בלאט 4 פון 4

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 10:39 am
דורך חיים צבי
עטליכע קורצע אויפפאסונגען:

פאר איינער וואס האט די מעגליכקייט צו פלאנירן און אויספירן א גרינטליכע Follow up נאכן שוי, דארף די עיקר קאנצעטראציע ביים שוי זיין אויף צוזאמקלויבען קאנטאקט אינפארמאציע פון leads און פרובירן צו זיין ווי מער Memorable. דערפאר איז געווען אינטערעסאנט צו זעהן די אינאוועיטיוו איידיעס פון מענטשען צו דערגרייכן די צוויי צילן.
איינער וואס איז גאר שטארק ארויסגעשטאנען אין דעם הינזיכט איז געווען Immediate Marketing ביי ר' יואל קליין. ער האט געהאט א קליינע רודיגע בוט מיט צוויי שיינע באקוועמע בענק דערין וואו מען האט געקענט כאפן א שמועס מיטן 'קאנסאולטענט', ארום דעם בודקע איז געווען מערערע טעבלעט קאמפיוטערס אויף סטענדס וואו מען האט געקענט אויספרובירן א פרייע Demo פון זיין נייע פראגראם immediate business indicator וואס דארף צו העלפען פאר ביזנעסלייט צו אידענטיפעצירן די שוואכע און שטארקע פונקטן אין זייער קאמפעני. איידער מען הייבט אן דעם פראגראם - וואס באשטייט פון 10/15 שאלות וואס דארף ווערן גענטפערט אויף א Scale פון איינס ביז צען - דארף מען אויספילן א אינפארמאציע פארם וואס רעכנט אריין די קאמפעני נאמען און אימעיל אדרעסס. נאכן ענדיגען די טעסט באקומט די קאמפעני א rating (מיינס איז געווען 70 ארויס פון 1000 :-( ). דערנאך באקומט מען א אפפער צו זעהן די פולע אפשאצונג פאר 'בלויז' 239$.

אבער אפילו ביי נישט אזוי ארויס-פון-קעסטעל-בוטס האט מען אויך געקענט זען ביזנעסער וואס פארשטייען גוט די קאנצעפט פון א שוי. צום ביישפיל ביי איין רעקרוטינג פירמע איז געשטאנען א אינגערמאן אינדרויסען פונעם טישל און געשריגען הויך: ?WHO NEEDS A FREE IPAD

נו, ווער דארף דען נישט?
מענטשן האבן אריינגעווארפען זייער ביזנעס קארטלעך אין די מאסן צו געווינען דעם מאשינקע און אינאיינוועגס זיך אויטאמאטיש אויפגעסיינט צו זייער business e-newsletters.

איין וועב-דעזיין פירמע dextel.net האט פארגעשטעלט א נייע ביליגע E-commerce solution. די איינגעשטעלטע ביים טישל האבן געהאט א צוגעגרייטע קורצע 30/45 סעקונדען מעסעדזש מיט א שנעלע דעמא פון זייער נייע סאפטוועיר און א Limited time offer פאר לעבענסלעגליכע 50% off פאר נייע קאסטומערס.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 11:06 am
דורך שנאפס
יישר כח פארן ברענגען!

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 11:10 am
דורך געלעגער
גראדע געהערט פון אפאר אידן אז עס האט געפעלט ארגענעזאציע. האט איר עס אויך געשפירט אדער דאס ווענדט זיך מער אין יעדן וויאזוי ער האט זיך געגרייט דערצו און וואס ער האט ערווארטעט דארט צו זעהן?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 11:12 am
דורך שנאפס
וואס הייסט געפעלט ארגענעזאציע? ביסט שוין אמאל געווען ביי א שאו?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 11:28 am
דורך פאר דוקא
א גרויסן יישר כח,
איז דא ערגעץ אפגעכאפט די שטארק טענק?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 11:30 am
דורך געלעגער
שנאפס האט געשריבן:וואס הייסט געפעלט ארגענעזאציע? ביסט שוין אמאל געווען ביי א שאו?

ניין. אבער גערעדט צו אידן וואס זענען געווען ביי די און ביי אנדערע

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 11:32 am
דורך חיים צבי
שנאפס:
Appreciation is appreciated

געלעגער:
דו מיינסט מצד די ארגענעזירער? איך בין נאר דארט געווען אפאר שעה צו דעקן דו בוטס און אויך ביי צוויי לעקציעס, עס איז מיר נישט אויסגעקומען צו באטראכטען איבער ווי סוקסעספול עס איז געווען ארגענעזירט.
איין זאך וואס האט מיר אביסל געבאדערט איז געווען די אויסשטעל פון די בוטס, אנשטאט שורות שורות אזויווי אנדערע גרעסערע שויס איז עס געווען צופלויגען. דא א סקווער מיט בוטס, דארט א צוויי דריי שורות, און דערנאך סתם אזוי אפאר טישלעך. עס קען זיין זיי האבן געוואלט עס זאל זיין געשמאקער צו נעטווארקן אבער עס האט געשטערט פאר איינעם וואס האט געוואלט נאר ארומגיין, ווייל מען איז געווארן צומישט איבער וואו מען איז שוין יא אדער נישט געווען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 11:40 am
דורך געלעגער
איך הער

א דאנק פארן באריכטן

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 11:45 am
דורך שנאפס
ביי גרויסע שאוס איז אויך נישט אייביג אלעס אין א רייע, צומישט (און קאפ ווייטאג) קומען מיט יעדע שאו...

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 11:52 am
דורך חיים צבי
איך בין שוין געווען ביי צוויי שויס אין צוויי באזונדערע אינדוסטריעס וואס זענען געווען אסאך בעסער מסודר, פארשטייט זיך דא דארט קען זיך מאכן א גרויסע קאמפעני זאל האבן א סקווער בוט וואס פארדרייט די סדר

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 12:18 pm
דורך עין טובה
פשיה.... פרעזידענט אבאמא האט געשיקט א בריוו וואס מ'זאל אויפליינען ביים קומענדיגע עקספאו.!
http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... -expo.html

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 12:20 pm
דורך ענדע צדיק!
קען איינער אהערשטעלן? (געבלאקט)

Copy paste

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 12:23 pm
דורך עין טובה
Shortly before this past Shabbos, Parnassah Network – Orthodox Jewish Chamber of Commerce founder and director Reb Duvi Honig received a major surprise: an official personal letter from President Barack Obama addressed to 2015 Parnassah Expo attendees, signed on official White House stationary.
The highest echelons of our country’s business and political spheres are enamored by the fact that thousands of Jewish community members from across America – and around the world – will jointhis Tuesday and Wednesday to boost each others’ economic success. They are in tune with Parnassah Network – Orthodox Jewish Chamber of Commerce developments, and eager to help this powerhouse succeed.
Due to strict White House regulations governing official presidential messages, none of the letter’s content can be released until the Expo opens its doors. The message will be prominently displayed at the entrance of the Expo, to greet attendees. The highlight of the first Expo day – Tuesday – will be an official reading of the presidential message by Reb Duvi to the audience . in addition to top White House officials, Parnassah Network – Orthodox Jewish Chamber of Commerce is in constant contact with various other high level government officials, apprising them of all its activities to boost our community’s economic activity. The federal government has offered several business related programs through Parnassah Network – Orthodox Jewish Chamber of Commerce venues. New Jersey Senator Cory Booker is a particularly close friend of the group’s activities. An official letter from the senator will be presented at the Expo as well.
“When we get together as one to maximize each other’s success, it is a monumental kiddush Hashem,” says Reb Duvi. “We make a positive impression upon all sectors of society, and they’re eager to help us succeed in any way they can.”

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 10:21 am
דורך א. טראכטער
איינער פארט פון ווילי?, ביטע מיר קאנטאקטן אין אישי

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 1:16 pm
דורך ליינער
איינער האט א פעס?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2015 4:19 pm
דורך א. טראכטער
עפעס חידושים בנוגע אנליין ביזנעס?