בלאט 1 פון 1
וויאזוי פירט איר אייער בודזשעט?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 5:55 pm
דורך מייקראסאפט
וויאזוי פירט איר אייער בודזשעט?
מיין שאלה איז מער פאר איינער ווי מיר וואס לעבט אויף א ווכענטליכע אינקאום, אין ער ווייס מער ווייניגער פין פאראויס וואס זיינע אויסגאבעס גייען זיין, וואס איז די בעסטע וועג צי פירען א בודזשעט?
איך פאר מיר האב מיר איינגעפירט אז למשל איך באקים יעדע וואך מיטוואך באצאלט, ניץ איך נישט די געלט ביז די נעקסטע ערשטע פין די חודש, דאס הייסט איך פיל אן מיין באנק קאנטע מיט די געלט, אין ווען עס קימט דער ערשטער נעם איך ארויס די געלט איך שייד אפ מעשר, איך נעם אראפ די רענט, איך ווייס בערך מיינע בילס, בערך מיין גראסערי א.ד.ג. אין איך לאז אביסעל פאר קעש פאקעט מאני, אין די רעסט אויב עס בלייבט איבער גייט אין סעיווינגס.
יעצט איך בין נישט אזוי שטרענג אויב לאממיר זאגן עס קימט אינטער א גרעסערע עקספענס אימגעראכטען, נעם איך ארויס פין סעיווינגס, א.א.וו.
איז עס א גיטע מהלך? האט איינער עפעס בעסער?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 6:33 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
איך וויל נישט עכט אריינרעדן ווייל איך בין נאך א יונגע ראצער
אבער סע מאכט סענס וואס דו זאגסט
געדענק דער אויבערשטער גיבט וויפיל א מענטש באמת ברויך
אויב דו נוצט ווי א נארמאלער מענטש - שפארזאם אבער צום לעבן
מיט אמונה און בטחון, בוזטו אויף גוטע שינעס
(כן נראה לי)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:49 pm
דורך גוגל
מען זאל נישט געפריווט ווערן!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 8:51 pm
דורך י
ביי מיר ארבעט עס אויף די בחינה פון: כל הקודם זכה, דער וואס פיינינג (מר.קאן עד און מר. קיספען) באקומט גלייך. רענט באקומט בערך יעדע צווייטע חודש
די איבריגע וועם איך בלייב שולדיג גייט אריין אין מיין סעיווינגס (איך מיין צו זאגן אין מיין חובות ליסט) די איבריגע וועט מען קעיר נעמען לכשירחיב במהרה בימינו
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 9:40 pm
דורך תרנגול
י האט געשריבן: רענט באקומט בערך יעדע צווייטע חודש
וואס מיינט דאס?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 11:15 pm
דורך וויכטיג מאכער
פאר אן "ארבייטער" איז בודזשעטינג קריטיש וויכטיג אויב פלאנטער אמאל צו קענען צאלן א גרעסערע עקספענס ווי קויפן א הויז אדער חתונה מאכן... ווייל אן קיין בודזשעטינג איז נישטא קיין סעיווינגס און אן קיין סעיווינגס איז נישטא קיין געלט...
אבער מייקראסאפט, דאס אז דיין סעיווינג אקאונט איז עקסעסעבל, און יעדע קליינעקייט קען ארויסשלעפן געלט פון דארט טויג נישט! די גאנצע סעיווינגס איז גארנישט ווערד!!!
נאר וואס יא? צוטייל דיין סעיווינגס אין צוויי, איין אקאונט זאל זיין עקסעסעבל פאר פאר יעדע "וויכטיגע" זאך, ווי למשל א שמחה... און איינס זאל זיין לאנג טוירם סעיווינגס, סאל נאר זיין עקסעסבל פאר גרעסערע זאכן... ווי חתונה מאכן אדער קויפן א הויז...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 28, 2013 7:53 am
דורך ק.נ.א. וועטער
פיין געזאגט וואויל געזאגט, וויכטיג מאכער.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 28, 2013 8:19 am
דורך כרמי
מייקראסאפט, סאו פאַר סאו גוד.
דו טוסט זייער גוט, גיי אן דערמיט.
און די עצה פון וויכטיג שאדט אויף נישט.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 1:04 pm
דורך יאנקעלע קליגער
די עצה פון מייקראסאפט איז זייער גוט אויב די הכנסות זענען מער ווי די הוצאות
וואס טוט מען אבער אויב ס'איז פארקערט?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 1:14 pm
דורך שנאפס
דארף מען פארקלענערן די הוצאות וואו אמשנעלסטן, און זעהן צו פארמערן די הכנסה
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 1:25 pm
דורך יאנקעלע קליגער
EXPLAIN YOUR SELF וואס הייסט פארקלענערן די הוצאות ?
אויפהערן שיקן די קינדער אין די מוסדות, מופן אין א קלענערע דירה (און אנהייבן צאלן פאר די פרוי פאר א פסיכיאטער)
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 1:32 pm
דורך שנאפס
המממ, פרעגסט א גוטע קשיא, איך זוך אויך א תירוץ...
מופן אין א קלענערע דירה לוינט נישט, ווייל די קאסטן פון מופן זענען צו הויך
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 1:34 pm
דורך הערליך
אפשר מאפן צו א שטאט ווי עס איז ביליגער, נישט איינגעפאלן?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 1:36 pm
דורך שנאפס
הערליך, איך האב דאס ספעציעל נישט געשריבן, ווייל איך בין נישט אינטערעסירט אז יעדע אשכול זאל זיך רעדן וועגן דעם ענין, כאטש איך וואלט געקענט באשטיין ארויסצומופן פון די שטאט
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 12, 2014 11:15 pm
דורך kls7777
YNAB. Com
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 12, 2014 11:23 pm
דורך הערליך
וואס איז דאס?