בלאט 1 פון 1
ביזנעס קאנסאולטענט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:04 pm
דורך Hope so
ווייסט איינער פון א גוטע ביזנעס קאנסאלטענט, (נישט סתם א וואסער-מאלער) וואס האט שוין געהאלפן אסאך, וואס האט זייער א ברייטע נאלידזש, גוטע רעפרענסעס, וכו'
זייער אפרישיעט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:25 pm
דורך מייקראסאפט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 6:00 pm
דורך פרוכט בוים
מייקראסאפט האט געשריבן:http://www.askmaurice.com/
ווי האסטו מיר געשיקט מיט דיין LINK צו א ריזארט פלאץ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 6:48 pm
דורך derech eretz
פרוכט בוים האט געשריבן:מייקראסאפט האט געשריבן:http://www.askmaurice.com/
ווי האסטו מיר געשיקט מיט דיין LINK צו א ריזארט פלאץ
איר ברויכט ברילן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 6:59 pm
דורך פישל
איך ווייס נישט צי מען איז ערלויבט דא פארצולייגן נעמען צי דאס וועט אפשר אויסקוקן ווי א אונטערגעשטעלטע אדווערטייזמענט.
איך וואלט אבער יא געקענט געבן א גוטע עצה פאר ווער עס זוכט א ביזנעס קאנסאולטענט.
עס זענען פאראן צוויי מיני ביזנעס קאנסאולטענטס.
1) איינער וואס איז געווען אין א געוויסע ביזנעס למשל גרעפיקס, פרינטינג, שרייבעריי, וכדו' און אזוי ארום האט ער זיך באקאנט געמאכט מיט געוויסע קאמפאניס אז צוביסלעך איז ער אריין אויך אין מארקעטינג, און פון דארט איז א קליינע שפרינג צו ביזנעס קאנסאולטינג. (עס זענען פאראן אין די היימישע גאס עטליכע אזעלכע) די פראבלעם איז אבער אז די אלע האבן א נגיעה צו זייער ביזנעס, למשל דער פרינטער וועט אייך צורעדן אז איר דארפט דרוקן 150,000 בראשורן און צושפרייטן אין אלע בתי מדרשים, מקוואות, געשעפטן און באן סטאנציעס. נישט קוקנדיג אויף דעם פאקט אז דער ספעציפישער סארט קאסטומער וואס נויטיגט זיך אין דעם פראדוקט פון אייער ביזנעס דער זעט עס נישט אין די אלע בראשורן וכדומה. דער גראפיקער וועט אייך מסביר זיין אז איר מוזט מאכן 'דיפרענט' טייערע גראפיק עדס יעדע וואך א אנדערע סארט און דאס אריינלייגן אין אלע צייטונגען דזשורנאלן און אויסגאבעס. נישט קוקנדיג אויף דעם פאקט אז עס רעדט זיך פון א ביזנעס וואס האט יעצט נישט די מעגליכקייט זיך צו פארברייטערן אויף אזא פארנעם אז די סעילס זאלן ברענגען רווחים נאך אזעלכע טייערע אדווערטייזינג קאסטן. אא"וו מיט'ן שרייבער.
2) עס זענען אבער פאראן ביזנעס קאונסאולטענטס וואס טוען נאר איין זאך, זיי זענען א קאוטש פאר דיין ביזנעס, און יעדע ביזנעס ווערט געגיידט לויט יענעמ'ס מצב, געלט פינאנצן, און יענע סארט ביזנעס, זיי טוען נישט אין אינוועסטמענטס, דעריבער וועלן זיי אייך נישט ראטן צו אינוועסטן ערגעץ, און זיי טוען נישט אין פרינטינג, וואס דערפאר וועלן זיי אייך נאר שיקן צום פרינטער אויב נויטיג.
א קלוגער איד וועלט זיך אויס אפציע נומער צוויי.
איך פערזענליך בין באקאנט מיט 3 אידן וועלכע האבן מצליח געווען מיט יעקב יוסף לעפקאוויטש, אבער עס זענען דא אנדערע אויך ואידך פירושא זיל גמור.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:12 pm
דורך הערליך
קאנסאלטענט און א קאוטש איז צוויי באזונדערע זאכן.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 2:19 am
דורך וויכטיג מאכער
פישל, ווען איינער פרעגט מעג מען גיבן נעמען און אדרעסן, דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט...
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 4:49 am
דורך טהור-עיניים
איך ווייס נישט וועגן לעפקאוויטש, אבער דער וואס מען האט דא געלינקט צו זיין שיינעם סייט, ווי ער כאפט א בליק ביים וואסער, איז גוט פונקט אויף דעם, מאלן וואסער...
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 6:27 am
דורך הערליך
אויב שרייבט איר אביסל מער פרטים, וואס איר טוט בערך, וואס ווילט איר ערייכן? וועל איך בעזר ה' אייך קענען אנצייגן, איך בין אביסל באקאנט מיט אסאך, יעדע איז גוט אין עפעס אנדערש.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 9:10 am
דורך Hope so
הערליך האט געשריבן:אויב שרייבט איר אביסל מער פרטים, וואס איר טוט בערך, וואס ווילט איר ערייכן? וועל איך בעזר ה' אייך קענען אנצייגן, איך בין אביסל באקאנט מיט אסאך, יעדע איז גוט אין עפעס אנדערש.
געשיקט אין אישי
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 11:05 am
דורך משזר
טהור-עיניים האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן לעפקאוויטש, אבער דער וואס מען האט דא געלינקט צו זיין שיינעם סייט, ווי ער כאפט א בליק ביים וואסער, איז גוט פונקט אויף דעם, מאלן וואסער...
דעס מיינט געמאלן וואסער.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 11:08 am
דורך יואל ווייס
נאך איינס:
מעין סטריט קעי-דזשעיהיימישע אינגעלייט אין קרית יואל
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 12:04 pm
דורך ווינקל
מייקראסאפט האט געשריבן:http://www.askmaurice.com/
וואס איז זיין אידישער נאמען?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 12:04 pm
דורך משזר
איך מיין אז לאנדא.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 12:51 pm
דורך ידיד
איז דאס נישט משה יצחק שטיין?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 1:01 pm
דורך משזר
גערעכט, איידעם ביי לאנדא.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 08, 2014 10:23 am
דורך להגדיל שמו
איך זיך א גיטע קאנסולטענט מיך ארויס צי העלפען אין די נושא:
viewtopic.php?f=26&t=21650ביטע קיקען וואס מומחה שרייבט צום סוף
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 09, 2014 3:05 am
דורך טהור-עיניים
משזר האט געשריבן:טהור-עיניים האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן לעפקאוויטש, אבער דער וואס מען האט דא געלינקט צו זיין שיינעם סייט, ווי ער כאפט א בליק ביים וואסער, איז גוט פונקט אויף דעם, מאלן וואסער...
דעס מיינט געמאלן וואסער.
ניין, עס איז נישט געמאלן וואסער, איך רעד פון עקספיריענס.