בלאט 1 פון 1
עמעזאן פערפארמענס - Amazon Performance
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:56 pm
דורך אנליין סעלער
שלום עליכם
איך ליין שוין דא א שטיק צייט, און איך האב א געוואלדיגע הנאה פון די ידיעות וואס מען ווערט געוואר דא, בעיקר מיט די עמעזאן הילף, און היינט איז דער טאג וואס מיר האבן באשלאסן זיך איינצושרייבן
און די ערשטע קשיא איז:
מארגן דארפן מיר באקומען די געלט פון עמעזאן, און עס איז אריינגעקומען ארדערס וואס מיר גייען ארויסשיקן הערשט מיטוואך, איז א פראבלעם אויב מען מאכט די טרעקינג נומבערס מארגן אפילו אויב מען גייט עס ארויסשיקן א טאג שפעטער?
עמעזאן גיבט דאס געלט פאר די ארדערס נאר אויב עס איז מארקד אלס געשיקט, און עס איז א שאד אז זיי זאלן האלטן דאס געלט צוויי וואכן לענגער, ווען א איד קען הנאה האבן דערפון
ייש"כ פון פאראויס
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:59 pm
דורך derech eretz
ברוכים הבאים לוועלטעליינו
ניין, ס'נישט קיין פראבלעם.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:00 pm
דורך משזר
שלום עליכם אנליין סעלער, וועל איך ווארטן ציזאמען מיט דיר אז איינער זאל ענטפערן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:01 pm
דורך גבריאל
פארוואס זאל זיין א פראבלעם, ווילאנג די טרעקינג איז ריכטיג, און עס קומט אן צום קאסטומער באצייטענס זעה איך נישט וואס קען שאטן..
----
אקעי מהאקט
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:01 pm
דורך משזר
derech eretz האט געשריבן:ברוכים הבאים לוועלטעליינו
ניין, ס'נישט קיין פראבלעם.
דו ווייסט פון עקספיריענס?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:01 pm
דורך משזר
גבריאל האט געשריבן:פארוואס זאל זיין א פראבלעם, ווילאנג די טרעקינג איז ריכטיג, און עס קומט אן צום קאסטומער באצייטענס זעה איך נישט וואס קען שאטן..
----
אקעי מהאקט
ווען מען רעדט פון עמעזאן מוז נישט אלעס מאכן סענס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:08 pm
דורך גבריאל
משזר האט געשריבן:גבריאל האט געשריבן:פארוואס זאל זיין א פראבלעם, ווילאנג די טרעקינג איז ריכטיג, און עס קומט אן צום קאסטומער באצייטענס זעה איך נישט וואס קען שאטן..
----
אקעי מהאקט
ווען מען רעדט פון עמעזאן מוז נישט אלעס מאכן סענס.
זיי מסביר וואס קען שוין זיין, אז עמעזאן וועט וויסן אז די האסט עס נאכנישט ארויסגעשיקט, וויאזוי?
אפשר איז עס געלעגן אויפן UPS טראק א טאג לענגער?
עמעזאן אליינט לייגט אריין אסאך מאל זייער טרעקינג נאמבערס ביים פראסעסען די ארדער אבער עס מיינט נישט אז עס איז שוין ארויסגעשיקט,
עמעזאן האט אן איי בא דיר און אפיס???
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:09 pm
דורך derech eretz
משזר האט געשריבן:derech eretz האט געשריבן:ברוכים הבאים לוועלטעליינו
ניין, ס'נישט קיין פראבלעם.
דו ווייסט פון עקספיריענס?
יא, נישטא וואס חושש צו זיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:25 pm
דורך Hope so
No problem, go ahead but please be sure to send it out on wensday
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:03 pm
דורך פארוואס נישט...
וואס איז די שאלה? מוזסט דאך בכלל נישט אריינלייגן קיין טרעקינג ביים קאנפירמען!!!?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:26 pm
דורך אנליין סעלער
ייש"כ יעדן עקסטער פארן זיך וויסנדיג מאכן
@פארוואס נישט
דער קאסטומער וויל זעהן א טרעקינג נומבער, עס איז גרינגער אזוי ווי ענטפערן 50 אימעילס מיט א טרעקינג נומבער
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:30 pm
דורך derech eretz
און א טרעקינג נאמבער געט צו צום פערפארמענס מיינעך
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:36 pm
דורך אנליין סעלער
אי משום הא, קען מען שפעטער צולייגן די טרעקינג נומבער
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:25 pm
דורך שנאפס
derech eretz האט געשריבן:ברוכים הבאים לוועלטעליינו
ניין, ס'נישט קיין פראבלעם.
שוין געטוהן אסאך מאל, אבער נישט אסאך ארדערס אויף אמאל
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:33 am
דורך פארוואס נישט...
אנליין סעלער האט געשריבן:ייש"כ יעדן עקסטער פארן זיך וויסנדיג מאכן
@פארוואס נישט
דער קאסטומער וויל זעהן א טרעקינג נומבער, עס איז גרינגער אזוי ווי ענטפערן 50 אימעילס מיט א טרעקינג נומבער
דו האסט געפרעגט אלס עמעזאן (סעלער פערפארמענס), און דער תירוץ איז אז זיי
פארלאנגען נישט אז דו
מוזסט לייגן דעם טרעקינג.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:50 am
דורך שנאפס
קאנגראטולאציעס פארוואס נישט... פאר דיין הונדערטסטע תגובה
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:05 am
דורך פארוואס נישט...
יישר כח!!

נישט באמערקט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 4:48 pm
דורך פאר דוקא
גבריאל האט געשריבן:משזר האט געשריבן:גבריאל האט געשריבן:פארוואס זאל זיין א פראבלעם, ווילאנג די טרעקינג איז ריכטיג, און עס קומט אן צום קאסטומער באצייטענס זעה איך נישט וואס קען שאטן..
----
אקעי מהאקט
ווען מען רעדט פון עמעזאן מוז נישט אלעס מאכן סענס.
זיי מסביר וואס קען שוין זיין, אז עמעזאן וועט וויסן אז די האסט עס נאכנישט ארויסגעשיקט, וויאזוי?
אפשר איז עס געלעגן אויפן UPS טראק א טאג לענגער?
עמעזאן אליינט לייגט אריין אסאך מאל זייער טרעקינג נאמבערס ביים פראסעסען די ארדער אבער עס מיינט נישט אז עס איז שוין ארויסגעשיקט,
עמעזאן האט אן איי בא דיר און אפיס???
אויב שיפט מען מיט די גרויסע ווי למשל פעדעקס יופיעס אדער יועספיעס האלטען זיי מיט פונקטליך וואס עס טוט זיך מיט די פעקעדזש.
אבער עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם ווי אלע דא האבן שוין ערווענט