ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
דינסטאג יולי 30, 2013 1:12 pm
וואס איז די גרינגסטע ביליגסטע שנעלסטע וועג
זיך צו לערנען גוט ענגליש?
רעדן
שרייבן
ספעלינג און גראממער
איך רעד מער פון די הויכע קלאס שפראך און קענען פליסיג רעדן נישט פון סתם ענגליש וואס רוב אירע קענען
א חוץ פון די וואס האבן געוואפן ארענדזשעס אין קלאס...
ביידעיוועי ענגליש יונייטעד סטעיטס איז די שווערסטע און קאמפליצירסטע שפראך
למשל ספאניש ארגענטינע און אפילו ספאניש מעקסיקען קען מען זיך לערנען היי קאליווער שפראך סיי רעדן אינקלאדעד שרייבן מיט ספעלינג און גראממער גאר גאר גרינג
לעצט פאראכטן דורך
פאטאקי08 אום דינסטאג יולי 30, 2013 7:28 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
דינסטאג יולי 30, 2013 2:49 pm
כמיין זאלסט זיך ענדערש אויסלערנען ספאניש, זאלסט קענען רעדן מיט דיינע מעקסיקאַנע ארבעטערס ...
דינסטאג יולי 30, 2013 3:21 pm
מען דארף נישט קענען א גוטע ענגליש פאר ביזנעס, בכלל נישט דאס איז די ווענד פונקט פונעם סוקסעס פון ביזנעס.
מעגסט קענען א גוטע ענגליש צום ווייניגסטונס פאר פלעזשור!..
דינסטאג יולי 30, 2013 3:25 pm
דינסטאג יולי 30, 2013 3:39 pm
קארן האט געשריבן:כמיין זאלסט זיך ענדערש אויסלערנען ספאניש, זאלסט קענען רעדן מיט דיינע מעקסיקאַנע ארבעטערס ...
אויב אזוי וועל איך מיך לערנען רוסיש מיט אויקרייניש
ספאניש קען איך שוין...
דינסטאג יולי 30, 2013 3:54 pm
שכח קעניגזאן פאר די לינק, אפשר מערדזשען?
שרייבט איינער דארט אז לערנען אין ארטסקראול איז בדוק ומנוסה
אן אריינגיין אינעם הלכה/פאליטיק חלק איז עס נישט שייך צוליב צוויי זאכן
מען קען קענען גוט גוט ליינען ענגליש אבער קיין ווארט נישט רעדן, מען דארף אויך הערן..
צווייטענס די ווערטער וואס מען ניצט אין די גמרא ניצט מען נישט אין ביזנעס און פארקערט
עכ"פ אזוי מיין איך אפשר לערן איך נישט גענוג??
ראסעטא סטאון איז אינטערסאנט? איז עס ווערט די געלט וואס זיי בעטן?
דינסטאג יולי 30, 2013 4:55 pm
גיי צו א גמרא שיעור אין ענגליש, אדער נעם דיר א חברותא וואס קען נאר ענגליש
דינסטאג יולי 30, 2013 5:40 pm
מומחה עצום האט געשריבן:גיי צו א גמרא שיעור אין ענגליש, אדער נעם דיר א חברותא וואס קען נאר ענגליש
כמומחה ועוד, אויסהערן א דרשה/שיעור אויף ענגליש, וואס דו פארשטייסט מער ווייניגער די תוכן דערפון פון פריער, לדוגמא א שיעור בפרשת השבוע אדער הכנה ליו"ט וכדו', אזוי געט עס דיר די מעגליכקייט צו פאקוסען אויף די וועג/עקספרעשאנס ווי אזוי ס'ווערט געזאגט/גענוצט אין ענגליש ווי איידער צו דארפן קודם פארשטיין וואס ער זאגט בכלל.
#הרב אביגדור מילער, #דרשות הכנה ליו"ט אויף קול_חסידות-ליובאוויטש (עקסיזטירט נאך???)
דינסטאג יולי 30, 2013 6:46 pm
הרב אפרים וואקסמאן גיבט שיעורים אויף ענגליש
דינסטאג יולי 30, 2013 6:58 pm
אויף
http://www.kolhalashon.com קענסטו דאונלאודן ענגלישע שיעורים וויפיל דו ווילסט
דינסטאג יולי 30, 2013 7:12 pm
דף החיים
דינסטאג יולי 30, 2013 7:23 pm
א האלב יאר נאך וואס איך האב אנגעהויבן הערן הרה"צ ר' אביגדור מיללער זצ"ל בקביעות, איז מיר אויס געקומען צן גיין ערגעץ ווי מיט מיין בני בית. איך האב דארט געדארפט זיך אויס טעהנ'ען מיט די באהערדע אבער א געוויסן ענין. אינצווישן גיט מיר מיין ווייב א פרעג; זאג נאר. דו האסט אפשר געהאט די נאכט מלאך גבריאל ביי דיר? איך קען דיך שוין אינאיינעם מיט דיין ענגליש א גוטע 10 יאר, איך האב דיך נאך קיינמאל נישט געהערט רעדן ענגליש מיט אזא פליסיקייט און קאנפידענט.
איך אליינס האב מיך נישט געכאפט ווי גוט איך האב מיך אויס געלערענט. מיינע געשוויסטער גלייבן נישט ווי פליסיג איך רעד ענגליש, געדענקענדיג ואסערע מן הארץ איך בין אלס געווען אין ענגליש.
דינסטאג יולי 30, 2013 7:24 pm
פארשטייט זיך מיט א באנוס אז מען לערנט פיינע מוסר
דינסטאג יולי 30, 2013 7:26 pm
הרב אביגדור מיללער איז אן אפשען
אבער עס נעמט צופיל צייט
ווי אויך לערנט עס נישט אויס קיין ספעלינג ווייל וויאזוי וועל איך וויסן וויאזוי צו שרייבן אויב איך וועל מיך אויסהערן די ווארט פאטעטא?
- קאוד:
If GH stands for P as in Hiccough
If OUGH stands for O as in Dough
If PHTH stands for T as in Phthisis
If EIGH stands for A as in Neighbour
If TTE stands for T as in Gazette
If EAU stands for O as in Plateau
The right way to spell POTATO should be GHOUGHPHTHEIGHTTEEAU!
דינסטאג יולי 30, 2013 7:27 pm
א נייע מעשה האקט...
וואו פארשאפט מען זיינע דרשות?
דינסטאג יולי 30, 2013 9:24 pm
מיטוואך יולי 31, 2013 6:38 am
פאטאקי08 האט געשריבן:וואו פארשאפט מען זיינע דרשות?
ביי ר' מענדל יאנקאוויטש פון קרית יואל. אדער ווי סיילענט שרייבט, ביי שמחת החיים, איך האב געקויפט ביי זיי א אנגעפולטע אייפאד מיט איבער 3000 (יא! דריי טויזענט) שעה שיעורים, פאר 1800 דאלאר.
מיטוואך יולי 31, 2013 11:14 am
א נייע מעשה האט געשריבן:א האלב יאר נאך וואס איך האב אנגעהויבן הערן הרה"צ ר' אביגדור מיללער זצ"ל בקביעות, איז מיר אויס געקומען צן גיין ערגעץ ווי מיט מיין בני בית. איך האב דארט געדארפט זיך אויס טעהנ'ען מיט די באהערדע אבער א געוויסן ענין. אינצווישן גיט מיר מיין ווייב א פרעג; זאג נאר. דו האסט אפשר געהאט די נאכט מלאך גבריאל ביי דיר? איך קען דיך שוין אינאיינעם מיט דיין ענגליש א גוטע 10 יאר, איך האב דיך נאך קיינמאל נישט געהערט רעדן ענגליש מיט אזא פליסיקייט און קאנפידענט.
איך אליינס האב מיך נישט געכאפט ווי גוט איך האב מיך אויס געלערענט. מיינע געשוויסטער גלייבן נישט ווי פליסיג איך רעד ענגליש, געדענקענדיג ואסערע מן הארץ איך בין אלס געווען אין ענגליש.
נאר צו קענען פארשטיין וואס ר' אביגדור זאגט דארף מען שוין קענען א גוטער ענגליש.
מיטוואך יולי 31, 2013 11:51 am
לאו דוקא.
ר' אביגדור רעדט בדרך כלל נישט אויף קיין הויכע שפראך נאר ער האלט אין איין אריינווארפן דא און דארט שווערע ווערטער, ממילא אפי' אויב מ'קען נישט אזוי גוט ענגליש אבער מ'פארשטייט די המשך פונעם שמועס קען מען אליינס צאמשטעלן די באדייט פון די שווערערע ווערטער. עכ"פ אזוי איז עס געווען ביי מיר, פאר עטליכע יאר צוריק פלעג איך אסאך אויסהערן ר' אביגדור'ן און נאך א שטיק צייט האב איך באמערקט אז אומווילענדיג מיין ענגלישע ווערטער אוצר האט צובאקומען היבש נייע ווערטער.
מיטוואך יולי 31, 2013 12:57 pm
א נייע מעשה האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:וואו פארשאפט מען זיינע דרשות?
ביי ר' מענדל יאנקאוויטש פון קרית יואל. אדער ווי סיילענט שרייבט, ביי שמחת החיים, איך האב געקויפט ביי זיי א אנגעפולטע אייפאד מיט איבער 3000 (יא! דריי טויזענט) שעה שיעורים, פאר 1800 דאלאר.
איז דא ערגעץ ביליגער ווי 18 מאות?
מוז נישט זיין 3000 שעה...
מיטוואך יולי 31, 2013 1:39 pm
ידיד האט געשריבן:לאו דוקא.
ר' אביגדור רעדט בדרך כלל נישט אויף קיין הויכע שפראך נאר ער האלט אין איין אריינווארפן דא און דארט שווערע ווערטער, ממילא אפי' אויב מ'קען נישט אזוי גוט ענגליש אבער מ'פארשטייט די המשך פונעם שמועס קען מען אליינס צאמשטעלן די באדייט פון די שווערערע ווערטער. עכ"פ אזוי איז עס געווען ביי מיר, פאר עטליכע יאר צוריק פלעג איך אסאך אויסהערן ר' אביגדור'ן און נאך א שטיק צייט האב איך באמערקט אז אומווילענדיג מיין ענגלישע ווערטער אוצר האט צובאקומען היבש נייע ווערטער.
באמת איז דאס איז א שמיעס פאר זיך. אין יעדן שפראך דערקענט מען פון די וועקעבעלערי דארט ווי דער מענטש דרייט זיך אסאך. מען זאגט אז די חזון איש זי"ע האט סוף ימיו געלערנט אסאך תנ"ך, און עס זעט זיך טאקע אן אין די "אמונה ובטחון" פונעם חזון איש וואס איז אנדערש געשריבן ווי זיינע חידושים, און איז קענטליך באצירט מיט הערליכע טיפע לשון הקודש'דיגע גראמאטיג און מליצות, וואס דאס האט ער לכאורה דערשנאפט פון די תנ"ך וואס גייט אויף אזא גאטונג. ממילא אז דו הערסט כסדר ר' אביגדור (וואס ער האט זייער א טיפע גוטע ענגליש) באקומט דיין וועקעבעלערי זיין שמעק, און דאס וועט זיין ביי סיי וועלכע שפראך אדער זאך וואס דו שטודירסט.
מיטוואך יולי 31, 2013 1:47 pm
וואס וואלט ר' אביגדוא אליין געזאגט צום פלאן צו נוצן זיינע שיעורים זיך צו לערנען ענגליש?
JUST ASKIN'
מיטוואך יולי 31, 2013 1:55 pm
מילכיגער האט געשריבן:וואס וואלט ר' אביגדוא אליין געזאגט צום פלאן צו נוצן זיינע שיעורים זיך צו לערנען ענגליש?
JUST ASKIN'
ווי אויך האב איך געהערט (מען קען זיך דינגן אויף דעם) אז ער האט גערעדט אנדערע מינע דרשות אין ענגליש ווי אידיש (אנדערע טייפ מענטשן)
דאס מיין איך איז אמאל זיכער אז ענדערש דורך זיינע דרשות ווי דורך מייקל סעוועדזשעס דרשות...
מיטוואך יולי 31, 2013 2:16 pm
מילכיגער האט געשריבן:וואס וואלט ר' אביגדוא אליין געזאגט צום פלאן צו נוצן זיינע שיעורים זיך צו לערנען ענגליש?
JUST ASKIN'
שטארקע נקודה.
אבער פאטאקי האט א פוינט, וואס וואלט ער געזאגט, אז די אויסוואל איז אדער ער אדער סעוועדזש?
מיטוואך יולי 31, 2013 2:21 pm
און מ'רעדט דאך דא פון זיך לערנען פאר ביזנעס צוועקן