בלאט 1 פון 2

חדר אויסשטעל - Room Layout

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:16 pm
דורך גוגל
ווייסט איינער פון א גוטע פראגרעם אויסצושטעלען א צומער?
טישען - גראדע, רינדיכיגע
בענקלעך
בענק
סטעידזעיס
פארענטשעיס
טירן, וכדומה

אפילו טאמער עס קאסט אפאר דאלער

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 7:57 am
דורך Gevald Geshrigen
auto cad, revitt, google sketchup

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 8:07 am
דורך פלעכטער
וואסערע מין צימער רעסטו ? פאר א חדר? א הויז?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 10:25 am
דורך לוי יצחק
שטייט דאך "פארענטשעס" ער דארף עס פאר א רבישע ביהמ"ד.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 10:53 am
דורך בערקא
ס'דא א פראגארעם וואס הייסט 'Pen and Paper' וואס איז שלעכט דערמיט?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 11:02 am
דורך גוגל
בערקא האט געשריבן:ס'דא א פראגארעם וואס הייסט 'Pen and Paper' וואס איז שלעכט דערמיט?

ווייל איך דארף עס ווייטער שיקען און עס דארף זיין פונקטליך און אויסזעהן פראפעשענאל

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 11:03 am
דורך גוגל
Gevald Geshrigen האט געשריבן:auto cad, revitt, google sketchup

האסט עקספיריענס מיט איינע פון זיי?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:06 pm
דורך בערקא
אהא, און סתם ווארד איז נישט גוט!?! אזוי פארשטיי איך פון דיר...

זיי מיר מוחל פאר סתם פרעגן קשיות, האסט דאך געפרעגט אין פאבליק....

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:35 pm
דורך לכתחילה אריבער
גוגל האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:auto cad, revitt, google sketchup

האסט עקספיריענס מיט איינע פון זיי?

האסטו נאך נישט געהערט פון אוטאקעד, איז עס זיכער נישט פאר דיר, א קאמפלעצירטע פראגראם.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:52 pm
דורך ווייסעך וואס
איך נוץ סמארט דראו, זיי זענען גאנץ גוט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:18 pm
דורך אזוי צו אזוי
דא רעדט מען שוין פון דעם

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:21 pm
דורך גוגל
האב איך באקומען אוטעקעד, איך פיל מיך ווי א האן בבני אדםת איינער קען מיר אביסל ארויסהעלפען? אדער איך בין געשפרינגען צו הויעך?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:25 pm
דורך לכתחילה אריבער
גוגל האט געשריבן:האב איך באקומען אוטעקעד, איך פיל מיך ווי א האן בבני אדםת איינער קען מיר אביסל ארויסהעלפען? אדער איך בין געשפרינגען צו הויעך?

דו פלאנסט עס צו טאן פאר פרנסה? כ'מיין צו פרעגען איז עס אזאך וואס דו דארפסט פאר א "איין מאל שאס", אדער פלאנסט עס צוניצען אסאך?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:29 pm
דורך גוגל
לאמיר זאגן 5 מאל א יאר, איך וויל אויסשטעלען רבי'שע טישען

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:34 pm
דורך לכתחילה אריבער
גוגל האט געשריבן:לאמיר זאגן 5 מאל א יאר, איך וויל אויסשטעלען רבי'שע טישען

א שאד זיך צו פלאגען מיט אוטוקעד פאר דעם. עס איז זייער א קאמפלעצירטע פראגראם. ווי אויך ניצט אוטוקעד זייער אסאך ריסורסעס פון די קומפיוטער. עס איז דא אסאך גרינגערע "סקעטש" פראגראמען.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 5:56 pm
דורך ווארד
קענסט נוצן א לייכטע פראגראם ווי מייקראסאפט פוינטוויאוער אדער פובלישער
איך האב עפעס א אלטע פראגראם אבער וועסט זיך מן הסתם דארט אויך שפירן ווי א האן אין בני אדם

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 7:15 pm
דורך בילדער
ווייסעך וואס האט געשריבן:איך נוץ סמארט דראו, זיי זענען גאנץ גוט.

איך האב היינט דאונלאודיט די טרייל - מיטן חשבון צו קויפן אויב עס געפעלט מיר. (קענסט שוין בעטען דיין קאמישען).
אבער איך האב נישט געקענט אויספיגערן ווי אזוי, אדער אויב מען קען בכלל מאכן א רום מיט elevations?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 7:31 pm
דורך מומחה עצום
גוגל האט געשריבן:לאמיר זאגן 5 מאל א יאר, איך וויל אויסשטעלען רבי'שע טישען

דו גייסט האבן די פונקטליכע סייז און אויסשטעל פון די זאל/ביהמ״ד וואו די טישן וועלן זיין?

דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט ווייל אויסצושטעלן סיי וואס, דארפסטו ערשט וויסן די אויסשטעל פונעם צימער און לויט דעם רעכענט מען אויס די בעסטע וועג אריינצולייגן טישן אדער פארענטשעס וכו׳

פארשטייסט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:26 pm
דורך גוגל
מומחה עצום האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:לאמיר זאגן 5 מאל א יאר, איך וויל אויסשטעלען רבי'שע טישען

דו גייסט האבן די פונקטליכע סייז און אויסשטעל פון די זאל/ביהמ״ד וואו די טישן וועלן זיין?

דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט ווייל אויסצושטעלן סיי וואס, דארפסטו ערשט וויסן די אויסשטעל פונעם צימער און לויט דעם רעכענט מען אויס די בעסטע וועג אריינצולייגן טישן אדער פארענטשעס וכו׳

פארשטייסט?

איך גיי עס מעסטן גיי איך עס האבן, בקיצור סמארט דרו זעה איך אויך נישט וויאזוי עס צו מאכען, ווייס איך שוין נישט ווי צי גיין

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:40 pm
דורך לוי יצחק
אז דו גייסט עס טון פאר ביזנעס לוינט זיך די צייט און מיה זיך צו לערנען אביסל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:13 pm
דורך מאנ-יימער
שיינע זאך, די היינטיגע רבי'ס שטעלן אליינס אויס זייערע טישן....

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:29 pm
דורך גוגל
לוי יצחק האט געשריבן:אז דו גייסט עס טון פאר ביזנעס לוינט זיך די צייט און מיה זיך צו לערנען אביסל.

איך גיי נישט טשארדזען פאר עס, עס גייט זיין אזא באונעס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:08 pm
דורך לוי יצחק
אמת, אבער דו ווילסט דאך נישט קיין קאמפעטישען.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:18 pm
דורך ווארד
איך האב אמאל געמאכט אזא אויסשטעל אויך אויף .... פעינט!
די פשוט'ע פראגראם וואס ליגט דיר אין קאמפיוטער, עס איז נישט אזוי פראקטיש, ווייל מען קען נישט צופיל פאררעכטן, אבער עס איז א פשוט'ע לייכטע פראגראם, און אז דו ווייסט גענוי אויף פען און פאפיר וואס דו ווילסט דארף מען קענען ארבעטן מיט דעם אויך.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:54 am
דורך גוגל
לוי יצחק האט געשריבן:אמת, אבער דו ווילסט דאך נישט קיין קאמפעטישען.

עס איז נישט מעלה אדער מוריד