בלאט 3 פון 4
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 7:45 am
דורך derech eretz
ס'זעט מיר אויס אז די חילוקי דעות דא האט מיט די פיקטשער וואס ליגט איון מח אויף די עקספאו, אויב קוקט מען עס אן ווי א היימישע חסידישע זאך, איז טאקע שווער די קושיות הנ"ל,
אבער אויב פארשטייט מען אז ס'איז 'נישט' קיין היימישע זאך, איז אזויווי ביי להבדיל ביי א ריין גוי'שע עקספאו וואלט מען עס פארשטאנען, וכו' ודו"ק.. כ'האב נישט קיין געדולד צו שרייבן ווייטער..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 7:54 am
דורך להגדיל שמו
derech eretz האט געשריבן:ס'זעט מיר אויס אז די חילוקי דעות דא האט מיט די פיקטשער וואס ליגט איון מח אויף די עקספאו, אויב קוקט מען עס אן ווי א היימישע חסידישע זאך, איז טאקע שווער די קושיות הנ"ל,
אבער אויב פארשטייט מען אז ס'איז 'נישט' קיין היימישע זאך, איז אזויווי ביי להבדיל ביי א ריין גוי'שע עקספאו וואלט מען עס פארשטאנען, וכו' ודו"ק.. כ'האב נישט קיין געדולד צו שרייבן ווייטער..
געמארקיט האט מען עס פארא היימישע זאך.
און יא ביי די דרשה זענען געזעצען א גרויסע מערהייט יודען מיט בארד און פייעס, עס זענען געווען אפאר יודן וואס האבען זיך אויפגעשטעלט און ארויס געוואקט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 7:57 am
דורך משנה מקום
נאר היימישע חסידישע אידען זענען מחיוב צי די הלכה?
און דעס וואס די שרייבסט וועגען ריין גוישע עקספאו האסטו מיך אינטערגעצידען אויף אזאך וואס עקעלט מיך שוין א לאנגע צייט דאס איז די קאמפלעקס פין אסאך היימישע בעה"ב
אז מען מוז אויפנעמען גוישע אדער מעדערנע אידען ווייל זיי קענען זיכער בעסער ווי א היימישע איי סאיז לאו דווקא אמת
איי די האסט א חיוב צי געבען פרנסה פאר א איד און נישט פאר א גוי קשיא
אויך די גוי האט גענוג ווי צי טרעפען זשאבס מה שאין כן די איד איז כמעט נאר לימעטעד צי אידען
די זעלבע זאך דא ביי די עקספאו די זיין אזויפיל פארנימען מיט די פרויען לויט ווי ער לייגט עס אראפ דאס קומט אויך פין די היינטיגע גוישע וועלט
אזוי אויך די מוזען נאכמאכען די גוישע שארק טענק מיט די גאנצע פונקטליכקייט אז מען האט געמוזט אויפשעטלען א פרוי רעדען
איי מען וואלט געקענט עפעס אויסאיירבעטען מיט איר ניין מען קען נישט ווייל עס מוז זיין ווי די שארק טענק אויך אונז זעמער "פראפעשינעל"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 8:01 am
דורך להגדיל שמו
יעצט צי די חלק המוסר געוואנדען צי מיך.
ביסטי טאקע אזא קאטשעניא קאפאז די ווייסט נישט קיין חילוק ציווישען א דרשה צי א רעזשעסטער?
איר זענט אינגאנצען? די תירץ פון פראמאטען א ביזנעס איז קיין תירץ, איבערהויפט ווען איר בעל (תורה) איז דארט געווען.
די חלק אז עס איז געווען אפגעהיטען די גדרי הצניות אלל אווער בוסטי גערעכט, הגם די מעשה פון די באנק איז מציצה בפה, פשוט ווייל ביי א שאו גייט מען אנגעטיען ביזנעס'דיג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 8:04 am
דורך להגדיל שמו
משנה מקום האט געשריבן:נאר היימישע חסידישע אידען זענען מחיוב צי די הלכה?
און דעס וואס די שרייבסט וועגען ריין גוישע עקספאו האסטו מיך אינטערגעצידען אויף אזאך וואס עקעלט מיך שוין א לאנגע צייט דאס איז די קאמפלעקס פין אסאך היימישע בעה"ב
אז מען מוז אויפנעמען גוישע אדער מעדערנע אידען ווייל זיי קענען זיכער בעסער ווי א היימישע איי סאיז לאו דווקא אמת
איי די האסט א חיוב צי געבען פרנסה פאר א איד און נישט פאר א גוי קשיא
אויך די גוי האט גענוג ווי צי טרעפען זשאבס מה שאין כן די איד איז כמעט נאר לימעטעד צי אידען
די זעלבע זאך דא ביי די עקספאו די זיין אזויפיל פארנימען מיט די פרויען לויט ווי ער לייגט עס אראפ דאס קומט אויך פין די היינטיגע גוישע וועלט
אזוי אויך די מוזען נאכמאכען די גוישע שארק טענק מיט די גאנצע פונקטליכקייט אז מען האט געמוזט אויפשעטלען א פרוי רעדען
איי מען וואלט געקענט עפעס אויסאיירבעטען מיט איר ניין מען קען נישט ווייל עס מוז זיין ווי די שארק טענק אויך אונז זעמער "פראפעשינעל"
און פאר עס איז דארט געווען ווייסט ווי אים גיט זי האט פרמאוט איר ביזנעס, אזאש אז זי איז געווען די איינציגסטע וואס האט נישט באקימען קיין אפער, אין די צייט וואס א אנדערע יוד האט פרמאוט זיין ביזנעס וואס קיקט אויס אסאך ווייטער פון מציאות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 8:22 am
דורך derech eretz
משנה מקום האט געשריבן:נאר היימישע חסידישע אידען זענען מחיוב צי די הלכה?
און דעס וואס די שרייבסט וועגען ריין גוישע עקספאו האסטו מיך אינטערגעצידען אויף אזאך וואס עקעלט מיך שוין א לאנגע צייט דאס איז די קאמפלעקס פין אסאך היימישע בעה"ב
אז מען מוז אויפנעמען גוישע אדער מעדערנע אידען ווייל זיי קענען זיכער בעסער ווי א היימישע איי סאיז לאו דווקא אמת
איי די האסט א חיוב צי געבען פרנסה פאר א איד און נישט פאר א גוי קשיא
אויך די גוי האט גענוג ווי צי טרעפען זשאבס מה שאין כן די איד איז כמעט נאר לימעטעד צי אידען
די זעלבע זאך דא ביי די עקספאו די זיין אזויפיל פארנימען מיט די פרויען לויט ווי ער לייגט עס אראפ דאס קומט אויך פין די היינטיגע גוישע וועלט
אזוי אויך די מוזען נאכמאכען די גוישע שארק טענק מיט די גאנצע פונקטליכקייט אז מען האט געמוזט אויפשעטלען א פרוי רעדען
איי מען וואלט געקענט עפעס אויסאיירבעטען מיט איר ניין מען קען נישט ווייל עס מוז זיין ווי די שארק טענק אויך אונז זעמער "פראפעשינעל"
כ'רעד נישט וואס זיי זענען מחויב און וואס נישט, 'דו' דער היימישער איד וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם צו גיין צו א ריין גוי'שע עקספאו, אפילו אויב ס'רעדן דארט נשים, און דא האסטו יא א פראבלעם בלויז ווייל האסט געמיינט אז גייסט צו א חסידישע מקום, בין איך נישט גערעכט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 8:50 am
דורך דער תהילים איד
דרך ארץ, די שאלה איז נישט צו מען האט געמעגט אויסהערן די דרשה, די שאלה איז פארוואס היימישע ארגאניזירער זאלן אויפשטעלן פרויען רעדן פאר מענער.
פונקט ווי זיי האבן פארשטאנען עס נישט צו אדווערטייזן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 9:10 am
דורך הערליך
איך האב זייער שטארק געוואלט גיין, אבער נישט אנגעקומען, למעשה האב איך נישט חרטה, עס איז קלאר א עוולה אויפצושטעלן א פרוי רעדן ברבים פאר א היימישן ציבור, נאכדערצו אז מען טוט עס מארקעטן צו דעם היימישן ציבור, נאך מיט אזא היימישן יודיש, כאילו מען רעדט דא פון א גאר היימישע זאך, סאיז א עוולה, איך בין געוועהן ביי די על טי בי 2013 און דארט איז אויך געוועהן גאר א פראפעשענעל זאך, הגם אויף א קלענערע פארנעם און נישט די זעלבע אויסשטעל, אבער דארט זענען די דרשות געוועהן אפגעטיילט מענער פון פרויען, קיין פרויען רעדנער זענען נישט געוועהן, די פרויען עקזיביטערס האט מען אנגעזאגט צו זיין געקליידעט בצניעות (אין א סייד נאויט, סאיז געוועהן אינמיטן זימער, נישט ווינטער) עכ"פ איך גיי נישט אריין אין דיטעילס איצט, על טי בי קען ווען אויך זיין פיל בעסער אהערגעשטעלט יודישליך, אבער מיין פאוינט איז אז עס איז נישט אזוי שווער עס צו מאכן אויסגעהאלטן, און אויב קען מען עס נישט אהערשטעלן אויסגעהאלטן, מארקעט עס נישט צו מענטשן וואס ווילן עס נישט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 12:14 pm
דורך קאטשעניו
נאר קלאר צו מאכן די חלוקי דעות...
די פרוי האט זיך נישט אויפגעשטעלט געבן א דרשה פאר מענער... א שטייגער ווי ברויפמאן אדער רעכניץ האבן געטאן, עס איז געווען א פאנעל פון פינעף רייכע אינוועסטירער וואס פאר זיי האט מען געקענט פארשטעלן אייערע פרודאקטן אדער איידיעס אז זיי זאלן און דעם אינוועסטירן און די פרוי איז געווען איינס פון אפאר וואס האבן געוואלט אז די פאנעל זאל און איר פראדוקט אדער איידיע אינוועסטירן.
און להגדיל אז די ווייסט פונקטליך די פרטים פונעם Uotcome פון די פרוי׳ס בקשה זעהט מיר אויס אז די ביסט נישט געווען פון די פאר וואס זענען ארויסגעלאפן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 1:01 pm
דורך דער תהילים איד
יישר כח קאטשעניו פאר'ן אויסקלארן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 1:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
דער תהילים איד האט געשריבן:יישר כח קאטשעניו פאר'ן אויסקלארן.
כ'האב מורא אז אויף די אויפן איז נאך ערגער, ווייל עס איז נישט א דרשה פון איינעם, נאר א "אינטערעקשאן" אהין און צוריק, אזא סארט האנדל וואנדל. אבער נישט נאר א האנדל, נאר א דרשה אויך, ממילא האט עס ביידע ענינים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 1:33 pm
דורך שנאפס
ווי איך פארשטיי האט מען צוגעשטעלט זיץ פלעצער פארן עולם אויסצוהערן, ריכטיג?
נאך א זאך הרב קאטשעניו, די מחאה וואלט געקענט אריבערגיין שטילערהייט און פערטיג, עס מוז נישט זיין אז יעדער האט עס בכלל באמערקט, עס איז נאר געווען א אגב צו זיין גאנצע תגובה, אבער מיט דיין לאנגע תגובה האסטו עס אינטערגעצינדן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 1:36 pm
דורך הערליך
דער תהילים איד האט געשריבן:יישר כח קאטשעניו פאר'ן אויסקלארן.
שכוח פארן אויסקלארן, ווייל עס האט אויסגעקוקט פון דא ווי מען האט ארויפגעשטעלט א פרוי דרשענען, עס איז גאר אן אנדערע זאך, עס איז שווער פאר אזא סארט שוי וואס איז געמארקעטעד איבעראל צוגלייך אפצוזאגן א פרוי בלויז ווייל זי איז א פרוי, הגם אלץ הלכה קען עס נאך אלץ זיין א פראבלעם, און ווי לכתחילה זאגט אפשר גאר א ערגערע פראבלעם, אבער לגבי די אנפירער איז עס גאר א אנדערע סארט זאך ווי אויפשטעלן אפיציעל א פרוי רעדן, ופשוט הוא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 1:47 pm
דורך הערליך
שנאפס, עס איז נישט אזוי ווי דו זאגסט, א טאג נאך די על טי בי, קומט צו צו מיר צו א יונגערמאן אויפגעהעצט ביז גאר, און זאגט מיר: האסט געהערט וואס איז געוועהן נעכטן? א שוי פאר יודן, מיקסד, געהעריג מיקסד, ער האט אפילו בילדער, קודם כל זאג איך אים, דו שגץ איינער, וואס דרייעסטו זיך מיט בילדער פון פרויען אין טאש? דאס איז איינמאל איינס, צווייטענס זאג איך אים, דו שעמסט זיך נישט פאר דיין נערישע פאן גייסטו ארום העצן אויף א קאנפערענטס, וואס א גרויס חלק עולם דארט וואלט קלאר גאגאנגען צו גויאישע ווען נישט דאס איז דא, און עס איז געוועהן געהעריג אפגעטיילט, ביי אלע דרשות, וואס זאגסטו ליגענט? האסט א בילד וואס איז געכאפט געווארן ווי א מאן רעדט מיט א פרוי עקזיביטער, דאס רופסטו מיקסד? דו האסט נישט די מינדעסטע השגה בחייכון וואס א ביזנעס שוי איז, און גיי זיך דיר פאן מיט עפעס אנדערש פליז.
עס איז שרעקליך שווער אהערצושטעלן א ביזנעס שוי על טהרת הקודש, קיין מורהדיגע פראפיטס ליגט אויך נישט דערינן, גייט איינער און טוט עס מיט בלוט און שווייס, גייסטו אים באזינגען אין די גאס? צו וואס?
יא! דאס רעגט מיך אויף, איך קום אהער און איך הער אז מען האט אויפגעשטעלט א פרוי רעדן אויף א שוי וואס איז אויך געווארן געמארקעטעד צום היימישן עולם, איך ווער אנגעצינדן, דערנאך ווער איך געוואר אז ס'איז ניטאמאל אמת, סאיז עפעס א דשויק מוחה צו זיין יעדע מינוט? סאיז פאן? וואס איז דאס וואס שטופט מענשטן צו באשמירן יענעם פארגארנישט? יענער האט דיר עפעס געטון? קאם אן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 1:49 pm
דורך דער תהילים איד
הערליך, קליפ און קלאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 1:54 pm
דורך שנאפס
איך פארשטיי וואס איר זאגט, אבער איר האט נישט געענטפערט וואס איך האב געפרעגט, איר האט געענטפערט וועגן עלטיבי שאו (און זיך דערמאנט ווי גערעגט איר זענט געווען..) אינדערצייט וואס איך האב געפרעגט וויאזוי עס איז געווען דא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 2:00 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
די סעטאפ איז עס איז פארהאן א סטעידש ווי עס זיצן עטליכע אינוועסטערס, און ווער עס וויל (אויף עפעס א סדר שטייצעך) קען ארויפקומען מסביר זיין זיין ליין, איידיע וכד' און בעטן די איוועסטערס צו אינוועסטן, און דער עולם זיצט און קוקט זיך צו, עס העלפט פאר מענטשן זיך אויסלערנען וויאזוי צו רעדן צו אן אינוועסטער, וואס יא צו זאגן וואס נישט צו זאגן וכד'
האבן זיי געהאט דארט צווישן אלע א פרוי וואס האט געבעטן אן אינוועסמענט.
וואס איז דיר נישט פארשטענדליך?
דא איז געוועהן אז מען האט דא געשריבן אז מען האט אויפגעשטעלט א פרוי רעדן, כאילו עס וואלט זיך גערעדט פון א דרשה וואס מען האט בדייקא אריינגעשטעלט א פרוי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 2:02 pm
דורך הערליך
שנאפס, איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט, זיי מסביר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 2:03 pm
דורך חיים צבי
שנאפס:
קוקט מיר אויס אז הערליך'ס תגובה האט זיך בעיקר באצויגען אויף דעם וואס די האסט געשריבען אז די מחאה וואלט געקענט אריבערגיין שטיל ווען נישט קאטשעניו, אויף דעם האט הערליך געענטפערט אז די סארט מחאות קענען שטארק אויפרעגן טייל מענטשען, און דא האט ער פארגעזעצט מיט א משל פון LTB.
הערליך: בין איך קלאר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 2:11 pm
דורך שנאפס
חיים צבי האט געשריבן:שנאפס:
קוקט מיר אויס אז הערליך'ס תגובה האט זיך בעיקר באצויגען אויף דעם וואס די האסט געשריבען אז די מחאה וואלט געקענט אריבערגיין שטיל ווען נישט קאטשעניו, אויף דעם האט הערליך געענטפערט אז די סארט מחאות קענען שטארק אויפרעגן טייל מענטשען, און דא האט ער פארגעזעצט מיט א משל פון LTB.
הערליך: בין איך קלאר?
איבערגעלייענט און עס מאכט שוין סענס..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 2:42 pm
דורך משנה מקום
קאטשעניו האט געשריבן:נאר קלאר צו מאכן די חלוקי דעות...
די פרוי האט זיך נישט אויפגעשטעלט געבן א דרשה פאר מענער... א שטייגער ווי ברויפמאן אדער רעכניץ האבן געטאן, עס איז געווען א פאנעל פון פינעף רייכע אינוועסטירער וואס פאר זיי האט מען געקענט פארשטעלן אייערע פרודאקטן אדער איידיעס אז זיי זאלן און דעם אינוועסטירן און די פרוי איז געווען איינס פון אפאר וואס האבן געוואלט אז די פאנעל זאל און איר פראדוקט אדער איידיע אינוועסטירן.
און להגדיל אז די ווייסט פונקטליך די פרטים פונעם Uotcome פון די פרוי׳ס בקשה זעהט מיר אויס אז די ביסט נישט געווען פון די פאר וואס זענען ארויסגעלאפן...
די טרייסט עס צי מאכען כאילו זי פלעין ציגעקומען און האט זיך אויפגשעטעלט רעדען פאר די פינעף אינוועטערס די אמת איז אבער אז עס איז א שאו געמאכט אז די עולם זאל דארט זיצען און זיך ציקוקען
אין אנדערע וווערטער א פרוי האט זיך יא אויפגעשטעלט פאר די עולם נישט נאר פאר אינוועסטערס רעדען
און עס איז קלאר נישט אויסגעהאלטען אז מען האט געגעבען פאר א פרוי איינע פין די סלאטס וואס אזאך וואס מען מאכט אפ אסאך פריער עס איז נישט אזוי ווי די פרוי איז דארט צי געקומען איך האב אן איידיע לאטס מיך עס פרעזענטען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 8:39 pm
דורך זאל ער קומען
גיי איך היינט באקן מצות, נישט מער און נישט ווייניגער עס דרייען זיך מיידלעך מיט מענער ווי גארנישט, איך ווער אויפגעקאכט איך וויל גיין דרוקן א פאשקעוויל קום איך אריין צום דריקער פרעגט מיך א אשה וואס קען איך אייך העלפן, איך האב געמיינט איך גיי אראפ פון זין...
קיינער פארשטייט טאקע נישט אז פונקט ווי איר האט נישט קיין פראבלעם אין אייער געשעפט אויפצונעמן פרויען און אויך האט איר נישט קיין פראבלעם אויף צונעמען פרויען זאלן אייך פירן דאס געשעפט אפילו עס קומען אסאך מענער, אזוי אויך ווען מ'טוט סיי וועלכע ביזנעס און מ'אפערט געלט און א פרוי בעט איז א עולה זי זאל בעטן? אויב מ'האט עס אויפגעסעט פון פריער און א פרוי דארף געלט טאר מען איר נישט לאזן? איר האט א פראבלעם זיך צו דרייען מיט אייער בני בית אין גראסערי און עס איז געהעריג מיקסט במלא מובן המילא? איר שטעלט אראפ א פרוי רעכענען פאר מענער און סאטמאר בוטשער און אין שכר לימוד אפיס און אפילו אין קהל?
וואס א מין פארגלייך צו א פרוי וואס טרעט אויף מיט א דרשה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 9:37 pm
דורך משנה מקום
קומסט אריין נישט קלאר אבער איך פארשטיי אז די מיינס עס אראפצילייגען כאילו מאפערט געלט און א פרוי בעט
אויף דעם איז מיין ענפטער ניין עס איז נישט אזוי דאס איז א שאוי מען האלט א דרשה פאר די עולם ווי מען פערזענט אן איידע אין אנדער ווערטער מען האט געמאכט א שוי און איינע פין די שפילער וואס מען האט אנגעגרייט פין פריער איז געווען א פרוי וואס דאס איז קעגען די הלכה אז א פרוי זאל אויפטרעטען פאר א ציבור מענער
ווען מיינט מען דא די פרנסה און מען האט אביסעל יראת שמים וואלט מען עס געקענט אנדערש אויסשטעלען
און די תירוץ פארוואס מען האט עס געטון איז דא איין סיבה ווייל מען מוז נאכמען די גוי אויפען האר און מען מוז זיין "פראפעשינעל" אסאך מיסע זאכען ווערען געטוהן אינטער דעם נאמען "פראפעשענעל"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 11:33 pm
דורך פאר דוקא
יעצט נאכדעם וואס יעדער ווייסט שוין קלאר ווי הייליג מען איז ב''ה און וויפיל די פירצה באדערט פאר יעדן רעכטדענקעדיגען יר''ש, וואלט איך און איך גלייב אז נאך אנדערע געקענט ביישטיין צי הערן אביסל מער דעטאלען פון די אנדערע חלקים פון דעם עקספאו,
#ערענסט
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 28, 2014 8:40 am
דורך goldman
פאר דוקא האט געשריבן:יעצט נאכדעם וואס יעדער ווייסט שוין קלאר ווי הייליג מען איז ב''ה און וויפיל די פירצה באדערט פאר יעדן רעכטדענקעדיגען יר''ש, וואלט איך און איך גלייב אז נאך אנדערע געקענט ביישטיין צי הערן אביסל מער דעטאלען פון די אנדערע חלקים פון דעם עקספאו,
#ערענסט
אין א דאנק פאר די וואס האבן שוין באריכטעט.