בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 3:09 pm
דורך אנעים זמירות
יעדע פראפעשאנעל ארבעט (דאקטאריי, טעראפיי, לויעריי א.א.וו.). אין סעילס קען זיין ריעל עסטעיט, אינשורענס, מעדיקעל וועיסט\סאפלייס ועוד.

אין יעדע פעלד קען איך אירע וואס האבען מצליח געוועהן.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 3:14 pm
דורך בעל דעת
אנעים זמירות האט געשריבן:אין יעדע פעלד קען איך אירע וואס האבען מצליח געוועהן.


און פארקערט אויך וואס האבן אנגעזעצט
איז געבליבן נאר איין עצה יתפלל למי שעושר שלו

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 3:15 pm
דורך ווינקל
סולת'ל; ווילסט וויסן פון וואו איך מאך געלט, און עפענען א קאמפאט טישן? בשום איין נופן.

---
מומחה; דיין ליסט א ריזיג (פאנט אינדעפענדענט).

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 3:16 pm
דורך שנאפס
מומחה עצום האט געשריבן:סולת , דא האסטו א שטיקל ליסטע פון דזשאבס:



ביטע ברענגט אהער די גאנצע ליסטע

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 3:23 pm
דורך סולת
[quote="מומחה עצום"]סולת , דא האסטו א שטיקל ליסטע פון דזשאבס:

1116 יואש ריזיג
[list]1) Able Seamen
274) Nonfarm Animal Caretakers
Officers
856) Police Detectives
857) Police Identification and Records Officers
748) Nuclear Engineers
749) Nuclear Equipment Operation Technicians
750) Nuclear Medicine Technologists
751) Nuclear Monitoring Technicians
752) Nuclear Power Reactor Operators
753) Nuclear Technicians
יודיש ביטע
אין געאייגענט פאר היימישע אינגעלייט שקויעך

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 3:34 pm
דורך סולת
בלעקבערי פען האט געשריבן:האסט א געפיל צו קאמפיוטער ?

פאזיטיוו

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 3:38 pm
דורך יוסף שרייבער
סולת האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:סולת , דא האסטו א שטיקל ליסטע פון דזשאבס:

1116 יואש ריזיג
[list]1) Able Seamen
274) Nonfarm Animal Caretakers
Officers
856) Police Detectives
857) Police Identification and Records Officers
748) Nuclear Engineers
749) Nuclear Equipment Operation Technicians
750) Nuclear Medicine Technologists
751) Nuclear Monitoring Technicians
752) Nuclear Power Reactor Operators
753) Nuclear Technicians
יודיש ביטע
אין געאייגענט פאר היימישע אינגעלייט שקויעך

עני לכתחלה עוועיליבעל?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 3:53 pm
דורך מידער
א גוטע עצה צו וויסן צו וואס מען טאלאנטירט, איז צו פרעגן אלטע חברים, טאטע מאמע מיט וועלכע פרט זיי האלטן דיר טאלאנטפול. א מענטש אליינס קען זיך אסאך מאל פאפן.

וואס יא סולת, די פאטענציעל איז אסאך גרעסער ווען מ'גייט אריין אין א פעלד וואס מ'גלייכט כאטש דו קענסט נישט קיין מיליאנערן אין יענעם פאך, ווי איידער אנטרעפן א פעלד וואס גיסט זיך מיליאנען אבער ס'איז נישט אייער 'האבי'.

אין די גוי'אישע וועלט איז דאס א דבר פשוט, מ'נעמט א פאך וואס מ'גלייכט, און מ'טאנצט אריין. אין די אידישע וועלט דרייט זיך אלעס ארום דעם 'וויפיל געלט גיי איך ארויסנעמען' קלאץ קשיא, דאס קומט צוליב דעם וואס דער היימישער אינגערמאן מוז גלייך ברענגען פרנסה זינט ביי אונז גייט נישט אן דעם יטע כרם ואח"כ ישא אשה, און דאדורך פארגעסט מען דעם מאמר חז"ל אז אין אמנות שאין בה עניות ועשירות.

מיר זענען טאקע באשאלטן געווארן מיט דעם בזיעת אפיך תאכל לחם, און פאר יעדן איז אנגעשריבן פונקטליך וויפיל צו אהיימברענגען, איז א שאד צו זיכן אן אינדוסטריע וואס מ'האט נישט א דירעקטן געפיל.

אדער ווי בליץ זאגט, זעמל מעהל באלאנגט אין בעקעריי, אבער א גוטע קאמיוניקאציע שיעור קען קיינמאל נישט שאטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 3:54 pm
דורך מומחה עצום
די מציאות איז אז דער וואס האלט ביים ארבעטן, ארבעט מיט וואס עס קומט אים אונטער און ער שטייט נישט אין ביהמ"ד און שמועסט וויאזוי מ'קען מאכן געלט. קודם גייט מען ארבעטן און אין די זעלבע צייט טראכט מען וואס צו טון און וועלכע פאך זיך צו לערנען

@סולת ס'דא צוויי סארט ארבעט skilled work און unskilled work דאס הייסט ארבעט וואס פאדערט א פאך אזוי ווי א דאקטער וואס דארף זיך לערנען עטליכע יאר, און דאן איז דא די פשוטע ארבעט וואס צו דעם דארף מען נישט קיין דעגרי למשל א טראק דרייווער דארף נישט קיין GED.

איז יעצט וועלכע סארט דזשאב זוכסטו? - אין אנדערע ווערטער ביזט גרייט צו שוויצן עטליכע יאר און זיך לערנען א פאך אדער דו ווילסט גלייך מאכן געלט?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 4:03 pm
דורך סולת
מומחה עצום האט געשריבן:די מציאות איז אז דער וואס האלט ביים ארבעטן, ארבעט מיט וואס עס קומט אים אונטער און ער שטייט נישט אין ביהמ"ד און שמועסט וויאזוי מ'קען מאכן געלט. קודם גייט מען ארבעטן און אין די זעלבע צייט טראכט מען וואס צו טון און וועלכע פאך זיך צו לערנען

@סולת ס'דא צוויי סארט ארבעט skilled work און unskilled work דאס הייסט ארבעט וואס פאדערט א פאך אזוי ווי א דאקטער וואס דארף זיך לערנען עטליכע יאר, און דאן איז דא די פשוטע ארבעט וואס צו דעם דארף מען נישט קיין דעגרי למשל א טראק דרייווער דארף נישט קיין GED.

איז יעצט וועלכע סארט דזשאב זוכסטו? - אין אנדערע ווערטער ביזט גרייט צו שוויצן עטליכע יאר און זיך לערנען א פאך אדער דו ווילסט גלייך מאכן געלט?

זיי נישט ברוגז דעס האב איך געשריבן אין הקדמה
גרייט צו שוויצן וכו

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 5:20 pm
דורך געלעגער
רבותי, ס'איז טאקע באלד אדר. אבער דא איז א ביזנעס פארום. ביטע זיך האלטן דערצו

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 5:50 pm
דורך זאל ער קומען
מידער האט געשריבן:א גוטע עצה צו וויסן צו וואס מען טאלאנטירט, איז צו פרעגן אלטע חברים, טאטע מאמע מיט וועלכע פרט זיי האלטן דיר טאלאנטפול. א מענטש אליינס קען זיך אסאך מאל פאפן.

וואס יא סולת, די פאטענציעל איז אסאך גרעסער ווען מ'גייט אריין אין א פעלד וואס מ'גלייכט כאטש דו קענסט נישט קיין מיליאנערן אין יענעם פאך, ווי איידער אנטרעפן א פעלד וואס גיסט זיך מיליאנען אבער ס'איז נישט אייער 'האבי'.

אין די גוי'אישע וועלט איז דאס א דבר פשוט, מ'נעמט א פאך וואס מ'גלייכט, און מ'טאנצט אריין. אין די אידישע וועלט דרייט זיך אלעס ארום דעם 'וויפיל געלט גיי איך ארויסנעמען' קלאץ קשיא, דאס קומט צוליב דעם וואס דער היימישער אינגערמאן מוז גלייך ברענגען פרנסה זינט ביי אונז גייט נישט אן דעם יטע כרם ואח"כ ישא אשה, און דאדורך פארגעסט מען דעם מאמר חז"ל אז אין אמנות שאין בה עניות ועשירות.

מיר זענען טאקע באשאלטן געווארן מיט דעם בזיעת אפיך תאכל לחם, און פאר יעדן איז אנגעשריבן פונקטליך וויפיל צו אהיימברענגען, איז א שאד צו זיכן אן אינדוסטריע וואס מ'האט נישט א דירעקטן געפיל.

אדער ווי בליץ זאגט, זעמל מעהל באלאנגט אין בעקעריי, אבער א גוטע קאמיוניקאציע שיעור קען קיינמאל נישט שאטן.

אמת און נישט אמת.
אין די גויאישע וועלט גייט מען אריין און וואס מ'האט ליב אבער מ'דארף קודם דערשנאפן די מארקעט, די פאטענציאל, און די ווארסט קעיס סענעריא, סא אזוי ווי איך האב געשריבן מ'דארף עס ליב האבן אבער דארט דארף זיך דרייען געלט.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 5:54 pm
דורך גלייכגילטיג
מומחה, האסט פארגעסן צוצולייגן א פיקטשער צו די ארבעט'ס ליסטע, וואסידאס?

אופס.. דא רעדט מען ביזנעס.. סארי

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 12:18 am
דורך הבדלה וויין
סולת טייערער, אלץ א פרישע אינגערמאן וואס איך גלייב אז די ביסט שוין געבענטשט מיט א בנש"ק און דיין אשת חיל פארלאנגט שוין אירע, וואלט איך דיר קודם געראטען ארומצוקוקן אין גיין ארבעטען ביי א צווייטע'ן, אזוי וועסטו קענען דערווישען צי וואס די האסט א געפיל, למשל די גייסט ארבעטען ביי א בי.ענד עידזש. און די זעסט די האסט א געפיל צי סעילס, און דיין סעילס וואקסט, ווייסטו שוין ווי די באלאנגסט, קענסט פרובירן נאכדעם סיי וועלכע סעילס פאזישען וואס מען פארדינט שיין.
זוך א דזשאב וואס פארלאנגט נישט אזויפיל שעות, אזוי וועסט קענען אין די פרייע צייט זיך לערנען עפעס.
לגבי עפענען א ביזנעס אדער ארבעטען פאר זיך אליינס, פון מיין עקספיריענס און מיינע חברים'ס עקספיריענס, איז די בעסטע קודם צי ארבעטען פאר אן אנדערען אזוי ווייסט מען וואס עס מיינט זיין אין אפיס 9:00 אפילו מען האט די בעסטע תירוצים.
אז די האסט נאכנישט קיין קינדער אדער די דארפסט נאכנישט ברענגען פרנסה, דעמאלטס איז אביסל אנדערש און די קענסט זיך נאך עפעס לערנען, למשל די האסט א געפיל צי רעכענען קענסטו זיך לערנען אקאונטינג, צי קינדער קענסטו זיך לערנען טעראפי, וכו'

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 9:43 am
דורך מומחה עצום
1+

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 11:26 am
דורך מידער
מומחה עצום האט געשריבן:1+

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 1:42 pm
דורך דעת זקנים
יין הבדלה מביא פת לאורחים.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 3:45 pm
דורך סולת
הבדלה וויין האט געשריבן:סולת טייערער, אלץ א פרישע אינגערמאן וואס איך גלייב אז די ביסט שוין געבענטשט מיט א בנש"ק און דיין אשת חיל פארלאנגט שוין אירע, וואלט איך דיר קודם געראטען ארומצוקוקן אין גיין ארבעטען ביי א צווייטע'ן, אזוי וועסטו קענען דערווישען צי וואס די האסט א געפיל, למשל די גייסט ארבעטען ביי א בי.ענד עידזש. און די זעסט די האסט א געפיל צי סעילס, און דיין סעילס וואקסט, ווייסטו שוין ווי די באלאנגסט, קענסט פרובירן נאכדעם סיי וועלכע סעילס פאזישען וואס מען פארדינט שיין.
זוך א דזשאב וואס פארלאנגט נישט אזויפיל שעות, אזוי וועסט קענען אין די פרייע צייט זיך לערנען עפעס.
לגבי עפענען א ביזנעס אדער ארבעטען פאר זיך אליינס, פון מיין עקספיריענס און מיינע חברים'ס עקספיריענס, איז די בעסטע קודם צי ארבעטען פאר אן אנדערען אזוי ווייסט מען וואס עס מיינט זיין אין אפיס 9:00 אפילו מען האט די בעסטע תירוצים.
אז די האסט נאכנישט קיין קינדער אדער די דארפסט נאכנישט ברענגען פרנסה, דעמאלטס איז אביסל אנדערש און די קענסט זיך נאך עפעס לערנען, למשל די האסט א געפיל צי רעכענען קענסטו זיך לערנען אקאונטינג, צי קינדער קענסטו זיך לערנען טעראפי, וכו'

רבותי איך ארבעט ב"ה /איך פרעג נישט וועגן ארבעטן פאר זיך
לאמיר זאגן אז איך האב א געפיל צו סעילס
איז מיין שאלה אין וועלכע פילד זאל איך עס ניצן ???
אינשורענס
עסן וכו
הייזער
ביטע ענטפרט מיט אייער ""עקספיריענס""

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 3:48 pm
דורך משזר
איך מיז אייך זאגן הויכעגעשעצטער ר' סולת אז איר פרעגט א אויבערפלעליכע שאלה.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 4:21 pm
דורך ירוחם
איך שלאג דיך פאר סולת זאלסט ווערן א מענעדזשער אין טריפל פעיסט מארינערי. פון מיין עקספיריענס האסטו שטארקע קוואלטיטעטן וואס פארלאנגען זיך אין יענעם פאסטן נאכדערצו ווען די ארבעט'ס שעה'ן זענען פון 11 ביז 9. דו פרעגסט וועלכע מענעדזשינג דזשאב איז דארט אוועילעבל? די אונטערסעקרעטערי פאראיין זוכט א מענעדזשער. לויט ווי ס'זעט מיר אויס, באזירט אויף מיין עקספיריענעס ביסטו פעאיג צו מענעדזשן בערך 20 מענטשן. אין די פאראיין ארבעטן טאקע בערך 40 מענטשן, אבער אפשר בעט זיי זאלן צוטיילן אין צוויי און פאר די צווייטע העלפט קענסטו רעקאמאנדירן א חבר וואס לויט דיין עקספיריענס האט ער קוואליפיקאציעס דערצו.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 4:32 pm
דורך AHA
If you like Sales and you feel you can see results fast based on your qualifications than there is a few categories you can put yourself in
Do you feel you can accomplish more by talking to someone over the phone or in person?
Do you feel you will be more successful if you will offer a service or a product?
I am trying to give you a way of thinking "I hope I was helpful”
Please do not criticize!
Thanks in advance!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 5:47 pm
דורך אחראי
ביטע איר זענט דא אין ביזנעס אפטיילונג, די שאלה קען זיין נוגע פאר יעדעם, ביטע ענטפערט צום ענין, פארט נישט אוועק מיט א חודש אדר באמערקונג.
א דאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 8:20 pm
דורך סולת
ירוחם האט געשריבן:איך שלאג דיך פאר סולת זאלסט ווערן א מענעדזשער אין טריפל פעיסט מארינערי. פון מיין עקספיריענס האסטו שטארקע קוואלטיטעטן וואס פארלאנגען זיך אין יענעם פאסטן נאכדערצו ווען די ארבעט'ס שעה'ן זענען פון 11 ביז 9. דו פרעגסט וועלכע מענעדזשינג דזשאב איז דארט אוועילעבל? די אונטערסעקרעטערי פאראיין זוכט א מענעדזשער. לויט ווי ס'זעט מיר אויס, באזירט אויף מיין עקספיריענעס ביסטו פעאיג צו מענעדזשן בערך 20 מענטשן. אין די פאראיין ארבעטן טאקע בערך 40 מענטשן, אבער אפשר בעט זיי זאלן צוטיילן אין צוויי און פאר די צווייטע העלפט קענסטו רעקאמאנדירן א חבר וואס לויט דיין עקספיריענס האט ער קוואליפיקאציעס דערצו.

וואס איז דאס טריפל פעיסט מארינערי ???

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 8:26 pm
דורך סולת
מידער האט געשריבן:א גוטע עצה צו וויסן צו וואס מען טאלאנטירט, איז צו פרעגן אלטע חברים, טאטע מאמע מיט וועלכע פרט זיי האלטן דיר טאלאנטפול. א מענטש אליינס קען זיך אסאך מאל פאפן.

וואס יא סולת, די פאטענציעל איז אסאך גרעסער ווען מ'גייט אריין אין א פעלד וואס מ'גלייכט כאטש דו קענסט נישט קיין מיליאנערן אין יענעם פאך, ווי איידער אנטרעפן א פעלד וואס גיסט זיך מיליאנען אבער ס'איז נישט אייער 'האבי'.


נו איך גלייך סעילס
ווי גייט מען ווייטער כמיין וועלכע אינדוסטרי ??

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 8:30 pm
דורך סולת
AHA האט געשריבן:If you like Sales and you feel you can see results fast based on your qualifications than there is a few categories you can put yourself in
Do you feel you can accomplish more by talking to someone over the phone or in person?)1
Do you feel you will be more successful if you will offer a service or a product?2
I am trying to give you a way of thinking "I hope I was helpful”
Please do not criticize!
Thanks in advance!

1 אין פערזאן
2 פראדוקט
איי אפרישעט דיין הילף