בלאט 1 פון 1
וועב דיזיין
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 10:19 am
דורך חייםחסיד
שלום עליכם אלע טייערע חברים!!! איך האב א שאלה צוה פרעגן וועגן WEB DESIGN פאך, איך האלט זיך אינמיטן לערנען HTML אין CSS אין איך האפ ביז געציילטע טעג דאס צוה קענען גיט אין דערנאך לערנן JAVASCRIPT, אבער לעצטענס רעדענדיג מיט חברים בין איך גיווארן אפגעקולט, טוה איך די ריכטיגע זאך? וועל איך קענען טרעפן א פרנסה? זיכן מענטשן ארבעטארעס פין דא אדער נעמען זיי ביליגע פין ELANCE, אא"וו , אפשר זענען דא WEB DESIGNERS דא וואס קענען מיך אויפקלערן, איך וואלט זייער עפרישיעיטעד
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 4:13 pm
דורך חייםחסיד
אוי וואס האט פאסירט דא קיינער האט נישט קיין תשובה פאר מיר???
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:59 pm
דורך זאל ער קומען
די קורצע ענטפער איז אז כדי אנצונעמען ארבעט און צו אטסורסען מיט סוקסוס
מוזטו וויסן וואס דא דארף געשען, אז נישט גייען דיינע ארבעטערס מאכן אויף
דיר א לעבן.
איז אזוי, די דארפסט נישט קענען גוט , HTML אדער CSS, JAVA אבער דו
דארפסט פארשטיין אביסל וואס דיינע חברה גייען דארפן טוען אזוי מ'זאל דיך
נישט קענען דרייען ביי די נאז, שמעק אביסל ארום און ביסט גוט צו גיין.
ביי די וועי צו קענען מאכן וועבסייטס איז אסאך וויכטיגער צו קענען די פראסעס
אויף מאכן וועבסייטס, און ווען צו נוצן וועלכע פלאטפארם ווי ווארדפרעסס, אדער
מאדשענטא, וואס די זאלסט קאדען אליין און וואס צו נוצן זאכן פארטיגע פלאג-אינס
נאך וויכטיגער ווי צו קענען קאדען.
בעיקר אסאך הצלחה
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:47 pm
דורך AllAboutAccess
קודם שלום עליכם ר' חיים.
זאל ער קומען, כמדומה האט ער געפרעגט איבער זיך אליינס לערנען, צו ס'איז דא א פארלאנג דערפאר און צו מ'צאלט שיין, אדער היינט נעמט מען פאר אזעלכע ארבעט נאר פון אינדיע און די פיליפפינס און נישט פון דא.
כ'מיין די תירוץ איז יא און ניין, פאר א שטיקל HTML, CSS צו JavaScript קען מען נוצן א פרילענסער, און אפילו גאנצעטע וועבסייטס קען מען און מען טוהט אויטסאורסען.
צו האבן אן אוועראלל ידיעה דערין קען זיין גאר נוצבאר אין אסאך אנדערע פיעלדס אויך (גרעפיקס וכדו'), עספעשעלי אויב פלאנסטו צו נעמען אן אנדער דזשאב אין די פעלד פון פראגראמינג און דעוועלאפינג.
כ'זאג נישט אז מ'קען נישט טרעפן א דזשאב פאר דעם אליינס - און מ'צאלט אפילו דערפאר - אויב קען מען עס גוט, אבער ממה נפשך, ס'זאל הייסן א פאך און די האנט - זייענדיג א וועליו פאר א קאמפאני דיך צו וועלן האלטן אָן סייט און צאלן שיין, איז עס נאר אויב מ'האלט ביים זיך צולערנען פרישע לענגוויטשעס און טעקניקס ווען ס'פעלט זיך אויס - און יא, ס'פעלט זיך אויס, ווייל אזוי ווי אין טעכנאלאגיע בכלל, און די גאנצע וועב סטרוקטשער בפרט, זאכן טוישן זיך יעדן טאג, היינט איז עס HTML און CSS, מארגן איז עס HTML5 און CSS3, היינט איז עס JavaScript מארגן איז עס jQuery/Ajax (ס'איז נישט מארגן, ס'איז שוין היינט) ועוד ועוד.
און ספעציעל אויב ווילסטו אליינס אריינגיין אין דעם וועב דיזיין פיעלד וועסטו עס וועלן און דארפען קענען אפי' דו וועסט ארויסגעבן די סימפל הטמל/סיעסעס דזשאב פאר אן ארבייטער.
נו, אויב האסטו א געשמאק דערין און דו ווילסט אנהייבן, טוהסטו גוט מיט'ן עס זיך לערנען, אויסער אויב ציהט דיר ענדערש דעסקטאפ אפפליקעישאנס און DB מאניפולאציע דאן גיי צו Java אדער C#/VB.NET און SQL.
כזנלענ"ד.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:57 pm
דורך מייקראסאפט
ווער איז דער וואס האט דיר אפגעקילט? ער ווייסט וואס ער רעד? איך מאך דיר צירוק ווארים, אויב האסטי א געפיל דערצי טאנץ אריין דערין, געניג גרויסע קאמפעניס זיכען אין האויז דעזיינערס, ווייניג גרויסע קאמפעניס וועלן נעמען איינעםפין אינדיע....
האב אסאך הצלחה, אויב עפעס איז דיר שווער פרעג אן, די גיטע אידן דא וועלן זיין העפפי צי ענטפערן אין העלפן, קענען אין וויסען ווי צי ניצען וואסערע פלאג אין איז טאקע זייער וויכטיג אבער די בעסיק איז א מאסט
אן
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 8:39 pm
דורך מייקראסאפט
דא האסטע א גיטע ליסט פין לערנאינג סייטס וואס קען באהילפיג זיין פאר בעגינערס....
http://www.meetup.com/YIDLUG/pages/Beginners_Guide/
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:30 pm
דורך חייםחסיד
א גרויסע יישר כח פאר אלע ענפערס, ווי עס שטעלט זיך ארויס אויב קען מען גיט,[ נישט נאר HTML אין CSS ] קען מען שיין מצליח זיין אין טרעפן א שיינע פאסטן