בלאט 1 פון 2

עפענען א נייע ביזנעס - ב"פ

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 11:01 pm
דורך גוגל
איך זיך א געדאנק צו עפענן א נייע ביזנעס און בארא פארק, עני איידיע איז וועלקאם, דא צו און אישי
בעסער א ביזנעס וואס איז נישט דא שטארק ביי די היימישע עולם, און נישט צופיל קאמפעטישען
--
מיט דאנק פון פאראויס

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 11:06 pm
דורך קוועטשער
און זאל האבן די פאטענציאל צי מאכן אסאך געלט

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2013 12:00 am
דורך geek
שדכנות, ס'איז דא קאמפעטישען
אבער אלץ דא פלאץ פאר פרישע...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2013 1:20 am
דורך מחותן
פון א טעגליכע קלאסיפייד צעטיל אזוי ווי יום ביומו אד״ג האסטע שוין געטראכט?

---
ערענסט גערעדט, איך האלט אז עס איז דא א שטארקע חלול ביים עולם וואס זיגט צו קויפן ביליג, אלעס גייט היינט היי סטענדארד, קענסט עפענענן א געשעפט און וואס די טרעפסט א געשמאק. צו זאל עס זיין דריי גודס אדער שיך אדער סיי וואס, זאלסט נישט אינוועסטירען אינעם אויסקוק פינעם געשעפט, נאר וואזוי צו געבן געבן פינף דאלער אדער דריי דאלער ביליגער יעדע אייטעם,

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2013 9:08 am
דורך שאינו יודע
מחותן האט געשריבן:פון א טעגליכע קלאסיפייד צעטיל אזוי ווי יום ביומו אד״ג האסטע שוין געטראכט?

---
ערענסט גערעדט, איך האלט אז עס איז דא א שטארקע חלול ביים עולם וואס זיגט צו קויפן ביליג, אלעס גייט היינט היי סטענדארד, קענסט עפענענן א געשעפט און וואס די טרעפסט א געשמאק. צו זאל עס זיין דריי גודס אדער שיך אדער סיי וואס, זאלסט נישט אינוועסטירען אינעם אויסקוק פינעם געשעפט, נאר וואזוי צו געבן געבן פינף דאלער אדער דריי דאלער ביליגער יעדע אייטעם,


גייט עס נישט גיין, עס גייט ווערן "יאנטשי" אויסער אויב מען עפענט עפעס פאר מענער

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2013 10:24 am
דורך מחותן
בארא פארק איז א ריזיגע שטאט, און עס פעלט אויך אויס ״יאנטשי״ סטארס פאר גרעסערע פאמיליעס,

אדער זאל ער טאקע עפענענן פאר מענער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 1:25 pm
דורך גוגל
געבן 3 צו 5 דאלער ביליגער מאכט נאר אז יעדער זאל אנפאנגן געבן ביליגער, און אנפאנגן מיט אדווערטייזמענט, און מען מאכט נישט קיין געלט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 10:41 pm
דורך מחותן
גוגל האט געשריבן:געבן 3 צו 5 דאלער ביליגער מאכט נאר אז יעדער זאל אנפאנגן געבן ביליגער, און אנפאנגן מיט אדווערטייזמענט, און מען מאכט נישט קיין געלט


מען דארף נישט עכט געבן ביליגער צו הייסען אז מען גיט ביליגער, און ווייס פון א סטאר וואס הייסט ביליג, אבער איז היבש טייערער ווי זיינע קאמפעטישענס, מען דארף קענענן מאכען א ווינט אז איר זענט ספציעל פאר די וואס זיכען גוט פאר ביליג אבער נישט פאר גרעסערע משפחות, אבער בעטן קענט איר ווייטער די זעלבע פרייזען,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 11:12 pm
דורך גוגל
דער אמת איז איך זיך א ביזנעס נישט א סטאר

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 04, 2013 12:17 am
דורך שנאפס
זאלסט האבן אסאך הצלחה

זוך אויף א געגנט וואס האט נישט קיין גראסערי

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 04, 2013 12:55 am
דורך שטארק זיך
נו ודאי זאלסטו עפענען א ביזנעס אין בארא פארעך; און איך מיין זאלסט עפענען א באנק (אינמיטן נאכט שטייצעך) אויף די וואלענבערג/דרייצענטע עוועניו, א טשעיס באנק פארגעצויגן....

לערען דיך אויס, אז יעדער טוט עס טוה דו אויך אזוי...

איינער האט מיך געפרעגט א חידה:

חידה:
וואס געפינט זיך אויף דרייצן צווישן איין באנק און די צווייטע?

תירוץ:
נאך א באנק...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2013 12:59 am
דורך גוגל
שוין איך זעה דער עולם מאכט חוזק, אבער אן איידיע איז נישט דא צוגעפינען, א גוטע איידיע און אישי - וואס ארבעט זיך אויס, וועט באלוינט ווערן מיט א סכום $$$$$$$$$$$$$$$$$$$$$$

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 3:19 pm
דורך thefact
גערוקט צו די ביזנעס פארום אולי וועט איר דא מצליח זיין

אבער ערענסט גערעדט אז איינער האט א איידיע פארוואס קלערט איר אז ער וועט עס נישט אליין'ס עפענען נאר קומען אויספויקן זיינע רעיונות ברבים?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 3:24 pm
דורך גוגל
צו עפענען א ביזנעס דארף מען האבן צייט געלט און גאטס, און נישט יעדער האט עס, ממילא...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 3:25 pm
דורך מאנ-יימער
ממילא... אויב האט ער א ערנסטע איידיע וואס קען ארבעטן וועט ער עס נישט סתם אויספויקן נאר פראבירן צו מאכן אפאר דאלאר דערפון.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 3:43 pm
דורך גוגל
מאנ-יימער האט געשריבן:ממילא... אויב האט ער א ערנסטע איידיע וואס קען ארבעטן וועט ער עס נישט סתם אויספויקן נאר פראבירן צו מאכן אפאר דאלאר דערפון.

דער פאר טאלער בין איך דאך גרייט צו געבן

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 7:29 pm
דורך Sprint

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 12:00 am
דורך גבריאל
maybe a idea
a kosher computer/internet kiosk like Cubicles in willi

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 12:10 pm
דורך אזוי צו אזוי
גוגל האט געשריבן:צו עפענען א ביזנעס דארף מען האבן צייט געלט און גאטס, און נישט יעדער האט עס, ממילא...

און די האסט אלע דריי?
אפשר ווער איך א ביזנעס שותף מיט דיר?
די אינוועסטירסט די 3, און איך וועל ברענגען די איידיע.

לאז מיך וויסן אויב עס איז דיר אינטערסאנט, אויב יא גיי איך שוין אנהייבן טראכטן פון א גוטע איידיע.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 4:47 pm
דורך גוגל
גבריאל האט געשריבן:maybe a idea
a kosher computer/internet kiosk like Cubicles in willi

שוין געטראכט פון דעם געהאט א פארטיגע פלאן, אבער למעשה האט מען אנדעקט אז עס איז נישט קיין גרויסע גליקן

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 4:47 pm
דורך גוגל
אזוי צו אזוי האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:צו עפענען א ביזנעס דארף מען האבן צייט געלט און גאטס, און נישט יעדער האט עס, ממילא...

און די האסט אלע דריי?
אפשר ווער איך א ביזנעס שותף מיט דיר?
די אינוועסטירסט די 3, און איך וועל ברענגען די איידיע.

לאז מיך וויסן אויב עס איז דיר אינטערסאנט, אויב יא גיי איך שוין אנהייבן טראכטן פון א גוטע איידיע.

קיין שותף זיך איך נישט, באצאלן? דאס יא

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 5:12 pm
דורך גוגל
רבותי וואס פאלט איין פאר אונז אידילעך איידיעס פון ביזנעסער
מיין אישי קעסטל האט פלאץ פאר נאך,
ריפטס ענק אן ווארעם

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2013 12:14 pm
דורך ווער בין איך?
מאך אויף א קאר וואש.
ווען איך פאר נאר דורך די קאר וואש אויף 47 אדער אויף טשוירטש קארנער קאוני איילענד איז אייביג דא א ליין מיט קארס.
זעהט אויס אז ס'פעלט אויס נאך א קאר וואש אין ב"פ.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2013 1:50 pm
דורך לכתחילה אריבער
ווער בין איך? האט געשריבן:מאך אויף א קאר וואש.
ווען איך פאר נאר דורך די קאר וואש אויף 47 אדער אויף טשוירטש קארנער קאוני איילענד איז אייביג דא א ליין מיט קארס.
זעהט אויס אז ס'פעלט אויס נאך א קאר וואש אין ב"פ.

איך ווייס נישט קראנט, אבער ווי איך ווייס, זענען געווענדליך די קאר וואשערס איזרעליס, און כ'האב געהערט אז די אינדארסטרי ווערט געפירט ווי א מאפיא! כ'בין נישט זיכער אז מ'קען געבן אזא "עפן אויף" א קאר וואש.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2013 3:04 pm
דורך ווער בין איך?
דער אויף טשוירטש איז אן איזראעלי. דער אויף 47 אויך? ס'איז אריבער צו א נייע מענעדשזמענט בערך א יאר צוריק.