בלאט 1 פון 1

דו קענסט נישט ארבעטן ביי מיר ווייל.....דו ביסט א יוד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 5:20 pm
דורך קארן
וואאאאאאאס???????? איך האב מיך געדארפט ציפן צו זעהן צו סאיז א חלום אדער
איך ליין א מעשה וואס איז געשעהן הונדערט יאר צוריק,אז און יארע תשע"ג ולמספרם 2013
האט א יונגערמאן באקומען אזא ענטפער פון א בעל בית פון א ביזנעס,

אקעי מהאט שוין געהערט ,סדא גענוג אנטעסמיטן אויפן וועלט,האט ער פונקט אנגעטראפן
איינע פון די חברה, אבער וואס ? וואו ? ווען ? איך רעדט בכלל נישט פון קיין שווארצן שחור אדער
א ווייסע ראסיסט ,איך רעדט דא פון א היימישע יוד וואס האט דעיס געזאגט ,

נעע קען נישט זיין ,וואס מאכסטו משוגע ,וואס דרייסטו א קאפ ? אקעי ליינט און שטוינט.

א יונגערמאן א חבר מיינער שוין א שטיק צייט וואס ער זוכט ארבעט ,פרובירט דאס
פרובירט יענץ,יענער האט אים נישט אנגענומען פאר איין סיבה,און א צווייטער האט
אים נישט אנגענומען פאר א צווייטע סיבה ,בקיצור א מעשה ,פאריגע וואך האט אים
איינער אנגערופן אז סדא א דזשאב עוועילעבאל און א ביזנעס,די יונגערמאן האט זיך
נאכגעפרעגט וועגן די דזשאב און סהאט אויסגעזעהן אז ענדליך האט ער שוין עפעס
געטראפן,קאלט ער אן די בעל בית,כאב געהערט זאגן אז דו זוכסט א ארבייטער ,איך
זיך א דזשאב נא אפשר נעמסטו מיך אריין ? זאגט אים יענער איך זוך נישט קיין יודישע
ארבייטער ,איך זוך דווקא א גוי וואס זאל זיין דא יעדע פרייטיג ביז א שעה פארן זמן,
און א יעדע זונטיג ניין אזייגער צופרי,נישט קיין חילוק ווינטער צו זומער,אז איך נעם
א יוד גייט ער מוזן פרייטיג און ערב יו"ט מוזן אהיים גיין אפאר שעה פארן זמן צו
העלפן און שטוב איך קען מיך דאס נישט ערלויבן,סארי סאיז נישט פאר דיר ,ביי ביי
ביז דא איז די מעשה, איך האב געקאלט יענעם, און כאב אים אריינגעגעבן מנה אחת אפים,
אבער ער האלט זיך ביי זיינס,וואס הייסט? איך קען דערלייגן געלט דא דארף ער אהיימגיין
ערב שבת דריי שעה אדער מער פארן זמן, און דא האט ער א חתונה וכו'

אקעי איך האב נישט קיין כח צו שרייבן ווייטער, זאל די עולם דעבאטירן דא וואס
צו טוהן מיט אזא איינעם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 5:30 pm
דורך AHA
I know someone who took in a heimishe yingerman to work for him and after 6 months working for him he opened the same business him self.
Since than this Bal boos never hired a heimishe yingerman again.
?Do you blame him
Its a little different than your question but close.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 5:31 pm
דורך זאלץוואסער
ס'איז א גרויס ווייטאג אבער אויב האט ער א ביזנעס וואס דארף טאקע מ'זאל זיין דארט ביז פרייטאג שפעט נאכמיטאג איז נישט קיין תכלית צו ארבעטן דארט, און מ'דארף פשוט גיין ווייטער זוכן.

וואס דו זאגסט וועגן אנטיסעמיטיזם, קען זיין אז דאס איז א חלק פון די פראבלעם אבער אין פאקט איז דא אמאל וואס די פראבלעם איז באמת א טעכנישער. דארפסט באמת אריינקוקן און זעהן במה דברים אמורים.

איך בין נישט קיין קאזן מיטן גוי, איך זאג דיר נאר פון פראקטיק אז עס איז אמאל א ריאליטי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 5:40 pm
דורך שמעק_טאביק
איך האלט אויך אזוי.
איך האב א קרוב וועלכער האט געארבעט אין א גראסערי וואס האט פארלאנגט צו זיין דארטן ביז גאר שפעט, צוליב די שלעפערס יעדן ער"ש האט ער געמוזט דארטן בלייבן ביז א שעה צום זמן, און דערנאך געכאפט דעם אטעם און געלאפן אין מקוה, און קוים אריינגעכאפט זיך אנצוטאן שבת'דיג בעפאר דעם זמן, און ביי די זופ האט ער שוין געכראפעצט... ביי תיקון ליל שבועות איז ער קוים געגאנגען אין ביהמ"ד.
אוי האט דער אינגערמאן זיך אפגערעדט... ער האט נישט געהאלטן פון דעם מהלך אויפצוהאלטן א איד, ס'איז דאך ביי מיר אויך ער"ש.
אזוי אז א בעה"ב נעמט אריין א נישט-איד, קען ער רואיג ארבעטן ביז שפעט, און אויך מוצ"ש ויו"ט אויב עס פעלט אויס, ער דארף נישט מאכן הבדלה און זאגן ויתן לך, ס'איז פשוט פראקטישער סיי פארן בעה"ב און סיי פאר די קאסטומערס.
איך זעה נישט די "אנטיסעמיטיזם" דא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 5:56 pm
דורך קארן
אקעי כאב נישט געמיינט צו זאגן אנטעסמיט, יענער איז דאך א יוד כאב אראפגענומען די ווארט אנטעסמיט,צופרידן?

איך רעדט דא פון א ביזנעס וואס פארקויפט דייקא נאר פאר יודישע געשעפטן, א חוץ גראסעריס איז נישט דא קיין
יודישע געשעפט וואס בלייבט אפן ביז א שעה פארן זמן,סא איך זעה נישט וויזוי ער זאל באקומען פרישע ארדערס
ערב שבת ווינטער שפעטער ווי איינס אזייגער און זומער שפעטער ווי פירע פינעפע,און לגבי די טענה אז איינער האט
געארבעט ביי איינעם פאר אפאר חדשים און נאכדעם געפענט די זעלבע ביזנעס, ווייסטו וואס? ביסט גערעכט ווארף
ארויס אלע יודישע ארבייטערס פון די געשעפטן,ביזנעסער,ווייל איינער בלא בלא בלא....יענער האט אים דאך געענטפערט
א תירוץ וועגן פרייטיג און ערב יו"ט און חתונות,סתם נארישע תירוצים.


נ.ב. מקען שוין מיינען וויפיל גראסעריס זענען אפן ביז א שעה פארן זמן,רוב גראסעריס פארשפארן שוין
א שיינע פאר שעה פארן זמן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 5:58 pm
דורך שנאפס
כזאלץ ושמעק

דער איד האט אלע רעכטן צו הייערן א גוי ווייל ער דארף אן ארבעטער פרייטאג ביז שפעט

---

קארן האקט

און אויב טוט ער אינווענטארי ארבעט פרייטיג ביז 5 מינוט פארן זמן? אפשר באקומט ער פרייטיג זיינע דעליוועריס? א ביזנעס האט אסאך חלקים, נישט נאר פרינטן און שיקן ארדערס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 6:10 pm
דורך קארן
לאמיר זאגן אז ביסט גערעכט ,ער באקומט זיינע דעליוועריס פרייטיג פינף מינוט פארן זמן, האט ער דאך
שוין אפאר גוים דארט, און דעי פאזיציע וואס איז יעצט ליידיג האט א יוד געהאט פאר א שיינע פאר יאר,
סא איך זעה נישט וואס ער קען דערלייגן דא, א חוץ אז ער מאכט לעצטנס נישט קיין געלט און ער וויל
באצאלן אפאר גראשן א וואך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 6:11 pm
דורך שנאפס
בקיצור, אל תדין וכו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 7:15 pm
דורך מחותן
פון מיין קוק ווינקעל איז די זאך אביסל אנדערש,

1) ״וחי אחיך עמך״ איז א מצוות עשה מן התורה, ״שבת קודש״ איז די מקור השפעות,
אויב א איד א בעה״ב איז עלול צו זאגען פאר צווייטען איד אז ער גיט ענדערש פרנסה פארן גוי נישט פאר דעם איד ווייל דער איד דארף האלטן שב״ק, און דער בעה״ב איז עובר דערמיט אויפן מצוות עשה, פלאס ער פארשוועכט דעם שב״ק מיטען זאגען אז מיט היטען שבת דערלייגט מען ווייל מען האט דריי שעה א וואך ווייניגער צו ארבייטען, אזא בעה״ב רעדט נישט ווי א איד וואס האט אמונה, איך זע נישט ווי אידשליך אזא בעה״ב איז, און וופיל נחת ער וועט שוין זען פינעם גוי ארבייטער, אמת אז אויב קוקט מען א גוי׳שע בליק איז דער בעה״ב גערעכט, אבער מיט א אידישען בליק - טראכט איך - אז דער בעה״ב איז נישט גערעכט,

2) אויב קוקט מען עס נאר מיט א גוי׳שען בליק אזוי ווי דער בעה״ב טוט, דאן קען דער אינגערמאן אריינגעבן א קלאגע קעגן דעם איד - פארשטייט זיך נאר אויב ער האט עס אויף טעיפ - ווייל אזא תירוץ איז נישט געזעצליך און מען אינפארסט עס, אבער א איד מעג נישט מסר׳ן.

3) איך האב מיט געהאלטן ווי מען האט זיך געבעטן ביי א גראסערי מאן אז ער זאל געבן פרנסה פאר אינגעלייט, זאכען וואס א איד קען טיען,
ער האט אויך געענפערט די אלע לאגישע ״גערעכטע״ תירוצים, אפאר חדשים שפעטער האב איך מיט געהאלטן ווי ער האט געהאט צרות יגון ואנחה פון צוויי ספאנישע גוים, עס האט אים געקאסט שווערע טויזענטער דאלער שאדן, סוכ״ס מעג מען אביסל גלייבען אז פרנסה גיבט השי״ת און מעג אביסל נאכגעבן און נעמן א אידישע ארבייטער,

נאך אלעמן, א איד איז געטריי ( ע״פ רוב) און זאגט נישט קיין ליגענט גנב׳ט נישט ״ מסר׳ט נישט״, משא״כ א גוי וועט יא מסר׳ן יא זאגן ליגענט, ועוד ועוד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 7:19 pm
דורך ידיד
מחותן, גוט ארויסגעברענגט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 7:25 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
אמאל געווען אן ארטיקל דערוועגן

viewtopic.php?f=6&t=12974

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 7:40 pm
דורך AHA
מחותן האט געשריבן:פון מיין קוק ווינקעל איז די זאך אביסל אנדערש,

1) ״וחי אחיך עמך״ איז א מצוות עשה מן התורה, ״שבת קודש״ איז די מקור השפעות,
אויב א איד א בעה״ב איז עלול צו זאגען פאר צווייטען איד אז ער גיט ענדערש פרנסה פארן גוי נישט פאר דעם איד ווייל דער איד דארף האלטן שב״ק, און דער בעה״ב איז עובר דערמיט אויפן מצוות עשה, פלאס ער פארשוועכט דעם שב״ק מיטען זאגען אז מיט היטען שבת דערלייגט מען ווייל מען האט דריי שעה א וואך ווייניגער צו ארבייטען, אזא בעה״ב רעדט נישט ווי א איד וואס האט אמונה, איך זע נישט ווי אידשליך אזא בעה״ב איז, און וופיל נחת ער וועט שוין זען פינעם גוי ארבייטער, אמת אז אויב קוקט מען א גוי׳שע בליק איז דער בעה״ב גערעכט, אבער מיט א אידישען בליק - טראכט איך - אז דער בעה״ב איז נישט גערעכט,

2) אויב קוקט מען עס נאר מיט א גוי׳שען בליק אזוי ווי דער בעה״ב טוט, דאן קען דער אינגערמאן אריינגעבן א קלאגע קעגן דעם איד - פארשטייט זיך נאר אויב ער האט עס אויף טעיפ - ווייל אזא תירוץ איז נישט געזעצליך און מען אינפארסט עס, אבער א איד מעג נישט מסר׳ן.

3) איך האב מיט געהאלטן ווי מען האט זיך געבעטן ביי א גראסערי מאן אז ער זאל געבן פרנסה פאר אינגעלייט, זאכען וואס א איד קען טיען,
ער האט אויך געענפערט די אלע לאגישע ״גערעכטע״ תירוצים, אפאר חדשים שפעטער האב איך מיט געהאלטן ווי ער האט געהאט צרות יגון ואנחה פון צוויי ספאנישע גוים, עס האט אים געקאסט שווערע טויזענטער דאלער שאדן, סוכ״ס מעג מען אביסל גלייבען אז פרנסה גיבט השי״ת און מעג אביסל נאכגעבן און נעמן א אידישע ארבייטער,

נאך אלעמן, א איד איז געטריי ( ע״פ רוב) און זאגט נישט קיין ליגענט גנב׳ט נישט ״ מסר׳ט נישט״, משא״כ א גוי וועט יא מסר׳ן יא זאגן ליגענט, ועוד ועוד.

יישר כח הר'ר מחותן, פיין געזאגט!
מר. קארן, אזויווי איר האט געשריגן (געשריבן שרייעדיג) וועל איך ענטפערן לקהל הקודש הזה.
כ'האב גערעדט ( געשריבן) פין א מענטש וואס האט זיך אפגעבריהט פין א יודישע ארבעטער.
"איך האב "נישט" געשריבן פין סתם א בעה"ב (כ'ווייס נישט פ"וו כ'דארף דאס שרייבען)
טוהט דער מענטש ריכטיג? כ'מיין אז ניין!
פארשטיי איך איהם! יא זיכער!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 7:46 pm
דורך שוועמל
פארשטיי איך נישט, אויב דער ביזנעס זוכט דייקא א גוי דאן פארוואס לייגט ער אן אנאנס אין די היימישע פעיפערס/בראוקערס, צו קענען אפזאגן די אידן וואס מעלדן זיך? לייג אין באזארינקע.קאם און זאג אפ די גויים!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2013 12:08 pm
דורך Silent
מחותן איז זייער קלאר! כ'האב הנאה געהאט פון די ארטיקל וואס אלד ווילי.. האט צוגעברענגט ייש"כ, שוועמעל גוט.. אבער פון וואס קארן האט געשריבן קוקט נישט אויס אז איז געוועהן אדווערטייזט,

אויב דער בעה"ב פארשטייט אז איך דארף קויפן ביי אים ווייל ער איז א יוד, אפילו ערגעץ אנדערש איז ביליגער, און צומאל געשמאקער,
פארוואס פארשטייט ער נישט אז ער דארף קויפן ביי מיר (כ'מיין מיין ארבייט), אפילו ערגעץ אנדערש איז אים בעסער?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2013 3:08 pm
דורך חושים בן דן
איינער וואס קען זאגן "איך בין עובר אויף 'וחי אחיך עמך' און דורך דעם וועל איך מאכן מער געלט" פעלט אים אין אמונה, דו קענסט אים עכט גארנישט טוהן, דו קענסט אים אפשר שיקן צו א רב אדער א מורה דרך, צו לערנען מיט אים אביסל חובת הלבבות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 17, 2013 11:48 pm
דורך עוד הם מדברים
עס טוט זייער וויי צו זעהן ווי יונגעלייט מוטשענען זיך מיטן טרעפן פרנסה, און מ'מאכט דאס אוועק מיטן אויפנעמען גוים.

איז אזוי. איך בין וועירהאוז מענעדזשער ביי היפש א גרויסע היימישע ביזנעס און איך נעם היינט אויף נאר גוי'אישע ארבעטערס.

איין מינוט... שריי מיך נישט איבער.. הער מיך צו ביזן סוף

איך האב געהאט א יונגערמאן וואס האט געארבעט ביי מיר פאר א שיין שטיק צייט, ויהי היום ער האט זיך ארלעדיגט א סמארט פאון, און דארט האט זיך עס געענדיגט, ער איז נתרשל געווארן אין זיין ארבעט איך האב פרובירט צו רעדן מיט איהם, ער זאל זיך קאנצעטרירן אויף די ארבעט אבער גארנישט האט געהאלפן, ער איז געזעצן ביי מיר נאך א האלבע יאר און געטוהן זייער א שוואכע ארבעט, אבער איך האב איהם נישט געקענט פארשיקן פשוט ווייל ער איז א יוד, צום סוף האב איך נישט געהאט קיין ברירה, און איך פיל נאך יעצט שלעכט פאר איהם, דאגעגן, מיינע גוים ריסייקל איך ווען זיי פוילעצן דאס מינדעסטע.

איך בין נאכנישט פארטיג.... א צווייטער יונגערמאן ביי מיר האט זיך צוגעריבן מיטן ארבעט און זיך אליינס געעפנט און ער לויפט צו אלע אונזערע לאנג יעריגע קאסטומערס וואס ער האט מיגענומען מיט זיך, אז זיי זאלן קויפן ביי איהם.

דארף איך נאך אלס נעמען א יוד?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 18, 2013 12:03 am
דורך משנה מקום
איך ווייס נישט איר דארפט זיך דארכשמוסען מיט אן ערליכע איד אבער אזוי פיל זאג איך יא אז סאיז נישט יושר אז איר מאכט א כלל אז א אידישער איירבעטער מאכט נאר פראבלעמען ווייל א גוי קען פונקט אזוי מאכען פראבלעמען און נאכמער
און דאס איר שפירט זיך שלעכט אז איר האט געדארפט אפזאגען איינעם איז נאך נישט קיין תירוץ נישט צי לכתחילה אויפנעמען

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 18, 2013 12:58 am
דורך זאל ער קומען
די אמת איז איר זענט ביידע גערעכט(ווי קען עס זיין? ביסט אויך גערעכט).

די וועג וויאזוי מ'זיכט ארבייט ביי אחינו בני ישראל איז אביסל פראבלעמאטיש.
מ'וויל וויסן איין זאך, וויפיל צאלסטע? אויב עס עס געפעלט מיר די געהאלט איז
דאס פאר מיר.
דאס איז א גרויסער פראבלעם, למשל.
איינער וואס איז א סאשעל מענטש ער האט דאס אין די בלוט, וועט אין א דשאב
וואס מ'דארף דילען מיט מענטשען נאטירלעך מצליח זיין און שיינען, און ער
וועט אפילו נישט פילן ווי ער ארבעט שווער, אזוי איז ער געבוירן געווארן.
אויב הייסטו עם זיצן א האלבע שעה אויף איין זאך, וועט ער שפרינגען, ער קען
נישט זיצן און קלאצען.

איינער וואס האט זיץ פלייש ער איז אבער צוריקגעצויגן, און דו שטעלסט עם
צו דילן מיט מענטשען, וועט ער זיכער מאכן אז דער קאסטעמער קומט מער
נישט צוריק. עס איז סאך מער פון דעם איך נוץ עס אלץ משל ווי געזאגט.

זייער אסאך פאסטענס איבערהויפט אין א גראסערי זענען נישט געמאכט פאר
קיין אידן, איי אידן טוען עס, זיי האבן נישט עפעס בעסערס, און אסאך זענען
נישט שלעכט דערפאר, אבער אסאך יא.

עס איז דא אסאך בעלי בתים וואס האבן פרובירט אידן, און ווי גוט דער איד האט
פרובירט האט עס נישט געטויגט, ווען ער זאגט ער דארף נישט קיין איד, מיינט
דאס ווייט נישט קיין שנאה, ער ווייסט אז אידן וועלן זיך מיטשענען די קישקעס
און דאך וועט עס קיינמאל נישט אזוי גוט זיין ווי ווען א גוי וועט עס טוען, במילא
איז קיין שום טובה נישט פארן איד אנצונעמען דעם דשאב.

עס איז דא אזויפיל פאסטענס וואס אידן וועלן מקפיד זיין נאר צו נעמען אידן
און צו צאלען מער דערפאר, ווייל דארט טויגען זיי בעסער.

באדעם ליין.
אידן זענען פאר אסאך זאכן נישט געמאכט געווארן, און עס איז פאר זיי נישט
קיין טובה, זיי זיכן עס אבער ווייל די געהאלט געפעלט זיי.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 18, 2013 9:39 am
דורך זאלץוואסער
איך וואלט נישט געוואלט צופיל מאריך זיין, אבער איך וויל זאגן די פאר ווערטער אין די נושא.

א איד איז דער בעסטער ארבייטער, נאר טאמער מ'שפילט אפענע קארטן, און ווען מ'נעמט אים אריין איז דא א קלארקייט אין וואס מ'פארלאנגט פון אים, אדער וואס מ'פארלאנגט נישט וכו'.

דער פראבלעם איז אז מ'הייערט ביהמ"ד טייפ, און דאס ברענגט פראבלעמען...