בלאט 1 פון 1

וויזע-מעסטערקארד קלעס עקשאן סעטלמענט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 15, 2013 6:10 pm
דורך מידער
אין די לעצטע מאנאטן איז אנגעקומען אינעם פאסט-קעסטל עטליכע מעלדונגען איבער א 6+ ביליאן דאלאר קלעס-עקשאן סעטלמענט אין וואס וויזע און מעסטערקאד וועלן צוריקגעבן געלט פאר פירמעס וואס האבן אנגענומען אירע קארטלעך זינט 04', נאכדעם וואס א ריכטער האט זיי געפונען שולדיג אין דורכברעכן די אנטי-טראסט געזעצן מיטן נישט ערלויבן פירמעס צו צורעכענען פארן קאסטומער צו באצאלן מיט זייער קארטל אדער געבן א דיסקאונט אויב מען צאלט מזומן, און ווי אויך פארן רעכענען איבערגעטריבענע אפצאלונגען.

ווי פארשטענדליך איז די מעלדונג באזייטיגט געווארן צווישן די אנדערע וויכטיגע זאכן וואס מען גייט איבערקוקן לכש.. ביז יענער וואס דרייט שוין א קאפ א לאנגע צייט אז איך זאל טוישן דעם קרעדיט קארד פראסעסינג פירמע - איז זיך געקומען אנטראגן אז זיין פירמע וועט נאכקוקן מיינע רעקארדס און אליין ארייגעבן די פארלאנגעטע פאפירן צו קענען זיין א טייל פונעם סעטעלמענט, אויב איך גיי אריבער צו זיי.

ביז היינט האט מיר יענער געקענט צוזאגן בלויז עטליכע אין הונדערט דאלאר אין שפארונגען דורכן יאר, אויף וואס כ'בין נישט גרייט געווען צו טוישן אין די צייט וואס כ'בין צופרידן פונעם יעצטיגן פראסעסאר. איז די פראגע צו איינער איז אביסל מער באקאנט אין דעטאלן פונעם סעטעלמענט און די שאנסן דערפון.