בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 31, 2013 2:28 pm
דורך קעניגזאן
ר' אביגדור האט קיינמאל נישט גערעדט קיין ענגליש אינדערהיים, ער פלעגט פרעדיגען אז מען זאל נישט רעדן קיין ענגליש, נאר ער האט נישט געהאט קיין ברירה.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 31, 2013 2:33 pm
דורך מילכיגער
ס'דא אסאך נקודות צו טראכטן
אל תעשם קרדום לחפור בה, ועוד.
ס,דא דברי חולין אויך. ממוז נישט גיין צווישן סעוועדזש און רא"מ...
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 31, 2013 2:43 pm
דורך קעניגזאן
עס איז קיין פראבעלם זיך צו לערנען ענגליש פון רא"מ פאר א וויכטיגע צוועק, עס וואלט כדאי געווען צו האבן די מחשבה אויסצוהערן וואס ר' אביגדור פארציילט,
און ארויסנעמען א זייטיגע מעלה אויך. ר' עזריאל טויבער זאגט אז ענגליש האט ער זיך געלערנט פון רא"מ.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 31, 2013 2:45 pm
דורך מילכיגער
קעניגזאן האט געשריבן:עס איז קיין פראבעלם זיך צו לערנען ענגליש פון רא"מ פאר א וויכטיגע צוועק, עס וואלט כדאי געווען צו האבן די מחשבה אויסצוהערן וואס ר' אביגדור פארציילט,
און ארויסנעמען א זייטיגע מעלה אויך. ר' עזריאל טויבער זאגט אז ענגליש האט ער זיך געלערנט פון רא"מ.
מקור? קען איך דיר קוואטן UP THERE?...
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 31, 2013 2:48 pm
דורך קעניגזאן
מילכיגער האט געשריבן:קעניגזאן האט געשריבן:עס איז קיין פראבעלם זיך צו לערנען ענגליש פון רא"מ פאר א וויכטיגע צוועק, עס וואלט כדאי געווען צו האבן די מחשבה אויסצוהערן וואס ר' אביגדור פארציילט,
און ארויסנעמען א זייטיגע מעלה אויך. ר' עזריאל טויבער זאגט אז ענגליש האט ער זיך געלערנט פון רא"מ.
מקור? קען איך דיר קוואטן UP THERE?...
געהערט ווי ער פארציילט עס אויף א טעיפ.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 31, 2013 2:57 pm
דורך מילכיגער
מקור אז מ'מעג האב איך געמיינט. ביזט ביי מיר זייער חשוב אבער איך דארף דיין נאמען צו דיר צו קענען קוואטן אין בי"ד של מעלה...
ס,קען זיין אין אישי...
ענגליש לערן בוך
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 31, 2013 3:00 pm
דורך והמבין יבין
קען עמיצער צוווייזן א ענגליש לערן ביכל וואס לערנט אויס שרייבן אזוי מניצט אין סקול פאר קינדער
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 31, 2013 3:24 pm
דורך קעניגזאן
מילכיגער האט געשריבן:מקור אז מ'מעג האב איך געמיינט. ביזט ביי מיר זייער חשוב אבער איך דארף דיין נאמען צו דיר צו קענען קוואטן אין בי"ד של מעלה...
ס,קען זיין אין אישי...
עקיבא ישראל משה אלטר אפרים פישל ליפא יחזקאל דוד אפענהיים.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 31, 2013 3:25 pm
דורך מילכיגער
קעניגזאן האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:מקור אז מ'מעג האב איך געמיינט. ביזט ביי מיר זייער חשוב אבער איך דארף דיין נאמען צו דיר צו קענען קוואטן אין בי"ד של מעלה...
ס,קען זיין אין אישי...
עקיבא ישראל משה אלטר אפרים פישל ליפא יחזקאל דוד אפענהיים.
MOTHER NAME?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 31, 2013 3:26 pm
דורך קעניגזאן
טשעכע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 6:00 pm
דורך ווארד
קודם האב איך מורא געהאט
אבער אז מילכיגער האט מיר שוין אויסגעכאפט, וועל איך אויך זאגן
איך זאג נאר א נקודה למחשבה
ביטע שרייט מיר נישט אן
מיר דאכט זיך אז אפילו אויב מען דארף זיך לערנען ענגליש, טאר מען נישט "לערנען" די הייליגע תורה אויף ענגליש,
איך בין נישט דערביי אריינצוגיין אין קיין וויכוחים, און איך האב נישט קיין צייט און געדולד צו זוכן מראה מקומות (אפשר וועלן דאס אנדערע טון)
בכל אופן, ווייס איך נישט צו עס איז א פראבלעם אויסצוהערן א דרשה פון א גדול בישראל אויף א טעיפ איבער א געוויסן אויף ענגליש (עס איז מעגליך אז דער דרשן רא"מ ז"ל אליינס וואלט נישט צופרידן געווען אז א אידיש רעדענדער הערט אויס זיינע ענגלישע שיעורים, אבער איך ווייס נישט, קען זיין אז עס איז נישט אזוי), אבער א שיעור אין גמרא וואלט איך בשום אופן נישט געזאגט אז עס איז ריכטיג צו לערנען אויף ענגליש, און אודאי נישט אין א ענגלישע תורה בוך ווי עס זענען די ארטסקרול אויסגאבעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:24 pm
דורך קעניגזאן
ווארד דו האסט הונדערט פראצענט רעכט מיט דיינע רייד.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:19 pm
דורך ווארד
אז מען רעדט שוין
עס איז דא א שיינע קונטרס פון ר' שלמה הערצאג וואס הייסט "שלא שינוי את לשונם"
דאס איז א הערליכע און רייכע ליקוט איבער רעדן-לערנען לשונות העמים
דארט איז באריכות אויסגעשמועסט די גאנצע סוגיא און אלץ ארום
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 22, 2013 9:15 am
דורך ולא מיין
איז דא א טעל. ליין וואו מ'קען הערן די שיעורים פון הג''ר אביגדור מילללער זצ''ל?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 12, 2014 11:04 pm
דורך kls7777
??
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 12, 2014 11:10 pm
דורך קעניגזאן
בפשטות קול הלשון.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 15, 2014 11:00 am
דורך רשי הקטן
אויב ווילסטו קענען וואקעבעלערי איז די בעסטע אז די הערס הויס שעירים אין ענגליש אין די מאכסט אייגענע פרעקטעס
אבער אויב ווילסטו קענען ספעלינג אין גרעמער מיזטו עס געהעריג לערנען (אסאך אינגעלייט ווייסן ניטאמאל אז זיי קענען נישט - זיי מיינען אז זיי קענען)