בלאט 1 פון 2

וויפיל איז די פרייז?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:05 am
דורך געלט_גייציג
איך האב א שיינע גרויסע האלצערנע סוכה ( די אלד פעשן גוטע פענעלס) בערך 30 ברעטער מיט טייערע שיינע גרינגע סכך. איך ניץ עס מער נישט. עס איז בערך 4 יאר אלט.
א חבר מיינער וויל עס אפקויפן. וויפיל זאל איך בעטן דערפאר?
די סוכה ליגט אין א בעיסמענט אין מאנרא, סיי איך אין מיין חבר וואוינען אין וויליאמסבורג. ווער דארף באצאלן פאר די יו האל טרעקל?
איך דארף געבן תשובה ווי פריער. (אויב איינער פון מאנרא דארף עס שטארק עס קען איך עס אים פארקויפן)
יישר כח למפרע

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:00 am
דורך משזר
וויפעל האסטו געצאלט דערפאר?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:06 am
דורך געלט_גייציג
28 א פענעל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:09 am
דורך פלאטשיגער
אויב ס'איז א ברענד ניו קאנדישאן קאנסטו רואיג בעטן ביז $20 א פענעל אויב דו באצאלסט פארן דעליווערי...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:27 am
דורך געלט_גייציג
ארלעדיגט. וועמער בעטן 600 . טעיק איט אר ליוו איט
יישר כח

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:57 am
דורך געלט_גייציג
אז מרעדט שוין, האבעך נאך א קאפווייטאג, איך האב א טייערן Toro 28" snow blower געקאסט האט עס בערך 2 אלפים. עס האט א שטארקן אמעריקאנעם ענדשין. עס איז "כמעט ברענד נו" געטרייט\געניצט נאר איינמאל מיט 2 אינטשעס שניי, עס האט געטראסקעט די שניי איבערן גאס צום שכן אויפן גראז, ווען עס מאכט א טונעל ווי אלע קאַרן זענען אינטערגעפארן (ביטע לאכט נישט פון מיר...)
למעשה וואוין איך מער נישט אין אפסטעיט. עס ליגט ביי מיין חבר אין סטארעדש. און ס'ווייב לייגט גיסט פרעשער אז ז'דארף ס'פלאץ פאר זיך, און גערעכט איז זו...

אלזא, ווי קען איך פטור ווערן דערפון? כ'בין דעספערט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:59 am
דורך ק.נ.א. וועטער
קענסט עס האלטן ביי מיר אין קעלער (פריי פון אן אפצאל), בתנאי אז דו לאזט מיר עס נוצן בחנם.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:03 pm
דורך משזר
א איד פון אפסטעיט וואס האט אריינגמופט אין די סיטי, מען הערט נישט אזוי אפט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:04 pm
דורך געלט_גייציג
וויליאמסבורג?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:04 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
נו געלט גייציג; קען מען איינגיין אויפן דיל?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:04 pm
דורך געלט_גייציג
משזר האט געשריבן:א איד פון אפסטעיט וואס האט אריינגמופט אין די סיטי, מען הערט נישט אזוי אפט.

וואס טוט מען נישט פאר ביזנעס

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:05 pm
דורך געלט_גייציג
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:נו געלט גייציג; קען מען איינגיין אויפן דיל?

וועלכע שטאט ביסטו?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:11 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
KJ

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:19 pm
דורך יוראפ
ער זוכט א שטאט נישט א לאנד

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:22 pm
דורך געלט_גייציג
נו שוין, סתם ליצנות... די ווייסט אז די מאשין איז לאנג גרויס אין מקען דאס נישט אריינטראסקענען סתם אזוי אין טראנק... לאמיר צו ווארטן, אפשר קען איך עס פטר'ן פאר ביליג.



אט אזוי האט עס אויסגעקוקט נאכן ערשטן שניי...
היצט איז ער שיין קלין... אבער סאיז דעזיינט צו קייען שניי און ווערן שנייאיג...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:24 pm
דורך יוראפ
אזא שטורעם אנצומאכן פון א צוויי אינטשיגע שניי? קנא ביסט נאך גרייט?

געלטי וואס נאך איז אויפן מארקעט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:27 pm
דורך געלט_גייציג
א שאד אז כהאב נישט קיין קליפ ווי דאס קייט שניי... אוי איז דאס זיס, עס האט א שטייטע דיקע שארפע איייזן וואס "בייסט אריין אין די שניי", שיקט עס צום הינטערשטן טייל ווי א היי ספיד אימפעלער שטויסט עס ארויס 50+ פיס אין די לופט, און אויב איז דא א שטיקל ווינט, ווערט יעדער אינגאנצן ווייס...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:29 pm
דורך געלט_גייציג
יוראפ האט געשריבן:אזא שטורעם אנצומאכן פון א צוויי אינטשיגע שניי? קנא ביסט נאך גרייט?

געלטי וואס נאך איז אויפן מארקעט?

איך מיין אז דאס איז עס...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:29 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
געלט_גייציג האט געשריבן:לאמיר צו ווארטן, אפשר קען איך עס פטר'ן פאר ביליג.

איז שייך ביליגער פון מיין אפפער? קענסט דאך עס פטר'ן דורך דעם וואס ס'וועט ליגן ביי מיר פריי פון יעדע אפצאל.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:36 pm
דורך געלט_גייציג
ניין, ס'איז נישט שייך ביליגער. ווי אזוי האט יארמער רב געזאגט: וויפיל מער קען איך נעמען אז ס'זאל גארנישט קאסטן...
אז עס ליגט ביי דיר האב איך עס פשוט אוועק געגעבן פאר אומזיסט, אויב וויל איך עס שוין פארקויפן, איז עס שוין א אלטע געניצטע כלי... אלזא דאס ליגן ביי דיר וועט מיר יא קאסטן, אויזער אז די ווילסט באצאלן דערפאר א ביליגע פרייז. דאן קענסטו גיין צומאלן דיין שניי, און נאך מאכן געלט ווען די וועסט צומאלן דיין שכן'ס שניי אויך... בעט אים א פיפציגער דערפאר.
די מאשין קומט מיט אלע קליפערלעך, ווארעמע הענטלעך, שטארקע לייט, עלעקטריק סטארטער, טורן אן עי דיים, ועוד ועוד...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:39 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אה יעצט רעדסטו ווערטער, ביז יעצט האסטו געזאגט אז דו ווילסט פטור ווערן דערפון, קיין ווארט נישט געזאגט וועגן פארקויפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:39 pm
דורך יוראפ
אויך א מענטש וואס פירט עס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:44 pm
דורך געלט_גייציג
יוראפ האט געשריבן:אויך א מענטש וואס פירט עס?

עס פארט אליין, סהאט א 6 ספיד טראנסמישן. אינקלאדינג בעקן... אבער א מענטש ברויך דאס קאנטראלירן, אויב נישט פארט עס נישט (פאר סעיפטי)
עס מאכט קולות העכער ווי א גראז שניידער

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:46 pm
דורך משזר
איך קען אסאך אידן און קרית יואל און קיינער פון זיי האט נישט קיין שניי פרעסער, אפשר זאגסטע פארוואס דו האסט דאס געברויכט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:50 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
און פארוואס ער האט געברויכט 30 פענעלס פאר א סוכה, ד.ה. א גאר בעל הבתישע סוכה סייז פון בערך 14 ביי 16 פיס, א זאך וואס רוב קרית יואל'ע איינוואוינער האבן נישט, דאס פארשטייסטו יא?