Advertisement

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וויפיל איז די פרייז?

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:05 am

איך האב א שיינע גרויסע האלצערנע סוכה ( די אלד פעשן גוטע פענעלס) בערך 30 ברעטער מיט טייערע שיינע גרינגע סכך. איך ניץ עס מער נישט. עס איז בערך 4 יאר אלט.
א חבר מיינער וויל עס אפקויפן. וויפיל זאל איך בעטן דערפאר?
די סוכה ליגט אין א בעיסמענט אין מאנרא, סיי איך אין מיין חבר וואוינען אין וויליאמסבורג. ווער דארף באצאלן פאר די יו האל טרעקל?
איך דארף געבן תשובה ווי פריער. (אויב איינער פון מאנרא דארף עס שטארק עס קען איך עס אים פארקויפן)
יישר כח למפרע

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:00 am

וויפעל האסטו געצאלט דערפאר?

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:06 am

28 א פענעל

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:09 am

אויב ס'איז א ברענד ניו קאנדישאן קאנסטו רואיג בעטן ביז $20 א פענעל אויב דו באצאלסט פארן דעליווערי...

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:27 am

ארלעדיגט. וועמער בעטן 600 . טעיק איט אר ליוו איט
יישר כח

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:57 am

אז מרעדט שוין, האבעך נאך א קאפווייטאג, איך האב א טייערן Toro 28" snow blower געקאסט האט עס בערך 2 אלפים. עס האט א שטארקן אמעריקאנעם ענדשין. עס איז "כמעט ברענד נו" געטרייט\געניצט נאר איינמאל מיט 2 אינטשעס שניי, עס האט געטראסקעט די שניי איבערן גאס צום שכן אויפן גראז, ווען עס מאכט א טונעל ווי אלע קאַרן זענען אינטערגעפארן (ביטע לאכט נישט פון מיר...)
למעשה וואוין איך מער נישט אין אפסטעיט. עס ליגט ביי מיין חבר אין סטארעדש. און ס'ווייב לייגט גיסט פרעשער אז ז'דארף ס'פלאץ פאר זיך, און גערעכט איז זו...

אלזא, ווי קען איך פטור ווערן דערפון? כ'בין דעספערט

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:59 am

קענסט עס האלטן ביי מיר אין קעלער (פריי פון אן אפצאל), בתנאי אז דו לאזט מיר עס נוצן בחנם.

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:03 pm

א איד פון אפסטעיט וואס האט אריינגמופט אין די סיטי, מען הערט נישט אזוי אפט.

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:04 pm

וויליאמסבורג?

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:04 pm

נו געלט גייציג; קען מען איינגיין אויפן דיל?

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:04 pm

משזר האט געשריבן:א איד פון אפסטעיט וואס האט אריינגמופט אין די סיטי, מען הערט נישט אזוי אפט.

וואס טוט מען נישט פאר ביזנעס

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:05 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:נו געלט גייציג; קען מען איינגיין אויפן דיל?

וועלכע שטאט ביסטו?

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:11 pm

KJ

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:19 pm

ער זוכט א שטאט נישט א לאנד

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:22 pm

נו שוין, סתם ליצנות... די ווייסט אז די מאשין איז לאנג גרויס אין מקען דאס נישט אריינטראסקענען סתם אזוי אין טראנק... לאמיר צו ווארטן, אפשר קען איך עס פטר'ן פאר ביליג.



אט אזוי האט עס אויסגעקוקט נאכן ערשטן שניי...
היצט איז ער שיין קלין... אבער סאיז דעזיינט צו קייען שניי און ווערן שנייאיג...
עטעטשמענטס
IMG_1047.JPG

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:24 pm

אזא שטורעם אנצומאכן פון א צוויי אינטשיגע שניי? קנא ביסט נאך גרייט?

געלטי וואס נאך איז אויפן מארקעט?

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:27 pm

א שאד אז כהאב נישט קיין קליפ ווי דאס קייט שניי... אוי איז דאס זיס, עס האט א שטייטע דיקע שארפע איייזן וואס "בייסט אריין אין די שניי", שיקט עס צום הינטערשטן טייל ווי א היי ספיד אימפעלער שטויסט עס ארויס 50+ פיס אין די לופט, און אויב איז דא א שטיקל ווינט, ווערט יעדער אינגאנצן ווייס...

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:29 pm

יוראפ האט געשריבן:אזא שטורעם אנצומאכן פון א צוויי אינטשיגע שניי? קנא ביסט נאך גרייט?

געלטי וואס נאך איז אויפן מארקעט?

איך מיין אז דאס איז עס...

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:29 pm

געלט_גייציג האט געשריבן:לאמיר צו ווארטן, אפשר קען איך עס פטר'ן פאר ביליג.

איז שייך ביליגער פון מיין אפפער? קענסט דאך עס פטר'ן דורך דעם וואס ס'וועט ליגן ביי מיר פריי פון יעדע אפצאל.

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:36 pm

ניין, ס'איז נישט שייך ביליגער. ווי אזוי האט יארמער רב געזאגט: וויפיל מער קען איך נעמען אז ס'זאל גארנישט קאסטן...
אז עס ליגט ביי דיר האב איך עס פשוט אוועק געגעבן פאר אומזיסט, אויב וויל איך עס שוין פארקויפן, איז עס שוין א אלטע געניצטע כלי... אלזא דאס ליגן ביי דיר וועט מיר יא קאסטן, אויזער אז די ווילסט באצאלן דערפאר א ביליגע פרייז. דאן קענסטו גיין צומאלן דיין שניי, און נאך מאכן געלט ווען די וועסט צומאלן דיין שכן'ס שניי אויך... בעט אים א פיפציגער דערפאר.
די מאשין קומט מיט אלע קליפערלעך, ווארעמע הענטלעך, שטארקע לייט, עלעקטריק סטארטער, טורן אן עי דיים, ועוד ועוד...

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:39 pm

אה יעצט רעדסטו ווערטער, ביז יעצט האסטו געזאגט אז דו ווילסט פטור ווערן דערפון, קיין ווארט נישט געזאגט וועגן פארקויפן.

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:39 pm

אויך א מענטש וואס פירט עס?

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:44 pm

יוראפ האט געשריבן:אויך א מענטש וואס פירט עס?

עס פארט אליין, סהאט א 6 ספיד טראנסמישן. אינקלאדינג בעקן... אבער א מענטש ברויך דאס קאנטראלירן, אויב נישט פארט עס נישט (פאר סעיפטי)
עס מאכט קולות העכער ווי א גראז שניידער

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:46 pm

איך קען אסאך אידן און קרית יואל און קיינער פון זיי האט נישט קיין שניי פרעסער, אפשר זאגסטע פארוואס דו האסט דאס געברויכט?

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:50 pm

און פארוואס ער האט געברויכט 30 פענעלס פאר א סוכה, ד.ה. א גאר בעל הבתישע סוכה סייז פון בערך 14 ביי 16 פיס, א זאך וואס רוב קרית יואל'ע איינוואוינער האבן נישט, דאס פארשטייסטו יא?
לעצט פאראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:51 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שרייב א תגובה

Advertisement