בלאט 2 פון 4
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 10:35 am
דורך להגדיל שמו
goldman האט געשריבן:מעג איך פרעגן? וואס זענען דיינע מאטיווען?
איך פארשטיי נישט דיין קשיא
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 10:45 am
דורך להגדיל שמו
עס גייט זיין א גרופע אינוועסטערס.
אז א יונגערמאן וואס האט א גיטע ביזנעס איידיע וועט קענען האבען די געלעגנהייט צי טרעפען אינוועסטערס.
------
רעכליטץ גייט דארט זיין.
-----
די בעה"ב פון עווערגרין גייט אינוועסטען.
----
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 11:24 pm
דורך שמחת החיים
איך האב גראדע שפאקעלירט צו גיין. קען זיין איך וועל נאך דעסיידן צו גיין מארגן. ווייסט איינער וויזוי ס׳איז די גרינגסטע אנצוקומען אהין פון ווילי?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 11:26 pm
דורך שמחת החיים
וואס איז די פראגראם פאר ביידע טעג? ווען גייט זיין וואס?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 12:43 am
דורך ליינער
ביידע טעג איז עס פון 9-5
עס וועט זיין סעמינארס און לעקציעס פון גרויסע ביזנעס אייגענטומער ווי למשל
שלמה יודא רעכניץ -טווין מעד
יחזקאל קופטייל -
הערשל ליינער - ה. ליינער & קא
בען בראופמאן - לויער
טשארלי הארארי
יצחק סאפלאס
יואל קליין - אימידיעט מארקאטינג
מענדי האפמאן - פיטעקס
עיב בידערמאן
הרב איתמר גינזבורג
גדלי' וויינבערגער - אגודה
ועוד ......
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 4:52 am
דורך זאל ער קומען
ס'קען זיין א גוטע המצאה פאר אידישע ביזנעס, א פלאץ וואו מערערע מענטשען זענען אינטערסירט אין די זעלבע אישוס ווי בויען ביזנעס, פארבעסערן ביזנעס, באקומען מער אדער בעסערע קונדן, האלטן קונדן, א.ד.ג.
קען אויך זיין אז מענטשן וועלן געוואויר ווערן אז ס'דא ביזנעסער וואס שטעלן צו די סערוויס וואס זיי וואלטן געקענט שטארק הנאה האבן דערפון, און האבן פשוט נישט געהאט קיין אנונג אז עס עקזיסטירט אפילו אזא סערוויס.
ועוד צוליב אינוועסטמענטס א.ד.ג. צו טרעפן פיפיגע בעלי יכולת וואס זענען גרייט, און זוכן אקטיוו וואו איינצושטעקן זייער קרן אז ס'זאל זיי ברענגען רויח, און האבן א שמעק פאר א גוט ביזנעס איידיע, און וועלן קענען דארט טרעפן די מחברים פון די איידיעס… אדער קען מען צאםשמעלצן צוויי ביזנעסעס און ביידע וועלן מרויח זיין דערפון.
ס'דארף זיין א קאפיע פון א ביזנעס שאו. און ווי ביי אלע ביזנעס שאוז, זענען דאי וואס זענען שיין מצליח און טרעפן וואס זיי האבן געוואלט טרעפן, און ס'דא אסאך - זייער אסאך - וואס קומען אהיים און האבן ערלעדיגט---- די צוויי טעג וואס זיי זענען דארט געווען. געווענליך די וואס האבן נישט קיין פונקטליכע ציל וואס אויפצוטון, נאר מ'וועט שוין זען וואס זעצעך מאכן, און זעצעך האצעך נישט געמאכט…
לגבי וואס די בעלי העקספאו שטעלן צו, איך ווייס נישט קיין סאך, אבער די טענה אז מ'רופט נישט צוריק האב איך שוין געהערט פון אנדערע אויך. איין חבר מיינער האט זיך איינגעשריבן אלץ אן עקסהיביטאר שוין צוויי אהאלב חדשים צוריק, און געגעבן א $600 דעפאזיט. אנדערהאלבן וואך דערנאך האט ער זיך מיישב געווען אז ס'איז אים נישט אינטערסאנט צו שטיין דארט, און ער קען אפשר מער אויפטון מיט'ן זיך ארום דרייען דארט, און האט געשיקט אימעילס, און ארייינגערופן אבער אין קול ואין עונה. ערשט יעצט פאריגע וואך נאכ'ן לאזן א מעסעדזש אז ער גייט פייטן דעם טשארדזש אויפ'ן קרעדיט קארד - האט מען אים צוריק גערופן און מ'האט אים געזאגט אז ער קען נישט חרטה האבן אויפ'ן דיעל ווייל "מיר זענען א פראפעשענאל עקספאו…".
מיין חבר האט מיר געפרעגט צו איך קען מער פראפעשאנעל קאמפאניעס וואס געבן נישט צוריק גיין דעפאזיטס, אדער וואס מער פראפעשאנאל זיי זענען אלס גרינגער מאכן זיי צו קענען צוריקציען א דיעל, און אפילו צוריק געבן נאכ'ן דיעל…
ער האט זיי גראדע צוריק געפרעגט, אז אויב עטץ זענטס אזוי פראפעשאנאל פארוואס האט עטץ מיר נישט צוריק גערופן ביז יעץ?
זיי האבן זיך זייער אנטשולדיגט…
בתוך האנטשולדיגונג האט יענער אים געזאגט אז זיי האבן צוריקגעוויזן איינעם וואס האט די זעלבע סארט ביזנעס ווי ער, צוליב אים, און וועגן דעם קען ער שוין נישט אפזאגן… (געוואלט אים דערשרעקן פאר זיין קאמפעטישאן…), אבער ער האט זיי גלייך גע'עצה'ט אים צוריק געבן זיין געלט, און יענעם רופן און לאזן וויסן ער קען רואיג קומען אנשטאט. אויף דעם איז געקומען עפעס א טיף ליטוויש פשט'ל וואס ער האט נישט פארשטאנען און גארנישט געקענט ענטפערן.
וואס מיין חבר האט אויפגעפאסט איז, אז די עקסהיביטארס טוישן זיך יערליך מיט א גרויסע פראצענט. - אדער האבן די פריערדיגע געברענט מורא'דיגע רוחים אז זיי דארפן שוין מער נישט קומען, אדער האבן זיי נישט געטראפן וואס זיי האבן געזוכט. (אדער האבן זיי זייער שיין דערלייגט און קענען שוין מער נישט קומען…..?).
דארף צו זיין ניי און אינטערסאנט. מעגליך אז איך וועל זיך אויך דרייען דארט.
סוף וואך גלייב איך וועט מען שוין וויסן צו סיז געווען געלונגען...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 6:36 am
דורך בנחיים_שמואלסאן
עס איז שוין א אלטע פראבלעם אז ביזנעסער גייען אויף שאויס אן קיין שום פלאן וואס מען וויל פון דארט ארויסנעמען, און מען קומט אהיים מיט גארנישט, מען דארף וויסן וויאזוי צו גיין אויף שוי אויך
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 7:42 am
דורך ליינער
איינער פארט פון וויליאמסבורג צום עקספאו?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 8:00 am
דורך להגדיל שמו
ליינער האט געשריבן:איינער פארט פון וויליאמסבורג צום עקספאו?
קוק דא
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 10:09 am
דורך אור
א גוטע פלאץ פאר איינער וואס וויל אנברענגען א טאג אן ברענגן פרנסה..
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 7:37 am
דורך goldman
goldman האט געשריבן:להגדיל שמו האט געשריבן:מי ומי ההולכים?
וואס איז געווען די פידבעק פין די לעצטע יארן?
ישר כוח למפרע.
Any reports or feedback on th Expo?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 7:54 am
דורך להגדיל שמו
א שטיקל באריכט.
איך בין געפארען מער ווייניגער פאר די ריעל עסטעט סעקשאן.
איך האב געטראפען ב"ה אפאר אקאנטס. אבער איך האב מיך גערישט אז עס וועלען זיין מער דוועלעפערס, וואס וועלען קימען זעין צו מען קען שפארען געלט ביים בויען.
למעשה באוטס האבען נאר ביזנעסעס וואס שטעלען צי א סערוועס פאר בילדינגס, למשל איין באוט איז געווען פאר א סארט פעינט וואס מען דארף נישט פריימען, אזאלעכע באוטס איז געווען, סאו איך האב מיך ארום געדרייט אין יענע סעקשון און מיט א ברייטע שלום עליכם האב איך געפרעגט אויב זיי זענען אין די ריעל עסטעט ביזנעס, און אזוי אויך האב איך געטראפען דיזיינערס.
אנליין סעלערס האב איך געהערט אז עס איז געווען א סוקסוס.
איך שרייב בקיצור.
שרייבטס א ליין וואס איר זיכט וועל איך טרייען צי שרייבען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 8:02 am
דורך derech eretz
שנעל שרייב וואס ס'איז געווען אינטערסאנט פאר אנליין סעלערס, ביטע.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 8:09 am
דורך להגדיל שמו
עס איז געווען דארט היפש אפאר באוטס פאר אנליין סעלערס, איך קען נישט די ליין אבער וואס איך האב אויפגעכאפט, פראגרעמס פאר ליסטינגס, fba זאכען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 9:08 am
דורך goldman
אינטערעסאנט, איך בין נישט געגאנגען אבער צופעליק יעצט געטראפן א איד וואס איז דארט געווען (גייט היינט נאכאמאהל) זאגט ער אז ער זיכט אן עמפלואי און געטראפען אסאך מענטשען. ס׳זעהט עם אויס ווי א שטארקע הצלחה.
#אז מ׳ווייסט נישט וואס מ׳זיכט קען מען עס נישט טרעפן
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 9:12 am
דורך להגדיל שמו
goldman האט געשריבן:#אז מ׳ווייסט נישט וואס מ׳זיכט קען מען עס נישט טרעפן
גערעכט, אז מען קומט מיט א פלאן וואס מען וויל אויפטין דארט קען מען האבען הצלחה.
און אויך א וויכטיגע זאך, אז מען טאר זיך נישט שעמען צוציגיין צו מענטשען פרעגען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 9:57 am
דורך חיים צבי
איך בין א פרישער אנליין סעלער און איך האב געזוכט outsourcing services, איך האב געטראפען צוויי פירמעס מיט קאנטאקטן צו אמעריקאנע איזרעיליס, אויך האב איך געפונען עטליכע אינטערעסאנטע איידיעס איבער e-commerce. אויב איינס פון די אויבענדערמאנטע וועט זיך אויסארבעטען וועל איך קומען דא מעלדן אז פרנסה עקספאו האט געארבעט פאר מיר.
עס איז געווען דארט א בוט פון א פרישע היימישע amazon leaarning group
amazoop.com וואס הייבט זיך אן נאך פסח, עס קוקט אויס גוט פאר גאר פרישע amazon sellers, אבער עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען אויב עלטערע סעלערס קענען אויך האבן נוצן דערפון.
נאכן דעקן אלע בוטס, בין איך געווען ביי בען בראפמאן'ס רעדע. עס איז געווען א גוטע רעדע אבער נישט אין פלאץ, ווען אנשטאט מעורר זיין איבער ליגעל אישוס וואס דער עולם איז נישט באקאנט, איז ער געווען פארנומען מאכן דזשאוקס און זאגן מוסר.
אינטערשטע שורה, פאר א אינגע novice פאר וועם אלעס איז מלא חידוש איז מעגליך געווען כדאי צו גיין, פארשטייט זיך מיט א פלאן אזויווי אנדערע דא האבן שוין אנגעמערקט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 11:43 am
דורך Yoely
חיים צבי האט געשריבן:איך בין א פרישער אנליין סעלער און איך האב געזוכט outsourcing services, איך האב געטראפען צוויי פירמעס מיט קאנטאקטן צו אמעריקאנע איזרעיליס, אויך האב איך געפונען עטליכע אינטערעסאנטע איידיעס איבער e-commerce. אויב איינס פון די אויבענדערמאנטע וועט זיך אויסארבעטען וועל איך קומען דא מעלדן אז פרנסה עקספאו האט געארבעט פאר מיר.
עס איז געווען דארט א בוט פון א פרישע היימישע amazon leaarning group
amazoop.com וואס הייבט זיך אן נאך פסח, עס קוקט אויס גוט פאר גאר פרישע amazon sellers, אבער עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען אויב עלטערע סעלערס קענען אויך האבן נוצן דערפון.
נאכן דעקן אלע בוטס, בין איך געווען ביי בען בראפמאן'ס רעדע. עס איז געווען א גוטע רעדע אבער נישט אין פלאץ, ווען אנשטאט מעורר זיין איבער ליגעל אישוס וואס דער עולם איז נישט באקאנט, איז ער געווען פארנומען מאכן דזשאוקס און זאגן מוסר.
אינטערשטע שורה, פאר א אינגע novice פאר וועם אלעס איז מלא חידוש איז מעגליך געווען כדאי צו גיין, פארשטייט זיך מיט א פלאן אזויווי אנדערע דא האבן שוין אנגעמערקט.
.thanks for your info
?who is amazoop.com
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 12:04 pm
דורך חיים צבי
.A heimish yungerman, looks very confident with his idea
:Here is the information on his business card
Fishel NeumenPhone: 646-820-1705
Email:
fishel@amazoop.comTwitter: amazoop
Facebook: amazoopcom
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 3:58 pm
דורך להגדיל שמו
איך מיין אז דאס איז אן עוולה גדולה,
יעצט ביי די שטארק טענק, ווי אינוועסטערס הערען אויס נייע ביזנעס איידיע'ס, האט מען אויפגעשטעלט א פרוי רעדען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 4:30 pm
דורך חיים צבי
עטליכע חדשים צוריק איז געווען א היימישע business accelerator אין ארץ ישראל, דארט האט אויך א פרוי פרעזענטירט איר ביזנעס, עס קומט מיר פאר אז דאס איז דער נייער נארמאל.
איך האב געהאט א Booth, מיין פרעספעקטיוו/עקספיריענס פון די Sh
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 1:47 am
דורך קאטשעניו
יא קאטשעניו איז דארט געוועזען.
און ניין מען האט נישט פארקויפט געפילטע פיש!
למען האמת מוז איך זאגן אז די שוי איז ב״ה אריבער העכער אלע מיינע עקספעטעישנס! סיי די פלוס פון מענטשען וואס האבן געהאלטן אין איין קומען, סיי די טיפ מענטשען וואס זענען געקומען.
פארשטייט זיך אז עס זענען געווען אזעלעכע וואס זענען געקומען חול המועד האלטן (בדרך כלל די מענטשען האלטן חול המועד אגאנץ קיילעכיג יאר) אבער רוב פונעם עולם איז געקומען מיט אן ערענסטן ציל צו טון ביזנעס!
אדער זענען געווען מענטשען וואס האבן געזוכט צו באטראכטן סערוויסעס אדער פראדאקטן וואס קען זיי זיין הילפבאר און זייער ביזנעס, אדער זענען געווען אזעלעכע וואס האבן פראבירט צו פארקויפן זייערע סערוויס׳ס פאר די עקזיבעטער׳ס און איך אלס עקזיבעטער האב אויפגעפיקט אפאר חברה וועם איך וואלט ווען געקענט נוצן.
פארשטייט זיך אז די לייף אינשורנעס אגענטן האבן פראבירט צו פארקויפן א פאלעסי צוויי פאר דעם עולם ווי בינען זשומען אויף האניג (איך מיין דאס ח״ו נישט און קיין שלעכטע וועג, איך זאג נאר אז עס איז געווען אן איבערפלוס פון אגענטן) אבער איך האלט אז ערענסטער מענטש וואס איז גרייט צו קויפן א פאלעסי קען באשטיין מיט דיר צו רעדן אינדערהיים, ביים שוי וויל ער טאן ביזנעס וואס קומט עם נישט אן גרינג צו טון אינדערהיים.
מיר האבן ב״ה באקומען פעסטע בינעס Leads, און איך האב באקומען ליעדס וואס פון א פאון קאלל (Cold call) וואלט די שאנס פאר א דיעל נישט אפיקרגעקומען.
איצטערט דארף מען מתפלל זיין אז די ליעדס זאלן זיך מעטיריעלייזן בעזר השם.
אבער איך קען זאגן אז מיר פון אונזער זייט האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות זיך גוט פארצוברייטערן פארן עקספאוי סיי דורך גיט מארקעטען אונזער בודקע, האבן די ריכטיגע Message, און סיי דורך אויסגעפינען ווי ווייט מעגליך ווער עס גייט דארט זיין עקזיביטן און זיך שאפן א נעטווארק ווי איין האנט וואשט דעם צווייטן צווישן עקזיביטערס אז ווען איינער קומט צו דיין Booth און ער קען אויסזעהן אינטערסאנט פאר דיין חבר (Fellow exhibiter) ביי אן אנדערע Booth, שיקסטי אים אהין אדער שיקסטו א Message פארן אנדערן ביזנעסמאן אז ער זאל קומען צו דיר טרעפן דעם פאטענציעלען קליענט.
סתם גיין צופלויגן אן קיין מהלך ארבייט קיינמאל נישט ביי קיין שום שוי עקספאו זאל עס זיין די גרעסטע און Most פראפעשענאל שוי אדער סיי וועלעכע אנדערע כינו איר ווילט דאס אנרופן.
און זעלבסטפארשטענדליך אז איר קענט טאן אלעס ריכטיג, אויב די באשעפער וויל נישט דאן וועט קיין זאך געשעהן.
אויך מיז איך צולייגן אז און די טעג פאר די שוי איז טאקע געווען שווער אנצוקומען און אפיס פונעם עקספו פירער און עס איז מיר און פאר מיינע ארבייטער וואס האבן צוגעהאלפן זיך צוצוגרייטן צום שוי זייער פראסטערעיטינג (איך האף אז נעקסטע יאר זאלן זיי זיין מער Setup אויף דעם געביט) אבער ביי די שוי אליינס זענען זיי אויסערגעווענדליך צוגעשטאנען צו מיר און צו די וואס זענען געווען און Booths דערנעבן און איך דאנק זיי דא בשער בית רבים!
יעצט ווענד איך מיך צום טייערער יוד וואס האט דא מוחה געווען אז א פרוי האט פארגעשטעלט איר ביזנעס איידיע ביי די פאנעל (שטארק טענק) א נאכגעמאכטע זאך אויף א כשר׳ער פארמאט פון Shark טענק.
איך מוז אייך זאגן אז איר האט מיר ממש ארויסגענומען פון די כלים!
איך ווייס נישט וויאזוי עס גייט ביי דיר אינדערהיים אבער עס זענען דא שטיבער ווי די פרוי איז די פרנסה ברענגער, צו ווייל דאס מאן לערענט, צו ווייל זיין זשאב קלעקט נישט גענוג אויף צו לעבן געהעריג, צו ווייל די מאן האט פארלוירן זיין זשאב און ער דרייט זיך שוין ארום דיפרעסט צוויי יאר און קען נישט טרעפן קיין זשאב.
די פרוי מוז ארבייטן בלית ברירה ווייל אינדערהיים זענען דא אכט פיצעלעך מיילער וואס מען דארף פיטערן, די פרויען שלאפן א קארגע צוויי שעה א נאכט ווייל די איבריגע נאכט איז זי אויף מיט א גקוויטשעדיגע בעיבי, זיבן אזייגער קומט שוין די ערשטע באס און ניין אזייגער אויף די האר מוז זי זיין ביי איר דעסק ווייל ווען נישט כאפט זי אריין פון איר בעל הבית וואס פארלאזט זיך אויף איר א פעסטן פסק.
פינעווע לויפט זי אהיים מיט איין אטעם אויפיקן די בעיבי פון בעיבי סיטער און קאכן א סעודה פאר די זיבן קינדערלאך און די אפגעמיטעשעטע טאטע וואס האט געהאט א שווערן טאג נאך א אינטערוויא וואס מען האט אים ווידעראמאל געזאגט ניין....
די פרויען דארפן באקומען אן אפערטונעטי צו מפרנס זיין זייערע משפחות בדרך כבוד! די גאנצע שוי איז געווען בדרך צניעות אויפן גרעסטן פארנעם, א גוישע פרוי פון א גרויסע באנק וועם איך קען וואס איך האב באגעגענט דארט האט מיר געזאגט אז די בעלי הבתים פונעם שוי האבן געבעטן אז די ארבייטער זאלן קומען אנגעטאן בצניעות ווייל זיי גייען זיך דרייען צווישן א היימישער ציבור, זי הגט מיר געזאגט ווי זי האט באווינדערט די קוראזש פון די עקספו ארגענעזירער דאס צו בעטן פון אזא גרויסע באנק.
זאג נאר! ווען די דארפסט א קאפי און גראסערי און ביים רעסשיסטער שטייט א פרוי דאן לייגסטו אראפ די קאווע און די לויפסט ארויס פון דארט???????
אדער דארט ביסטו זיך מורה היתר אז פאר ביזנעס מעג מען צו איר רעדן????
דאס איז פאר דיר אדער ווען עס האט מיט דיין באקוועמליכקייט! אבער אויף יענעם איז זייער גרינג מוחה צו זיין אן טראכטן צוויי מינוט אז דער יוד האט זיך קאן זיין אדורכגעשמיעסט מיט רבנים! (כאטש יעדער נארמאלער רב וואלט דאס מתיר געווען ווען זיי פארשטייען אז דא רעדט מען ריין ביזנעס אויף א פובליק פארנעם און מען באהאנדעלט נישט קיין שום אנדערע נושה) אן טראכטן אז די פרויען באנעצן די קישן יעדע נאכט מיט א קאלטן שווייס פון ווי זיי גייען שפייזן זייערע קינדערלאך דעם נעקסטן טאג!
אז איר האט געהאלטן אז עס איז נישט לפי אייער כבוד אדער שיטה האט איר געקענט ארויסגיין... ארויף גיין אויף א בובליק פלאץ מוחה צו זיין אויף א זאך פאר איר ווייסט אלע פרטים אדער אז עס קען זיין אז רוב היימישער עולם דיעלט מיט פרויען און ביזנעס (פארשטייט זיך אז מען דארף זיך האלטן מיט גדרים און סייגים אז עס זאל נישט ארויסגיין פון די פראפעשענאל ביזנעס גרעניצן)
איך בין מוחה אויף דיין אומיושרדיג׳ע מחאה און אומאיבערגעטראכטער אדער אינפארמארטירטער באשלוס צו נעמען א פענע און שרייבן און זיין א פרומער אויף אנדערע יודנס בלוט!
איך וויל דא דאנקען בשער בית רבים אלס א ביזנעסמאן וואס האט פרויען וואס ארבייטן פאר אים און ער זעהט פורסט הענד די סטראגעלס וואס גייט אויף זיי אריבער, פאר די ארגענעזירער פון די שוי פארן אהערשטעלן סיי א סעקשאן פאר פרויען וואס זענען אין ביזנעס אליינס אז זיי זאלן קענען עקזיבעטן, סיי פארן אהערשטעלן ספעציעלע דרשות געאייגענע נאר פאר פרויען אויף אישוס וואס פרויען דארפן זיך באפאסן דערמיט אויב זיי זענען אין די ביזנעס וועלט, און סיי פארן לאזן א פרוי פארשטעלן איר איידיע פארן פאנעל בדרך צניעות און דערמיט געבן א טאן פאר די אלע פרויען וואס דארפן ארבייטן אדער אויפקומען מיט ביזנעס איידיעס און זיי זאלן וויסן אז א פרוי קען זיך אויך אוועקשטעלן א אדייע אדער אליינס אויפשטעלן קאפעניס!
אשריכם! און די זכות זאל אייך ביישטיין!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 7:13 am
דורך להגדיל שמו
קודם וועל איך שרייבען וואס איך האב ארויסגענימען פון דעם שאו, און נאך דעם וועל איך מיך באציהען צו דיין מוסר דרשה געוואנדען צי מיין זייט.
הערה: איך גיי מיך באציען צי די חלק וואס איז מיר נוגע פאר מיין ביזנעס, וואס איז אין די ריעל עסטעט ליין, איך ווייס נישט וואס עס איז געווען אין אנדרע חלקים.
די וועג ווי אזוי זיי האבען געמארקעט די שאו איז געווען אז עס וועלען זיין עקזיבעטער'ס אין יעדע ליין אז מען זאל קענען מאכען ביזנעס איינער מיט די צווייטע אויף א גרויסע פארנעם, (איך גיי סטיקען צי די ריעל עסטעט) אז א דוועלפער אדער קאנטרעקטער קימט וועט ער קענען טרעפען סופלייערס פאר זיין ליין מיט חדושים וכ"ו וכ"ו.
למעשה האט זיך ארויס געשטעלט צוויי זאכען.
1) אז רוב באוטס זענען נישט געקימען מיט קיין פראדעקטס וואס צי פארקויפען. א בראקער הייסט נישט קיין פראדעקט, עס איז כמעט נישט געווען דעם באוט וואס איינער וואס האט למשל א לומבער זאל קענען זיך אראפ זעצען מיט זיי און אנפאנגען קופען זייער פראדעקט.
איך וועל געבען א משל וואס איך מיין, עס איז געווען איין באוט וואס האט פארקויפט א נייע מין פעינט וואס מען דארף נישט קיין פריימער פאר דעם, א שיינע פעינט וואס איז מער אן איזרעלי סטייל.
אזעלעכע מין עקזיבעטער'ס זענען כמעט נישט געווען.
2) אז די דוועלעפערס / קאנטרעקטערס, זענען נישט דארט געווען.
און די זעלבע צייט זענען בילדינג מאטיריעל סופלייערס אויך נישט געווען. (אין די צוויי טעג וואס איך בין דארט געווען האב איך געטראפען, איין לומבער און איין מענעשמענט סופלייער.)
יעצט צוריק צי 1). איך האב גערעדט צי צוויי עקזיבעטער'ס דארט, איינער האט מיר געזאגט אזיעדער צווייטער קימט אים אפערען זאכען, אבער קיינער קימערט זיך נישט אויף זיין סערוועס, ער איז געקימען טרעפען פאטענציאלע קאסטעמערס. די צווייטע - וואס האט א פראדעקט - האט געזיכט אפשור דאך וועט אנקימען א דוועלפער, איך מיין ער ווארט נאך.
יעצט צו 2). זייער מארקעטינג איז געווען זייער שוואך צו שלעפען די קאסטעמער זייט, מען האט נישט דעקענט טרעפען בדרך כלל קיין קאסטעמערס צי מאכען דיעלס מיט.
המשך יבאו איך דארף גיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 7:27 am
דורך משנה מקום
קאטשעניו האט געשריבן:יעצט ווענד איך מיך צום טייערער יוד וואס האט דא מוחה געווען אז א פרוי האט פארגעשטעלט איר ביזנעס איידיע ביי די פאנעל (שטארק טענק) א נאכגעמאכטע זאך אויף א כשר׳ער פארמאט פון Shark טענק.
איך מוז אייך זאגן אז איר האט מיר ממש ארויסגענומען פון די כלים!
איך ווייס נישט וויאזוי עס גייט ביי דיר אינדערהיים אבער עס זענען דא שטיבער ווי די פרוי איז די פרנסה ברענגער, צו ווייל דאס מאן לערענט, צו ווייל זיין זשאב קלעקט נישט גענוג אויף צו לעבן געהעריג, צו ווייל די מאן האט פארלוירן זיין זשאב און ער דרייט זיך שוין ארום דיפרעסט צוויי יאר און קען נישט טרעפן קיין זשאב.
די פרוי מוז ארבייטן בלית ברירה ווייל אינדערהיים זענען דא אכט פיצעלעך מיילער וואס מען דארף פיטערן, די פרויען שלאפן א קארגע צוויי שעה א נאכט ווייל די איבריגע נאכט איז זי אויף מיט א גקוויטשעדיגע בעיבי, זיבן אזייגער קומט שוין די ערשטע באס און ניין אזייגער אויף די האר מוז זי זיין ביי איר דעסק ווייל ווען נישט כאפט זי אריין פון איר בעל הבית וואס פארלאזט זיך אויף איר א פעסטן פסק.
פינעווע לויפט זי אהיים מיט איין אטעם אויפיקן די בעיבי פון בעיבי סיטער און קאכן א סעודה פאר די זיבן קינדערלאך און די אפגעמיטעשעטע טאטע וואס האט געהאט א שווערן טאג נאך א אינטערוויא וואס מען האט אים ווידעראמאל געזאגט ניין....
די פרויען דארפן באקומען אן אפערטונעטי צו מפרנס זיין זייערע משפחות בדרך כבוד! די גאנצע שוי איז געווען בדרך צניעות אויפן גרעסטן פארנעם, א גוישע פרוי פון א גרויסע באנק וועם איך קען וואס איך האב באגעגענט דארט האט מיר געזאגט אז די בעלי הבתים פונעם שוי האבן געבעטן אז די ארבייטער זאלן קומען אנגעטאן בצניעות ווייל זיי גייען זיך דרייען צווישן א היימישער ציבור, זי הגט מיר געזאגט ווי זי האט באווינדערט די קוראזש פון די עקספו ארגענעזירער דאס צו בעטן פון אזא גרויסע באנק.
זאג נאר! ווען די דארפסט א קאפי און גראסערי און ביים רעסשיסטער שטייט א פרוי דאן לייגסטו אראפ די קאווע און די לויפסט ארויס פון דארט???????
אדער דארט ביסטו זיך מורה היתר אז פאר ביזנעס מעג מען צו איר רעדן????
דאס איז פאר דיר אדער ווען עס האט מיט דיין באקוועמליכקייט! אבער אויף יענעם איז זייער גרינג מוחה צו זיין אן טראכטן צוויי מינוט אז דער יוד האט זיך קאן זיין אדורכגעשמיעסט מיט רבנים! (כאטש יעדער נארמאלער רב וואלט דאס מתיר געווען ווען זיי פארשטייען אז דא רעדט מען ריין ביזנעס אויף א פובליק פארנעם און מען באהאנדעלט נישט קיין שום אנדערע נושה) אן טראכטן אז די פרויען באנעצן די קישן יעדע נאכט מיט א קאלטן שווייס פון ווי זיי גייען שפייזן זייערע קינדערלאך דעם נעקסטן טאג!
אז איר האט געהאלטן אז עס איז נישט לפי אייער כבוד אדער שיטה האט איר געקענט ארויסגיין... ארויף גיין אויף א בובליק פלאץ מוחה צו זיין אויף א זאך פאר איר ווייסט אלע פרטים אדער אז עס קען זיין אז רוב היימישער עולם דיעלט מיט פרויען און ביזנעס (פארשטייט זיך אז מען דארף זיך האלטן מיט גדרים און סייגים אז עס זאל נישט ארויסגיין פון די פראפעשענאל ביזנעס גרעניצן)
איך בין מוחה אויף דיין אומיושרדיג׳ע מחאה און אומאיבערגעטראכטער אדער אינפארמארטירטער באשלוס צו נעמען א פענע און שרייבן און זיין א פרומער אויף אנדערע יודנס בלוט!
איך וויל דא דאנקען בשער בית רבים אלס א ביזנעסמאן וואס האט פרויען וואס ארבייטן פאר אים און ער זעהט פורסט הענד די סטראגעלס וואס גייט אויף זיי אריבער, פאר די ארגענעזירער פון די שוי פארן אהערשטעלן סיי א סעקשאן פאר פרויען וואס זענען אין ביזנעס אליינס אז זיי זאלן קענען עקזיבעטן, סיי פארן אהערשטעלן ספעציעלע דרשות געאייגענע נאר פאר פרויען אויף אישוס וואס פרויען דארפן זיך באפאסן דערמיט אויב זיי זענען אין די ביזנעס וועלט, און סיי פארן לאזן א פרוי פארשטעלן איר איידיע פארן פאנעל בדרך צניעות און דערמיט געבן א טאן פאר די אלע פרויען וואס דארפן ארבייטן אדער אויפקומען מיט ביזנעס איידיעס און זיי זאלן וויסן אז א פרוי קען זיך אויך אוועקשטעלן א אדייע אדער אליינס אויפשטעלן קאפעניס!
אשריכם! און די זכות זאל אייך ביישטיין!
א פרוי זאל זיך אויפשטעלען רעדען פאר א עולם איז קעגען די הלכה!
און עס איז בכלל נישט די זעלבע ווי א פרוי שטייט ביי א רעדשיסטער במילא קענסט עס נישט ציגלייכען
און ווער האט געזאגט אז כדי עס זאל זיין פונקטליך נאכגמאכט די שארק טענק שאוי מעג מען עס שוין טוהון
מען וואלט געדארפט אויסאיירבעטען עפעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 7:37 am
דורך דער תהילים איד
איך בין נישט דא אויף קיין מחאות, אבער איך האב געליינט די תגובה און איך מוז רעאגירן.
קאטשעניו האט געשריבן:יעצט ווענד איך מיך צום טייערער יוד וואס האט דא מוחה געווען אז א פרוי האט פארגעשטעלט איר ביזנעס איידיע ביי די פאנעל (שטארק טענק) א נאכגעמאכטע זאך אויף א כשר׳ער פארמאט פון Shark טענק.
איך ווייס נישט וויאזוי עס גייט ביי דיר אינדערהיים אבער עס זענען דא שטיבער ווי די פרוי איז די פרנסה ברענגער
די פרויען דארפן באקומען אן אפערטונעטי צו מפרנס זיין זייערע משפחות בדרך כבוד!
וואס האט די "אפערטוניטי" צוטוהן מיט ווער עס שטעלט זיך אויף רעדן? פרויען קענען נישט מקבל זיין פון קיין מענער? (כ'רעד נישט פון די אייגענע...). א חוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אז די רעדנער האט געמוזט רעדן ווייל דאס איז איר פרנסה...
קאטשעניו האט געשריבן:א גוישע פרוי פון א גרויסע באנק וועם איך קען
וואס מיינט "וועם איך קען"?
קאטשעניו האט געשריבן: האט מיר געזאגט אז די בעלי הבתים פונעם שוי האבן געבעטן אז די ארבייטער זאלן קומען אנגעטאן בצניעות ווייל זיי גייען זיך דרייען צווישן א היימישער ציבור, זי הגט מיר געזאגט ווי זי האט באווינדערט די קוראזש פון די עקספו ארגענעזירער דאס צו בעטן פון אזא גרויסע באנק.
אשרי חלקם!
קאטשעניו האט געשריבן:זאג נאר! ווען די דארפסט א קאפי און גראסערי און ביים רעסשיסטער שטייט א פרוי דאן לייגסטו אראפ די קאווע און די לויפסט ארויס פון דארט???????
אויב פארגלייכסטו א רעדשיסטער מיט א בעל דרשן, האב איך מורא אז ביז א וואך-צוויי וועסטו פארגלייכן א בעל דרשן צו א זינגער... ווייסעכנישט ביז וואו ס'וועט גיין.