בלאט 1 פון 1

מארקעטינג עדווערטייזמענט פראבלעם

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 7:04 pm
דורך ווערקעןמיך
אקעי דו זאך איז אזוי איך קוק מיר אזוי ארום יעדע וואך צו טאג קומען ארויס נייע ..אויסגאבעס ..text msgs.. hot lines .. צייטונגען ..אלעס מיטן ציהל מען זאל דארט עדווערטייזן אבער די פראבלעם איז אז
די געשעפטן קענען נישט נאך יאגן און צו דעם אלעם קאסט עס נאך א הוין תועפות

מילא וואס האלט איהר דארף מען מאכן א סויף דערצו אדער זאל מען עס איינצוימען אויף א געוויסע וועג

ביטע לאטס הערן אייער מיינונג אויף דעם נושא

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 7:17 pm
דורך וועלט
איך האף אז איר פארשטייט אז א קראך קען מען נישט מאכן, עס ברויך אליין פאסירן.
און ווילאנג דאס פאסירט נישט קענט איר זעלבסט פרובירן אייער מזל דערין...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 10:18 pm
דורך ווערקעןמיך
ניין דאס איז דיין טעות ווייל דו קראך איז שוין בעצם דא פשוט די זעהסט עס נאך נישט כמו גברא קטילא קטיל

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 11:24 pm
דורך מאנ-יימער
וואס הייסט די קראך איז דא? וואס האט געקראכט, די ביזנעסער פון צופיל אדווערטייזן, אדער די מארקעטינג קאמפאני'ס ווייל די ביזנעסער קענען נישט אדווערטייזן ביי יעדעם איינעם?
איך פארשטיי נישט פון וועלכע קראך דו רעדסט, א קאמפאני ווייסט געווענליך וואו און וויפיל ער דארף אדווערטייזן, וועלכע קאסטומערס ער צילט, וועלכע אדווערטייזמענט ס'ברענגט אים קאסטומערס, און אוודאי פראבירט ער זיכער צו מאכן אז די אדווערטייזמענט זאל אים ברענגן מער געלט וויפיל ס'קאסט אים,
איינער וואס לויפט טאקע יא אדווערטייזן אין יעדע צייטונג, מאגאזין, אויסגאבע, האטליין אן קיין שום חשבון ווייל ער מיינט אז ער מוז איבעראל אדווערטייזן קען טאקע האבן א קראך, אדער ענדערש א לאך וואס ווערט גרעסער און גרעסער,

סך הכל קומען נאר צו פלעצער צו אדווערטייזן וואס גיבן די מעגליכקייט פאר ביזנעסער אויסצושפרייטן זייער קאסטומער באזע, טאקע נישט אלע פון די סארט אויסגאבעס גיבן עפעס צו, דערפאר האבן זיך שוין געעפענט און פארמאכט אסאך פון די סארט אויסגאבעס,

די איינציגסטע וואס קענען אפשר נישט נאכיאגן די אלע אויסגאבעס זענען די בעלי שמחה אדער השבת אבידה אדווערטייזער וואס אמאל האט מען עס אריינגעלייגט נאר אין איין צעטל און היינט ברויך מען עס לייגן אינעם דבר יום, גוט מארגן, קלעסיפיידס, לוח הציבור ועוד, שוין אבי נאר אויף שמחות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 12:01 am
דורך היימישער איד
כמאן יימר ועוד, די ביזנעס לייט דארפן אליינס מאכן די דעסישען ווויפיל צו לייגן און ווי צו לייגן. דאס יא טייל פון די חברה מאכן אביסל קאפ-ווייטאג. מיין ברודער פארציילט ער האט געלייגט א עד אין געוויסע צעטלעך ביי יעדע עד איז געווען אפאר קאלס פון די קאמפיטישען זיך איינבעטן מ'זאל ביי זיי אויך לייגן און מסביר זיין ווי גוט עס גייט א עד אין זייער פאפיר וכו' וכו'.

"איך עדווערטייז נישט אז איך זוך ווי צו עדווערטייזן" האט דער ברודער געשריבן און א בבמ שמועס מיט איינגעהאלטענע אויפברויז.

סתם אזוי איז גוט צו וויסן אמאל זעהט מען געוויסע עדווערטייזמענטס ממש איבעראל איז כדאי צו וויסן אז נישט אלעס איז באצאלטע אנאנסן. טייל פון די צעטלעך לייגן אריין בחנם פאפולערע סטאר'ס וכדו' צו ווייזן כאילו זיי האבן ערענסטע עד'ס. (שמעתי אז צומאל בעטן זיי נאכדעם מ'זאל זיי כאטש עפעס באצאלן דערפאר) עכ"פ יעדער זוכט צו כאפן א דאלער ווילאנג מ'האנדעלט ערליך זאל יעדער זעהן אסאך הצלחה במעשי ידיהם. אמן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 12:41 am
דורך גוגל
סתם אזוי איז גוט צו וויסן אמאל זעהט מען געוויסע עדווערטייזמענטס ממש איבעראל איז כדאי צו וויסן אז נישט אלעס איז באצאלטע אנאנסן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 10:42 am
דורך יואל שווארטץ
מיר קוקט ענדערש אויס ווי ווערקעןמיך האט געקראכט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 11:15 am
דורך שנאפס
היימישער איד האט געשריבן:כמאן יימר ועוד, די ביזנעס לייט דארפן אליינס מאכן די דעסישען ווויפיל צו לייגן און ווי צו לייגן. דאס יא טייל פון די חברה מאכן אביסל קאפ-ווייטאג. מיין ברודער פארציילט ער האט געלייגט א עד אין געוויסע צעטלעך ביי יעדע עד איז געווען אפאר קאלס פון די קאמפיטישען זיך איינבעטן מ'זאל ביי זיי אויך לייגן און מסביר זיין ווי גוט עס גייט א עד אין זייער פאפיר וכו' וכו'.


עס איז דא איין אויסגאבע וואס טוט דאס אין וויליע, און יעדער געשעפטסמאן ווייסט פון אים צו זאגן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:13 pm
דורך ווערקעןמיך
יואל שווארטץ האט געשריבן:מיר קוקט ענדערש אויס ווי ווערקעןמיך האט געקראכט...


אקעי זיי דיך מאסביר please

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2013 2:10 pm
דורך חושים בן דן
העלאו! ס'ערשטע מאל וואס איך שרייב אין דעם פארום (כ'האב אפילו נישט געוואוסט אז עס עקזעסטירט...)

איך מיין אז דער פראבלעם ביים היימישן עולם ווס. די גויאישע וועלט איז אזוי.

אין די דרויסענדיגע וועלט, אדער די ביזנעסער וואס דינען די דרויסענדיגער וועלט, קען מען זייער גרינג צילן די רעספעקטיוו "טארקעט אודיענס" צו דורך "וועב סייטס" וואס זענען געאייגנט פאר געוויסע סארט מענטשן, אין געוויסע עלטער, מאנער צו פרויען, געזינטע צו קראנקע, א. א. וו.

צו דורך ראדיאו סטאנציעס, אדער טי. ווי. סטעישאנס, למשל בי. טו בי. קאמפאני'ס וועלן עדווערטייזן אויף ביזנעס סטעישאנס, צו אויף 880 און 1010 ביי 25 און 55 וכו'

ביי אונז איז נישט עכט דא קיין געהעריגע מיטל צו צילן די טארגעט אודיענס, סיידן מענער און פרויען, וואס ביי זיי זענען דא "געוויסע" וואס מ'קען צומאל וויסן אז די עדווערטייזמענט אויף "די" פלאץ וועט גוט סארווירן פרויען, און ווייס ווערסע.

וואס איך זאג מיינע קליענטן איז, הייב אן מיט "קיללער" עדווערטייזמענט, וואס זאל ציען דעם אויג פון די מערסטע וואס מעגליך, דאס איז די וועג צו ווייזן פאר'ן ציבור אז די עקזעסטירסט, דאס וועט מאכן אינטערעסירט דיין טארגעט אודיענס, די אנדערע וואס ליינען דאס, נו נישט קשה, וועלן זיי אויך וויסן אז עס איז דא אזא קאמפעני, (אפשר וועלן זיי אייך רעפער'ן עפעס קאסטעמערס וואס זענען יא אין אייער קאטעגאריע וואס האבן נישט געזעהן דעם עד, אזוי גייט מען אן פאר א יאר-צוויי, געוואנדן אין אייער ביזנעס, דערנאך -עצה איך- צו ניצן דעם "לאוער לעוועל" וואס איך רוף אן "די קאסטאמער דשורני" וואס אויב איר קענט דאס בייווייזן צו טוען מיט די מערהייט פון אייער קאסטאמערס זענט איר אויף די ריכטיגע רעלסן בדוק ומנוסה.

נו, וואס איז דאס "די קאסטאמער דשורני"?? דאס ארבעט אזוי, ווען איינער באזוכט אייער געשעפט\וועב זייטל איז ער א וויסיטער, ווען ער פרעגט אייך עפעס\ער עפנט אן אקאונט ווערט א קאנווערסעישאן, איז ער א ליעד, נאכער ווערט ער א קסטאמער, פון דארט דארף ער ווען א רעפיט קאסטאמער (repeat customer) נאכדעם דארפט איר פון אים מאכן רעפערל'ס, ווען די רעפערל'ס שטאטן אפ א באזוך, טוט איר ווייטער די זעלבע (פאר אינפארמרציע וויאזוי עס צו טוען, אההה.. פאר דעם דארפט איר גיין צו א מארקעטינג ספעשאליסט, איך פרעפער איר זאלט קומען צו מיר...)

אין איין ווארט, אויב קענט איר טרעפן אייער טארגעט אודיענס, דורך גוגל עדווארדס, (נישט אלע ווייסן, איר קענט אייך וועהלן, נישט נאר אויף גוגל, נאר אלע וועבסייטס, עס זאל נאר געזעהן ווערן דורך אייער טארגעט אודיענס, און ס'גייט אויך אויף פי. פי. סי.) דארפט איר נישט האבן די בעסטע ברענדינג, ווייל אייער טארגעט וועט גרינטלעך צולייגן קאפ צו יעדע עדווערטייזמענט וואס ער זעהט ווייל דאס איז וואס ער זוכט, (איר דארפט נאך אלס גוט קענען פראמאוט'ן אייער פראדוקט אדער סערוויס) אויב אבער קענט איר נישט צוטרעפן אייער טארגעט, וואס ווי פריער ערווענט איז דאס די הויפט שווערעקייט ביים היימישן עולם, דענסטמאל ברויכט איר "קיללער" עדווערטייזמענט, צו כאפן אן אויג ביי יעדן, אזוי אז ווען יעדער איז שוין אינעם "טראכטער" (funnel) וועלן ארויסרינען נאר די אויסגעקליבענע... דאן גייט לאוער לעוועל.