ'גיימער עס דארט לעזען,

אבער דארט קען מען דאך נישט קאמענטירן...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 04, 2013 1:26 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
אקעי אל כבוד מעלת יואל שווארטץ

ערשטענס א גרויסן יישר כח פארן אינהאלטס רייכן ארטיקל, אז דו קענסט יא?
נו גיב נאך!

ווי אויך שכח טאקע פארן ארויסגעבן וואס דער עולם ברויך באמת וויסן.

איך האב עכט נישט קיין שאלות אבער מיר ברוכן נאך.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 4:46 pm
דורך יואל שווארטץ
יואל שווארטץ האט געשריבן:שכח פאר אלע קאממענטס.

איך טראכט וויאזוי די בעסטע וועג צו גיין ווייטער איז.

זאל מען דא פרעגן שאלות? שיקן שאלות אויף אימעיל?

לאזט זיך ביטע הערן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 8:38 am
דורך מאנ-יימער
פרעגן דא שאלות, די שמועס אליינס אהין און צתוריק קען זיין איפארמאטיוו און אינטערסאנט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 9:02 am
דורך יואל שווארטץ
אדרבה, פתח פיך מאלפי זהב וכסף...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 9:12 am
דורך געלעגער
די ארטיקל איז נעקסט אויף מיין ליסט. ווען איך וועל פארטיגן ליינען וועל איך אי"ה מגיב זיין.

יישר כח פארן שרייבן

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 2:36 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
סע פאלט מיר יעצט ביי:
וואס האלט איר ברויך א לאגא פון א קאמפעני זיין?

א לאגא - למשל איך פארקויף שיך, וואלט איר געזאגט זאל זיין עפעס א געמויזעכטס פון שיך?
אדער מער עפעס מיט'ן נאמען?

פארשטייסט וואס איך פרעג?
אויב יא זיי מער מסביר סיי די קשיא און די תי'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 3:32 pm
דורך מאנ-יימער
קומט אפשר נישט אריין אבער דאך, וואס איז פשט אין די נאמען פון דיין ביזנעס Studio K? סתם געשאסן ס'זאל זיך הערן גוט, אדער ליגט עפעס דערונטער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 3:44 pm
דורך יואל שווארטץ
אה, שכח פארן מיר דערמאנען צוריק אריינצוקומען אין דעם אשכול.

Studio K איז באשאפן געווארן אין דער איילעניש, ווען איך האב געמוזט האבן עמערדשענסי א ביזנעס נאמען. כ'האב זיך געבראכן קאפ אפאר טעג (נעכט...) ביז דאס איז מיר איינגעפאלן.
איך האב נישט געוואלט האבן א נאמען "אימעדש" "ארט" אד"ג, ווייל יעדער נוצט עס, האב איך געטראכט פון סטודיא.
די K איז געווען בלית ברירה, כאפ-לאפ, ווייל דאס האט זיך די בעסטע געהערט און געזאגט.
אויב ווילסטו דוקא א הסבר, נאדיר. ווי באקאנט איז דא 4 פרינטינג קאלירן (C M Y K) און K איז שווארץ, איך הייס דאך שווארטץ, ואידך פירושא זיל בתר טעמא...

אבער ווען איך דארף ווען היינט מאכן א נאמען וואלט איך עס קיינמאל נישט גענומען. ס'שוין דא אסאך דערפון [אין די גוי'שע וועלט], ממילא קען איך נישט האבן א גוטע דאמעין נעים.

---
אן ארטיקל וועגן לאגאס וועט אי"ה נאכפאלגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 8:08 pm
דורך משנה מקום
יואל שווארטץ האט געשריבן:.

עכט די k מאכט קי אבער דער וועלט זאגט בלעק
http://en.wikipedia.org/wiki/CMYK_color_model

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 9:42 pm
דורך געלעגער
יואל שווארטץ האט געשריבן:
---
אן ארטיקל וועגן לאגאס וועט אי"ה נאכפאלגן.



יעעע!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 9:50 pm
דורך יואל שווארטץ
געלעגער האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:
---
אן ארטיקל וועגן לאגאס וועט אי"ה נאכפאלגן.



יעעע!!!

ממש אזוי?!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 9:55 pm
דורך לכתחילה אריבער
יואל שווארטץ האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:
---
אן ארטיקל וועגן לאגאס וועט אי"ה נאכפאלגן.



יעעע!!!

ממש אזוי?!

יעעעעעע!!!!!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 10:16 pm
דורך געלעגער
סארא שאלה? איך גלייך זייער די זאכן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 10:59 pm
דורך AHA
נאך נישט געקימען סאו מיר ווארטען

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 14, 2014 10:38 am
דורך מאנ-יימער
AHA האט געשריבן:נאך נישט געקימען סאו מיר ווארטען

שוין יא געקומען, זעה מי מנוחות פון חנוכה.

פארעפענטליכט: שבת פבואר 15, 2014 10:12 pm
דורך AHA
א דאנק