בלאט 1 פון 1
לערנען וועב דיזיין פראגע { REVISED }
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:42 pm
דורך חייםחסיד
שלום עליכם טייערע חברים, פין די גרויסע יודישע וועלט הי"ו , פאר א פאר טאג צוריק האב איך געפרעגט א שאלה, זייער נישט קלאהר , ממילא האב איך נישט באקומען די ריכטיגע ענטפערס אין גיווארען נאך מער צומישט, וועל איך יעצט איבערפרעגען בעסער אין איך בעט {נאר} די וואס זיי ווייסען זאלען מיר טוהן א טובה אין ארויסהעלפן,
איך בין א יונגערמאן פריש ארויס פין כולל אין איך זיך צוה לערנען א פאך {ב"ה איך האב גענוג צייט אין איך בין נישט געדריקט},
די אייבישטער האט געפירט אז בין אנגעקומען צוה וועב דיזיין אין כהאב זיך גילערנט HTML מיט CSS, האלבוועגס אויפדערווייל, איך שפיר א שטיקל געשמאק אין דעם אין סגייט פיין ב"ה אין איך בין גרייט צוה גיין ווייטער
האב איך יעצט 2 פראגעס,
1- וואס פעלט זיך אויס צוה קענען זיין א וועב דיזיינער? {צוה קענען טרעפען א דשאב אדער קריעיטען אליינס א סייט } איך פארשטיי HTML מיט CSS אבער ווי גיט דארפ מען עס קענען איז געניג אז מפארשטייט בערך ? אין וואס נאך, JAVA SCRIPT? איך בין גרייט אלעס צוה לערנען אבער וואס איז די פראסעס? ווי איך פארשטיי איז דא פראנט ענד מיט בעק ענד צוה דארפ מען קענען ביידע?
2- וועל איך קענען טרעפען א דשאב איינמאל איך וועל קענען די פאך? איז דא א דימענד פאר אזאליכע ארביטארערס? אין בכלל, צאלט מען שיין פאר דעם ?
3- אין אויב איך מעג צולייגען א דרעטע פראגע, דארפ מען קענען גרעפיקס אדער דאס האט נישט קיין שייכות ?{איך פארשטיי אביסעל דארפ מען קענען פאר COLOR מיט FONTS, אבער PHOTOSHOP מיט די אנדערע זאכען פעלט עפעס אויס?}
א גרויסע יישר כח פאר די וואס גייען נעמען די מיה מיך ארויסצוהעלפן
א כתיבה וחתימה טובה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:27 pm
דורך היפאקריט
איר האט מיך אביסל צעמישט, איך'ל פרובירן ארויסברענגען מיינע געפילן, טאקע נישט דער גרעסטער מומחה, אבער גענוג אויף צו אנהייבן א שמועס...
HTML און CSS איז א סטעפ נאך דעזיין, מיט HTML און CSS קען מען "שרייבן" דעים דעזיין. שרייבן דעזיין מיינעך געשריבן אז דער בראוזער (אנדערע רופן עס "די אינטערנעט") זאל עס רענדערן אין די ריכטיגע וועג, אבער די ערשטע פאזע איז מאכן מייצר זיין אויפקומען מיט'ן דעזיין. דער HTML און CSS מומחה נעמט דעם דעזיין און שרייבט עס איבער אין בראוזער שפראך.
מען מוז נישט, מען קען דעזיינען גלייך און css אבער צו פארשטיין די פראסעס ברענג איך עס אזוי ארויס, אויך איז אזוי דער אנגענומענער וועג.
למאי נפק"מ? איז אזוי, אויב איר האט א געפיל אין דעזיין, דארפט איר לכאורה אויך קענען די כלים פאר דעזיין ווי פוטושאפ אדג. משא"כ אויב זענט איר נישט דירעקט קריעטיוו פאר דעזיין, קענט איר סקיפן דער חלק, און זיך אפגיבן נאר מיט קאודן html און css
איינער קאלט.. המשך יבא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 4:12 pm
דורך היפאקריט
חייםחסיד האט געשריבן:1- וואס פעלט זיך אויס צוה קענען זיין א וועב דיזיינער? {צוה קענען טרעפען א דשאב אדער קריעיטען אליינס א סייט} איך פארשטיי HTML מיט CSS אבער ווי גיט דארפ מען עס קענען איז געניג אז מפארשטייט בערך?
בערך איז יחסי.
איר מוזט אפשר נישט זיין תיכף (ביים נעמען א דזאב) דער גרעסטער מומחה, אבער מובן מאליו אז איר דארפט עס צו קענען היבש (אויך יחסי..) אויב איר ווילט ער זאל אייך גיבן דעים דזאב
חייםחסיד האט געשריבן:און וואס נאך, JAVA SCRIPT? איך בין גרייט אלעס צוה לערנען אבער וואס איז די פראסעס? ווי איך פארשטיי איז דא פראנט ענד מיט בעק ענד צוה דארפ מען קענען ביידע?
צו קענען דעזיינען (שרייבן ווי ער רופט עס) ברויכט איר קענען כאטש עפעס JavaScript ותולדותיו, די פרעים-ווערק ווי מען רופט עס, זאל עס זיין jQuery אדער עפעס אנדערש (YUI אדער MooTools) ווייל דאס איז זייער שטארק בענוצט צו מאניפולירן די html און css (בנוסף צו אנדערע פונקציעס וואס JS ווערט גענוצט פאר)
מארטוקאם בעז"ה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:02 pm
דורך היפאקריט
חייםחסיד האט געשריבן:2- וועל איך קענען טרעפען א דשאב איינמאל איך וועל קענען די פאך? איז דא א דימענד פאר אזאליכע ארביטארערס? אין בכלל, צאלט מען שיין פאר דעם ?
נישט זייער בעקוועם צו ענפערן אזא שאלה, פשוט ווייל איך בין אומוויסנד... אבער איך זעה אז דער עולם האט שוין גיענפערט אינעם
אוריגינעלן אשכול אייערעאפשר איין נקודה מוסיף זיין. די היימישע אינגעלייט וואס זענען עוסק אין בויען וועבסייטס, קענען לכאורה זייער הנאה האבן פון אזא איינעם ווי אייך. אדער קענט איר אליין עפענען אזא געשעפט און זיך צוזאמשטעלן מיט אנדערע (למשל אייער חבר זאל טון די דעזיין, און איר די קאודינג) איינמאל איר זענט א בקי און איר האט א שיינעם עבר, איז אינדיע נישט אייער קאמפעטישן.
חייםחסיד האט געשריבן:1- וואס פעלט זיך אויס צוה קענען זיין א וועב דיזיינער? {צוה קענען טרעפען א דשאב אדער קריעיטען אליינס א סייט }
קריעיטען אליינס א סייט? איר רעדט פון זיין א דעוועלאפער? אדער מיינט איר דעזיינען אליינס א סייט?
צו זיין א דעוועלאפער, רעדט איר פון סורווער סייד (ביז יעץ האמיר געשמועסט קלייענט סייד) אן אריכות פאר זיך, נישט די צייט פאר מיר יעצט. בקיצור נמצר ווענד זיך וואס א סייט איר ווילט.
אבער באמת ווענד זיך עס נישט ממש... ווייל איר ווילט סייווי נישט קריעיטן א סייט פון סקרעטש, אלעס קען מען ארפנעמען פונעם שעלף, וואס יא? איר קענט נעמען א פלאטפורם און בעארבעטן עס צו טאן וואס איר ווילט, און דאס צו טאן ברויכט איר קענען אביסעלע פרוגרעמינג (די מער איר קענט די מער קענט איר בעארבעטן). פארהאן מערעררע שפראך פאר פרוגרעמינג, (איר דארפט נאר איינס) אבער באמת איז דאס אינגאנצן ארויס פון די פארנעם פון דעזיין.
חייםחסיד האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז דא פראנט ענד מיט בעק ענד צוה דארפ מען קענען ביידע?
דער בעק ענד שיקט צום פראנט ענד... איר ארבעט אין די בעק (הינטער די קוליסן) און דער עולם זעהט די פראנט ענד. (ס'איז ווי שפילן א טעיפ, איר קענט נישט אריינזינגען פון די פראנט נאר פון די בעק

) ס'איז נישט נאך עפעס וואס איר דארפט קענען, ס'איז די זאך אליין, וויזוי שרייבט מען אין די בעק פאר די פראנט.
איך האף אז דער ענפער איז הילפליך. ואסיים בברכת הדיוט, אז איר זאלט זיין מצליח בכל מה שתעסוק און איר זאלט טרעפן הנאה אין אייער ארבעט, און פערשטייט זיך איר זאלט מאכן א$אך געלט
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 7:40 am
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 8:34 am
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 9:41 am
דורך חייםחסיד
פאטאקי דאכט זיך דיין לינק צוה SNAPAHEAD איז פראגרעמינג אליין,
יישר כח היפאקריט נאך שבת וועל איך אי"ה בעסער מעיין זיין
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 10:54 am
דורך מומחה עצום
CSS און HTML זענען ווי געזאגט נאר די טולס מיט וואס מען ארבעט.
צו מאכן א פרנסה פון וועב דיזיין און וועב דעוועלאפמענט דארף מען זיך אויסקענען מיט אלע גרויסע
CMS פלעטפארמס און זייערע חילוקים (פאר וועלכע סארט וועבסייטס עס איז געאייגענט) אויך איז כדאי זיך אויסצוקענען מיט די
וועב סערווער סיסטעמען און די פראגרעמינג שפראכן וואס פארלאנגען זיך דערצו, ווי perl, ruby python און נאך.
הייב אן מיט קליינע טריט אינסטאל א לאקעל סערווער ווי
XAMPP און הייב אן צו ארבעטן מיט די אומזינסטע CMS פלעטפארמס ווי
Joomla אדער
OpenCart [זעה
דא פאר מער אומזינסטע CMS פלעטפארמס]
א הערה: פון שרייבן קליינע static HTML וועבסייטס מאכט מען נישט אזויפיל געלט, די עיקר געלט מאכט מען פון גרויסע וועבסייטס וואס נוצן א CMS.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:51 pm
דורך פאטאקי08
מיין עצה: איינער וואס וויל ווערן א פראגרעמער פאר דיינעמיק וועב סייטס: אנצוהייבן מיט SQL און T-SQL
און אינצווישן די אנדערע זאכן ווי דאט נעט אדער דזשאווא וכדומה און אנדערע לענגוויטשעס
עס איז דא א שרעקליכע מאנגל אין דעטעבעיס פראגרעמינג
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:28 pm
דורך מומחה עצום
פאטאקי08 האט געשריבן:עס איז דא א שרעקליכע מאנגל אין דעטעבעיס פראגרעמינג
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:06 am
דורך היפאקריט
צוריק צום שואל'ס פראגע מיט עטליכע הערות
איך וואלט אין קיין פאל נישט גערופן HTML/CSS טולס. הגם ס'איז נישט ממש א שפראך לכשעצמה, (נאר די אנווייזונגען וואס ווערט גענוצט ביי בראוזערס) איז עס אבער די "בראוזער שפראך" (אנדערש ווי JavaScript וואס איז שוין יא א -קלייענט זייט- סקריפטינג שפראך)
צו ארבעטן מיט סיי וואס אין וועב דעוועלאפמענט מוזט איר צום ערשט קענען לפחות די בייסיקס פון HTML/CSS, אפילו אויב א צווייטער וועט טאן די דעזיין. אדער דארפט איר עס גוט קענען אויב איר ווילט טון אלס אליין (נישט מומלץ).
בכלל איז עס דער סדר צו לערנען בייסיק HTML בעפאר מען טוט סיי וואס אין וועב דעוועלעפמענט, דאס איז סטעפ נומער איינס (קענט איר זיין גאר א גוטער פראגרעממער, אבער נישט וויסן ווי מען שרייבט א וועב פארם?)
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 5:26 pm
דורך פאטאקי08
איך זעה נישט פארוואס איינער וואס פארשטייט נישט קיין כי הוא זה אין גראפיקס און וויל זיין א גוטע פראגרעמער זאל זיך אריינלייגן די ערשטע מאל אין HTML/CSS
די בעסיקס וואס א פראגרעמער דארף קענען קומט פון זיך אליין מיט די צייט און עס איז ממש פון די גרינגסטע זאכן
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:16 pm
דורך היפאקריט
אוואדע אויב זיין עיקר ציל איז פראגרעממינג, דארף ער נישט צופיל פארברענגען אויף די לייכטערע זאכן. אבער דער שואל חלום'ט דאך נישט פון זיין א פראגרעמער, ממילא האב איך אים מייעץ געווען צו גיין אין א סדר, און מיט די צייט יא אדער נישט ענדיגן אלס פראגרעמער. וואס איז אגב דער אנגענומענער סדר סייווי, ווייל מען גייט מן הקל אל הכבד, הגם זייער אסאך סקיפן עס, ווייל זיי ציעט פרוגרעממינג מער. (
זעה דא אדער דא איבער קענען כאטש עפעס הטמל בעפאר לערנען פהפ אדער אספ) זאת ועוד, עדווענסד CSS קומט נישט ווען מען קען פרוגרעממינג, און געווענליך ארבעט עס נישט צוזאמען, אדער זענט איר אן עדווענסד פרוגרעממער און קענט אביסל css אדער פארקערט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:46 pm
דורך פאטאקי08
אבער דאן דארף מען שוין הייסן א דיזיינער
און אפשר אויך האבן א געפיל אין גראפיקס
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:03 am
דורך תרגום יונתן
א דזשאב וועט דיר געבן די מערסטע פראקטישע ידיעות אין דעם פעלד. אויב מעגליך נעם עני דזשאב וואס האט מיט וועב דעוועלאפמענט, אפילו מ'צאלט ווייניג.
לערן דיך דזשאווא-סקריפט. חוץ וואס מ'נוצט דאס עפ"ר אין וועב סייטס, וועט דאס דיר געבן א געוואלד מיט פראגראמינג ידיעות. וועסט דאן באשליסן צו וואס דו האסט מער געפיל, וועב דיזיינער אדער פראגראמינג.
גוטע וועב דיזיינערס\גראפיקער קענען מאכן שיין פרנסה. גוטע פראגראמערס קענען מאכן שיין פרנסה. פאר קלענערע פראדזשעקס, ווי מ'דארף נישט א ספעציעל גוטע דיזיינער אדער פראגראמער, זענען די אינדיאנער ביליג און גוט.