בלאט 4 פון 4

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2013 7:21 pm
דורך קאפעליטש
שיינע זאך סולת.
איך זע אז די ביסט נישט סתם א אויסניצער,
ווער עס האט דיר ארויסגעהאלפן האט באקומען א פרס (פרייז). :lol:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 1:06 pm
דורך ולא מיין
איך האלט אז סולת פרעגט א גוטער פראגע ועמו אנכי בצרה.

איך וויל בויען א קאריערע, האבן א פאך אין די האנד, וואס עווענטועל זאל מיר דאס ברענגען שיינע רווחים און אן הערליכער פרנסה (וואס איך מיין אז יעדער וועט מסכים זיין, אז 200 אלפים לשנה, איז נישט צו סך, פאר א חסיד'ישער משפחה, אינקלאדעד, חתונה מאכן, קויפן אן הויז וכדומה).

יעצט לאמיר זאגן איך טויג פאר בוקקיפינג. בוקקיפינג האט אסאך חלקים, אקאונטינג (וואס איז זייער שווער זיך צו דערלערנען, און כמעט 10 יאר געדויערט ביז מ'ענדיגט עס, און במשך די צייט, האט מען כמעט קיין פרנסה), בוקקיפינג (וואס איז זייער א שוואכער אינקאם, לויט מיין א''ד סכום), וכדומה.

ד.ה. ס'איז דא ווייניג פראפעשענאל דזשאב'ס וואס מ'קען פארדינען שיין (בס''ה, כדי צו לעבן בריוח, און קיין איבריגע דאגות), און ס'איז פאסיג פאר אונזער קרייז, און ועל כולם, דערווייל ביז ווילאנג מ'קומט אן צום ציל, זאל מען כאטש האבן כדי מחיתו (ווייל לויער דאקטער פיילאט וכדומה, איז נישט פאסיג פאר אונז, און אקאונטענט, איז אויך נישט פאסיג פאר א אינגערמאן וואס דארף דבר יום ביומו פרנסה).

סאו עני איידיעס???

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 1:11 pm
דורך יואל שווארטץ
שאלה א': וואס איז דיין האבי?
(איך וויל נישט זאלסט טראכטן פון געלט יעצט. זיי פשוט קלאר מיט זיך אליינס וואס דיין האבי איז און מ'וועט אי"ה גיין ווייטער פון דארט)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 2:31 pm
דורך ולא מיין
יואל שווארטץ האט געשריבן:שאלה א': וואס איז דיין האבי?
(איך וויל נישט זאלסט טראכטן פון געלט יעצט. זיי פשוט קלאר מיט זיך אליינס וואס דיין האבי איז און מ'וועט אי"ה גיין ווייטער פון דארט)


לויט ווי איך טראכט יעצט איז בוקקיפינג והמסתעף.

קען זיין אז ס'איז דא ענליכע ליינ'ס וואס קען אויך זיין גוט פאר מיר, אבער ס'קומט מיר נישט אויפ'ן געדאנק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 3:00 pm
דורך יואל שווארטץ
האבי, ביטע!