בלאט 1 פון 1

ביזנעס אינוועסטמענט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 11:09 pm
דורך בני יששכר
מיין חבר האט א ביזנעס פלאן
און זיכט איינער וואס זאל אריינלייגן געלד אין זיין ביזנעס אדער א שותף
האט ער מיר געפרעגט ווי הייבט מען אן צו זיכן געלט אדער א שותף
ער האט א פראטיגע ביזנעס פלאן
יעצט דארף ער נאר סייעתה דשמיא מיט געלד און ער איז אין ביזנעס.
ווי הייבט ער אן אין וואס זענען די אפשענס ?
וויפל לוינט זיך אוועק צי געבן? פאר היתר עיסקא
איינער האט אים געאפערט אז ער גייט אים העלפן טרעפן א אינוועסטיר אבער ער דארף צען פארצענט פונעם געשעפט ער ווייל בלייבן אויך א שותף
איז דא אפשר און אייוועלד איינער וואס קען אים ארויס העלפן אדער ווייזן ווי מען רעדט פון דעם?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2013 2:45 am
דורך וויכטיג מאכער
רוב ביזנעסער עפענען זיך מיט א לאון! בי אונז יודן איז עס געווענליך א היתר עיסקא לאון...

אויב האטער מורא אז די ביזנעס וועצעך נישט לוינען אויב דארפער באצאלן עיסקא (געווענליך איז א סימן אז ס'איז נישט ווערד...) זאלער נעמען א שיתוף...

קענסט טרייען די ניק גוגל, ער שרייבט אז ער האט געלט, ער וויל אן איידיע...

וויזוי סאל נאר זיין, זאלעס זיין מיט הצלחה...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2013 12:12 pm
דורך ווער בין איך?
איזעס א פראדוקט וואס ער וויל ארויסגעבן? פראביר kickstarter.com

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2013 12:17 pm
דורך שנאפס
UJO האט א קלאסס וואס רופט זיך פתוח, וואו זיי לערנען די בעסיק'ס פון פירן א ביזנעס, נאכדעם וואס מען ענדיגט די קלאס איז דא די מעגליכקייט פון באקומען 25 אלפים אן אינטערעסט, פארשטייט זיך אז מען דארף זיך אראפזעצן מיט זייערע מומחים און זיי זאלן זען אז עס קען זיך אויסארבעטן

געלט שותף

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 9:55 am
דורך זיי געבענשט
איך זיך א געלט שותף פאר 2 יאר פאר א נייע ביזנעס, דע אנוועסטמענט איז בערך 40k-50k,
וועם סאיז איטערעסאנט ביטע קאנטאקטן אין אישי

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 18, 2013 9:22 pm
דורך אויפריכטיג
שנאפס האט געשריבן:UJO האט א קלאסס וואס רופט זיך פתוח, וואו זיי לערנען די בעסיק'ס פון פירן א ביזנעס, נאכדעם וואס מען ענדיגט די קלאס איז דא די מעגליכקייט פון באקומען 25 אלפים אן אינטערעסט, פארשטייט זיך אז מען דארף זיך אראפזעצן מיט זייערע מומחים און זיי זאלן זען אז עס קען זיך אויסארבעטן

ווייסט איינער צי דער "פתוח" פראגראם איז אויך פאר אידן וואס קויפן אפ עקזיסטירנדע ביזנעסער אויך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 9:25 am
דורך AHA
יא, פאר א יעדע מיני ביזנעס אינוועסטמענט

אין מען דארף נישט גיין צו א קורס פארן בארגען די געלט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 4:19 pm
דורך שנאפס
געדענק איך אז זיי האבן געזאגט אז מען מוז גיין צו די קלאסן כדי צו האבן א מעגליכקייט צו באקומען דאס געלט

גיב א רוף אן UJO און פרעג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 4:56 pm
דורך AHA
שנאפס האט געשריבן:געדענק איך אז זיי האבן געזאגט אז מען מוז גיין צו די קלאסן כדי צו האבן א מעגליכקייט צו באקומען דאס געלט

גיב א רוף אן UJO און פרעג

אין חכם כבעל נסיון - באקימען די לאון אן א קורס בעפאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 5:27 pm
דורך שנאפס
טענקס

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 5:24 pm
דורך גוגל
AHA האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:געדענק איך אז זיי האבן געזאגט אז מען מוז גיין צו די קלאסן כדי צו האבן א מעגליכקייט צו באקומען דאס געלט

גיב א רוף אן UJO און פרעג

אין חכם כבעל נסיון - באקימען די לאון אן א קורס בעפאר

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 6:00 pm
דורך הערליך
Thanks for the info, google and aha

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 10:25 pm
דורך AHA
איך וויל מקיים זיין צוויי מצוות:
א) הכרת הטוב
ב) אל תמנע טוב

איך האב געעפענט א ביזנעס אין איך בין געוועהן היבש ניי, איך האב געהאט אריינגעלייגט א סכום מסויים אבער איך האב זיך פלוצלינג געזעהן אז דאס וועט קאסטען מיט דרייסיג אלפים מער, האב איך אנגעריפען דעם מר. העפט פון פתוח ער האט מיר ביז צוויי חדשים פארשאפט אן הלואה פון צוואנציג אלפים.
איך צאל עס צוריק אין חודשליכע פעימענטס צוטיילט אין פיר יאר.
אלזא אויב איר עפנט א ביזנעס אדער איר האט א געשעפט אין איר ווילט הייערן א סעקרעטערי אדער סעילס רעפ ווייל איר טראכט אז דאס וועט אייך העלפען מצליח זיין הייבט אויף א טעלעפאן צו זיי, עס קען אייך געלונגען.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 10:52 pm
דורך בן אחר בן
אויפריכטיג האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:UJO האט א קלאסס וואס רופט זיך פתוח, וואו זיי לערנען די בעסיק'ס פון פירן א ביזנעס, נאכדעם וואס מען ענדיגט די קלאס איז דא די מעגליכקייט פון באקומען 25 אלפים אן אינטערעסט, פארשטייט זיך אז מען דארף זיך אראפזעצן מיט זייערע מומחים און זיי זאלן זען אז עס קען זיך אויסארבעטן

ווייסט איינער צי דער "פתוח" פראגראם איז אויך פאר אידן וואס קויפן אפ עקזיסטירנדע ביזנעסער אויך?



יא