בלאט 1 פון 1

אוי איך האב דאך נישט קיין קרעדיט!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2013 3:22 pm
דורך משה יענקל
די מעשה איז אזוי
איינער האט מיר אנגעטראגען איבער צו נעמען זיין ליעס
האב איך געזיכט צו ווערן אפראווד פאר אוטא אינשורענס
אין די חברה האבען מיר נאר געוואלט געבן פאר זייער טייער געלט
ווייל מיין קרעדיט איז זערא
וועל איך למעשה ברויכען נעמען די אינשורענס אלץ עדישיאנאל

אבער על זה אני באתי
די ליעס לויפט אפ ארום א האלב יאר ארום ווי אזוי קען איך יעצט בילדען מיין קרעדיט אז אויף דעמאלס זאל איך שוין קענען אליינס ווערן עפראווד?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2013 11:48 pm
דורך הימל געשריי
אפאר עצות,
1. עפן אויף א אפגעהיטענע קרעדיט קארטל(secured credit card bla"z) ביי מיר האט דאס זייער אסאך געהאלפען
עס וועט דיר מן הסתם קאסטען אפאר טאללער (בערך35-40) אבער עס איז נישט וויכטיג די זאלסט עס האלטען מער ווי איין יאר

2. בעט דיינע חברים, קרובים,ברידער,שוואגערס,שווער, שוויגער וכו וכו... זיי זאלען דיר עפענען עדישינעל קארדס אויף דיין נאמען, עס פעלט נישט אויס זיי זאלען דיר געבן די קארטל
די עיקר איז אז זיי זאלען לפחות אביסעל עס ניצען, געווענדליך נאכען האבען דריי פיהר חדשים אן עדישנעל אדער א secured וועסטו ווערען approved פאר א געהעריגע קארטל...

3. די קארטלעך וואס די האסט שוין יא זאלסטו ניצען, אבער נישט מער ווי 65-70 % פין די קרעדיט לימיט וואס זיי גיבען דיר. קיינמאל נישט ניצען די גאנצע .

אויב די קענסט, זאלסטו מאכען אלע דריי עצות ותבוא עליך ברכה

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 9:58 am
דורך maybeeynot
משה יענקל איך וועל דיר פארצייךן מיין עקספריענדס ווען איך האב געזוכט אינשורנס פאר געציילטע חדשים צוריק הגם סאיז נישט אינגאנצן גלייך צו דיין קעיס. איך האב אנגערופן די היימישע גרויסע קא. וואס עדוורטייזען אויף די פראנט פעידזשס וכו. זיי האבן מיר געגעבן גראבע פרייזן. אין מסביר געווען אז איך האב נישט קיין קרעדיט וויבאלד סאיז די ערשטע מאל וואס איך קויף א קאר. אפ' איך דרייוו שוין אפאר יאר אין איך האב א קלין רעקארד. אין אויך ווייל איך בין א ארימאן בלע"ז אפ' איך האב קרעדיט קארד'ס. אזוי ווי איך האב מיך נישט געוואלט לאזן שיילן האב איך געקאלט אונזער חבר J&R INSURANCES וואס איז עדווארטייזד דא אויף אונזער וועלט'ל אין ער האט מיך געגעבן א פרייז ביליגער פון זיי מער ווי העלפט זיין #718-640-1642 טריי יר לאק.

אגב הימל געשריי וואס איז א secured credit card ?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 4:46 pm
דורך green sunday
אין קרית יואל איז דא איינער וואס טיט דאס פאר פרנסה ער איז זייער פארפעשאנל אין דעם, אויפבויען נייע קרעדיט אדער פיקסען שלעכטע, איך האב אים געניציט א שטיק צייט צריק אין איך בין זייער ציפרידן געווען.
זיין אפיס איז אין ביזנעס סענטער, זיין נימער
זאב ראזנבערג
845-774-7314

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 4:54 pm
דורך green sunday
maybeeynot האט געשריבן:אגב הימל געשריי וואס איז א secured credit card ?

secured credit-card

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 11:29 am
דורך 500bedford
דאס בעסטע וואס דו קענסט טוען אויבצובויען דיין קרעדיט זייער שנעל און אויף זייער א גוטן שטאפל, דארפסטו בעטן א גוטן פריינד אדער משפחה וכו' וואס זאל דיך ארויפלייגן אויף זיין קארטל אלץ א JOINT (פאראייניגט בלע"ז) יוזער, דאס איז גאר אנערשט ווי אן אדידישענעל, וואס דאן האסטו נאר אן ערלויבעניש צו נוצן דעם קארטל אבער נישט א בעל אחריות ונושא בעול, במילא טוהט זיך עס נישט אפרופן אויף דיין קרעדיט, אבער אלץ JOINT מיינט אז ביידע זענען שוה בשוה, און דאס וויכטיגסטע אז דו נעמסט איבער אויף דיין רעפארט דעם גאנצן היסטאריע פון דעם אקאונט (לטוב ולמוטב).
נאר עטליכע פונקטן:
א. מברר זיין וועגן רבית שאלות, ווייל דאס גייט אריין אין זיין אן ערב קבלן אויף רבית מנכרי וואס דאס איז רבית דרבנן, (מיט תחיית המתים שפילט מען זיך נישט), כ'מיין אז די רבנים הייסן מאכן אן היתר עיסקא אויף דעם, זיי עס מברר ביי א רב וואס איז באקאנט אין די פינאנציענאלע וועלט.
ב. די בעסטע צו גיין איז מיט א CHASE קארטן ווייל דארטן קענסטו ארויפגיין, און ווען דיין קרעדיט איז שוין גוט קען מען זיך צוטיילן, און יענער בלייבט צוריק אן איינצעלנער אקאונט, משא"כ ביי אסאך אנדערע אויב מ'וויל זיך צוטיילן פון א JOINT אקאומט, דארף מען עס אפשפארן און דער וואס וויל עס ווייטער האבן דארף פריש אפלייען, חוץ אז ס'איז פאר יענעם נישט קיין פראבלעם, אז דו בלייבסט אויף זיין קארטל שטענדיג.
ג. אבער בכלל איז נישט גוט פאר דיר צו בלייבן ביי יענעם לעולם דוד א JOINT ווייל והיה אז יענער גייט קראכן (באונס או בשוגג קרוב לאונס ...) גייט דיין קרעדיט מיט מיט זיינעם אין אפגרונד ל"ע.
ד. ביי CITI איז בכלל נישטא דא אזא מושג ווי א JOINT אקאונט, ביי דיסקאווער בלייבסטו אייביג צוזאמען וכו'
ה. יענער דארף דיר אפילו נישט געבן דעם קארטל, במילא איז נישטא געווענליך א נאמנות פראבלעם, ס'איז נאר יענער זאל האכן די צייט און געדולד עס צו טוען פאר דיר.
ו. ווען דו ווערסט א JOINT אויף יענעמס קארטל זעה ס'זאל זיין א קארטל מיט א שיינעם רעקארד פון צייטליך באצאלן, און כאטשיג א יאהר צוויי אפן,
ז. ועוד יש להאריך הרבה פרטים לויטן פארלאנג און לויט די שאלות (כ'האב אן היבשט ביסל עקספיריענס אין די ענינים)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 12:06 pm
דורך מידער
כ'האב שוין געהאט עטליכע פאמיליע מיטגלידער וועלכע האבן זיך מיטגעכאפט מיט צוויי פון מיינע קארטלעך, און נאך עטליכע מאנאטן האבן זיי געקענט קויפן א דירה האבנדיג זערא קרעדיט בעפאר.

עס קוקט אויס צו זיין די שנעלסטע, פשוט'סטע און גרינגסטע וועג צו קרעדיט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 12:26 pm
דורך משה יענקל
500bedford האט געשריבן:א. מברר זיין וועגן רבית שאלות, ווייל דאס גייט אריין אין זיין אן ערב קבלן אויף רבית מנכרי וואס דאס איז רבית דרבנן, (מיט תחיית המתים שפילט מען זיך נישט), כ'מיין אז די רבנים הייסן מאכן אן היתר עיסקא אויף דעם, זיי עס מברר ביי א רב וואס איז באקאנט אין די פינאנציענאלע וועלט.

אין אויב איך ניץ נישט די קארטל איז עס א שאלה?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 1:49 pm
דורך 500bedford
אין אויב איך ניץ נישט די קארטל איז עס א שאלה?
יא! מקבל זיין ערבות אויף רבית איז אויך אסור, אפילו למעשה באצאל איך נישט
אבער באמת באלאנגט דאס פארן מורה הוראה

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 2:55 pm
דורך מי חכם
ווי קומט דא אריין קבלת ערבות אויף ריבית? ווען איך עפן אליינס א קארטל דארף איך א היתר עיסקא? נו וואס טוישט זיך ווען 2 מענטשן עפענען צוזאמען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2013 10:59 am
דורך 500bedford
מי חכם האט געשריבן:ווי קומט דא אריין קבלת ערבות אויף ריבית? ווען איך עפן אליינס א קארטל דארף איך א היתר עיסקא? נו וואס טוישט זיך ווען 2 מענטשן עפענען צוזאמען?

ווען איינער מאכט אויף אליין א קארטל איז ער זיך מקבל צו באצאלן קרן און אויך רבית אויב ס'וועט אויסקומען, און דאס איז נישט קיין פראבלעם ווייל מ'מעג צאלן רבית פאר א גוי, אבער ווען מ'מאכט א JOINT אקאונט, איז יעדער באזונדער אחריות אויפן גאנצן אקאונט, דאס מיינט אויך אויף וואס דער צווייטער נוצט און דארף צאלן דערויף רבית נעמסטו דיך אויך אונטער אז דו ביזט אחריות דערויף, און דאס איז מקבל זיין אן ערבות אויף א חוב פון מיין חבר וואס בארגט פון גוי אויב ס'איז נכלל אין די הלואה רבית.
די טעם פארוואס חכמז"ל האבן עס גע'אסר'ט זאגט די גמרא אין איזהו נשך ווייל גוים גייט צום ערב גראד (אפילו ווען ער איז נישט קיין ערב קבלן), עכ"פ ער קען גיין, מיינט דאס כאילו דער גוי האט געבארגט דירעקט פארן ערב למשל טויזענט דאלער און דער ערב איז דער אמת'דיגער מלוה פונעם לוה, א"כ ווען ער דארף צוריקבאצאלן מער ווייל ס'איז צוגעקומען רבית, איז דאס כאילו ער צאלט צוריק מער פארן ערב (מלוה) און דערנאך איז דאס כאילו דער מלוה געט דאס פארן גוי, און אפילו ווען ס'איז נישט באופן זה ממש, דאס מיינט אז דער לוה צאלט דירעקט פארן גוי, איז דאס שוין אויך אסור מפני גזירת חכמז"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 12:19 pm
דורך משה יענקל
געפרעגט די דיין
ער ענפערט אז אויב מען ניצט די קארטעל מיז מען מאכען א היתר עיסקא
אויב מען ניצט נישט די קארטעל ברויך מען נישט

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 3:08 pm
דורך kls7777
This web site is an unbelievable big resource for help in building Credit, Repair Credit, Credit Card information.

...But you need to know english

creditboards.com/forums

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 4:42 pm
דורך ים רויבער
אויך איז כדאי צו כאפען א בליק אין די צוויי אשכולות ווי די נושא ווערט בארירט
viewtopic.php?p=398156#p398156
viewtopic.php?p=365473#p365473

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 7:32 pm
דורך מי חכם
משה יענקל האט געשריבן:געפרעגט די דיין
ער ענפערט אז אויב מען ניצט די קארטעל מיז מען מאכען א היתר עיסקא
אויב מען ניצט נישט די קארטעל ברויך מען נישט


לויטן טעם וואס 500 בעדפארד האט אזוי שיין געשריבן, דארף אויסקומען אז עס איז נישט קיין שום נ"מ צי ער נוצט דעם קארטל צי נישט, ווייל למעשה איז ער דאך א ערב.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 12:01 pm
דורך משה יענקל
מי חכם האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:געפרעגט די דיין
ער ענפערט אז אויב מען ניצט די קארטעל מיז מען מאכען א היתר עיסקא
אויב מען ניצט נישט די קארטעל ברויך מען נישט


לויטן טעם וואס 500 בעדפארד האט אזוי שיין געשריבן, דארף אויסקומען אז עס איז נישט קיין שום נ"מ צי ער נוצט דעם קארטל צי נישט, ווייל למעשה איז ער דאך א ערב.

דאס איז וואס די דיין האט מיר געפסקנט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:07 pm
דורך משה יענקל
נא אז מיר האבען א סעקיורד קארטעל ווי אזוי קען איך וויסען ווי מיין קרעדיט האלט?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 10:17 am
דורך שנאפס
ווי לאנג האסטו עס שוין? האסט עס גענוצט און באצאלט אין צייט? עס נעמט א שטיקל צייט ביז עס גייט ארויף אויפן קרעדיט ריפארט

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 1:00 pm
דורך משה יענקל
שנאפס האט געשריבן:ווי לאנג האסטו עס שוין? האסט עס גענוצט און באצאלט אין צייט? עס נעמט א שטיקל צייט ביז עס גייט ארויף אויפן קרעדיט ריפארט

3 חדשים גענוצט כמעט נעלפט און באצאלט און צייט