Advertisement

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

חדר אויסשטעל - Room Layout

דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:16 pm

ווייסט איינער פון א גוטע פראגרעם אויסצושטעלען א צומער?
טישען - גראדע, רינדיכיגע
בענקלעך
בענק
סטעידזעיס
פארענטשעיס
טירן, וכדומה

אפילו טאמער עס קאסט אפאר דאלער

Advertisement

פרייטאג אוגוסט 09, 2013 7:57 am

auto cad, revitt, google sketchup

פרייטאג אוגוסט 09, 2013 8:07 am

וואסערע מין צימער רעסטו ? פאר א חדר? א הויז?

פרייטאג אוגוסט 09, 2013 10:25 am

שטייט דאך "פארענטשעס" ער דארף עס פאר א רבישע ביהמ"ד.

פרייטאג אוגוסט 09, 2013 10:53 am

ס'דא א פראגארעם וואס הייסט 'Pen and Paper' וואס איז שלעכט דערמיט?

פרייטאג אוגוסט 09, 2013 11:02 am

בערקא האט געשריבן:ס'דא א פראגארעם וואס הייסט 'Pen and Paper' וואס איז שלעכט דערמיט?

ווייל איך דארף עס ווייטער שיקען און עס דארף זיין פונקטליך און אויסזעהן פראפעשענאל

פרייטאג אוגוסט 09, 2013 11:03 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:auto cad, revitt, google sketchup

האסט עקספיריענס מיט איינע פון זיי?

פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:06 pm

אהא, און סתם ווארד איז נישט גוט!?! אזוי פארשטיי איך פון דיר...

זיי מיר מוחל פאר סתם פרעגן קשיות, האסט דאך געפרעגט אין פאבליק....

פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:35 pm

גוגל האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:auto cad, revitt, google sketchup

האסט עקספיריענס מיט איינע פון זיי?

האסטו נאך נישט געהערט פון אוטאקעד, איז עס זיכער נישט פאר דיר, א קאמפלעצירטע פראגראם.

פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:52 pm

איך נוץ סמארט דראו, זיי זענען גאנץ גוט.

פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:18 pm

דא רעדט מען שוין פון דעם

זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:21 pm

האב איך באקומען אוטעקעד, איך פיל מיך ווי א האן בבני אדםת איינער קען מיר אביסל ארויסהעלפען? אדער איך בין געשפרינגען צו הויעך?

זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:25 pm

גוגל האט געשריבן:האב איך באקומען אוטעקעד, איך פיל מיך ווי א האן בבני אדםת איינער קען מיר אביסל ארויסהעלפען? אדער איך בין געשפרינגען צו הויעך?

דו פלאנסט עס צו טאן פאר פרנסה? כ'מיין צו פרעגען איז עס אזאך וואס דו דארפסט פאר א "איין מאל שאס", אדער פלאנסט עס צוניצען אסאך?

זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:29 pm

לאמיר זאגן 5 מאל א יאר, איך וויל אויסשטעלען רבי'שע טישען

זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:34 pm

גוגל האט געשריבן:לאמיר זאגן 5 מאל א יאר, איך וויל אויסשטעלען רבי'שע טישען

א שאד זיך צו פלאגען מיט אוטוקעד פאר דעם. עס איז זייער א קאמפלעצירטע פראגראם. ווי אויך ניצט אוטוקעד זייער אסאך ריסורסעס פון די קומפיוטער. עס איז דא אסאך גרינגערע "סקעטש" פראגראמען.

מאנטאג אוגוסט 12, 2013 5:56 pm

קענסט נוצן א לייכטע פראגראם ווי מייקראסאפט פוינטוויאוער אדער פובלישער
איך האב עפעס א אלטע פראגראם אבער וועסט זיך מן הסתם דארט אויך שפירן ווי א האן אין בני אדם

מאנטאג אוגוסט 12, 2013 7:15 pm

ווייסעך וואס האט געשריבן:איך נוץ סמארט דראו, זיי זענען גאנץ גוט.

איך האב היינט דאונלאודיט די טרייל - מיטן חשבון צו קויפן אויב עס געפעלט מיר. (קענסט שוין בעטען דיין קאמישען).
אבער איך האב נישט געקענט אויספיגערן ווי אזוי, אדער אויב מען קען בכלל מאכן א רום מיט elevations?

מאנטאג אוגוסט 12, 2013 7:31 pm

גוגל האט געשריבן:לאמיר זאגן 5 מאל א יאר, איך וויל אויסשטעלען רבי'שע טישען

דו גייסט האבן די פונקטליכע סייז און אויסשטעל פון די זאל/ביהמ״ד וואו די טישן וועלן זיין?

דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט ווייל אויסצושטעלן סיי וואס, דארפסטו ערשט וויסן די אויסשטעל פונעם צימער און לויט דעם רעכענט מען אויס די בעסטע וועג אריינצולייגן טישן אדער פארענטשעס וכו׳

פארשטייסט?

מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:26 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:לאמיר זאגן 5 מאל א יאר, איך וויל אויסשטעלען רבי'שע טישען

דו גייסט האבן די פונקטליכע סייז און אויסשטעל פון די זאל/ביהמ״ד וואו די טישן וועלן זיין?

דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט ווייל אויסצושטעלן סיי וואס, דארפסטו ערשט וויסן די אויסשטעל פונעם צימער און לויט דעם רעכענט מען אויס די בעסטע וועג אריינצולייגן טישן אדער פארענטשעס וכו׳

פארשטייסט?

איך גיי עס מעסטן גיי איך עס האבן, בקיצור סמארט דרו זעה איך אויך נישט וויאזוי עס צו מאכען, ווייס איך שוין נישט ווי צי גיין

מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:40 pm

אז דו גייסט עס טון פאר ביזנעס לוינט זיך די צייט און מיה זיך צו לערנען אביסל.

מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:13 pm

שיינע זאך, די היינטיגע רבי'ס שטעלן אליינס אויס זייערע טישן....

מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:29 pm

לוי יצחק האט געשריבן:אז דו גייסט עס טון פאר ביזנעס לוינט זיך די צייט און מיה זיך צו לערנען אביסל.

איך גיי נישט טשארדזען פאר עס, עס גייט זיין אזא באונעס

מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:08 pm

אמת, אבער דו ווילסט דאך נישט קיין קאמפעטישען.

מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:18 pm

איך האב אמאל געמאכט אזא אויסשטעל אויך אויף .... פעינט!
די פשוט'ע פראגראם וואס ליגט דיר אין קאמפיוטער, עס איז נישט אזוי פראקטיש, ווייל מען קען נישט צופיל פאררעכטן, אבער עס איז א פשוט'ע לייכטע פראגראם, און אז דו ווייסט גענוי אויף פען און פאפיר וואס דו ווילסט דארף מען קענען ארבעטן מיט דעם אויך.

דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:54 am

לוי יצחק האט געשריבן:אמת, אבער דו ווילסט דאך נישט קיין קאמפעטישען.

עס איז נישט מעלה אדער מוריד
שרייב א תגובה

Advertisement