בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 03, 2011 3:48 pm
דורך gagongan
לויט מיין עקספיריענס אין וויליאמסבורג: UPS האט פריינטליכע דרייווערס, בדרך כלל קומט אלעס אן גאנץ.
FedEx האט נישט צו פיינע דרייווערס (אין וויליאמסבורג) אבער סערוויס דארף צו זיין גוט.
USPS איז א שאד צו רעדן, נישטא קיין מענטש צו וועם צו רעדן, איך האב שוין געקלעמט Insurance אויף 15-20 טייערע פעקלעך 2,500.00 -$200.00 (ביליגע קאווערן זיי יא אמאל אמאל), און זיי שלעפן אזוי די צייט און קאווערן גארנישט, מיין USPS דרייווער האט אויף געהערט צו קומען ווען איך באשטעל Carrier Pickup, ער זאגט אז אויף די נעקסטע גאס איז דא איינער וואס האט שוין (בדרך אגב: יענע קאמפעני איז שוין לאנג נישט דארט) נאכן קאלן אין פאוסט אפיס יעדן צווייטן טאג (רוב מאל זענען זיי ביזי/הייבן נישט אויף/האקן אראפ/ רעדן נישט קיין ענגליש) זאגן זיי רוף צוריק מארגן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 4:36 pm
דורך מידער
ווייסט איינער וועלכע פירמע גיט די ביליגסטע פרייזן פאר USPS שיפפינג? צב"ש סטעמפס.קאם, פיטני באוס א.ד.ג.
יעצט ניצעך פעיפאל.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 5:10 pm
דורך שוועמל
פעיפעל איז די טייערסטע, זיי מאכן גרויס פראצענט דארטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 5:20 pm
דורך leiby
סטעמפס.קאם דארף צו זיין גוט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 5:53 pm
דורך מידער
א גרויסן יישר כח אייך.
האט איינער עפעס ערפארונג וואו מ'קען פארשאפן שאכטלעך פאר ביליג? (ביז היינט פלעג איך ניצן פון יו.פי.עס., אבער היינט איך שיק שוין אביסל ווייניג מיט זיי.)
איז יוליין ספעציעל ביליג, אדער זענען דא ביליגערע פירמעס?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 8:54 pm
דורך שאלת_חכם
שוועמל האט געשריבן:
שנעלקייט;
כאב באשטעלט עפעס (קיין ברוקלין נ"י) פון צוויי באזונדערע קאמפאניס וואס ביידע זענען באזירט אין ניו ג'ערסי, דער וואס האט געשיקט מיט UPS איז דער פעקל דא געווען דעם אנדערן אינדערפרי 11 אזייגער, ד"ה ניטאמאל קיין 24 שעה פונעם באשטעלן. דער וואס האט גענוצט פעדעקס, האט פעדעקס 'גאראנטירט' דעם אנקום פונעם פעקל צו מיר נישט ווינציגער ווי גאנצע 6 טעג דערנאך, אויף 4:30 נאכמיטאג! (פעדעקס האט אויפגעפיקט דאס פעקל פונעם קאמפאני דאנערשטיג מיטאג, און אנקום צייט איז באשטימט אויף דינסטאג נאכמיטאג!!!) די סערוויס וואס יענער האט גענוצט איז 'עקספרעס סעיווער', איך בין נישט באקאנט פונקטליך.
דאס איז געשען ווייל ער האט דיר געגעבן 3-DAY שיפינג (express saver is 3-day), דאס קומט אויס 3 ביזנעס טעג, פרייטאג מאנטאג און דינסטאג
איך_הער האט געשריבן:פעדעקס אויך. און איך מיין אז זיי האבן א גרעסערע רעדיוס, ווייל כ'האב געהאט איין פלאץ וואס ביי יו פי עס גראונד, איזעס געווען צוויי טעג אין טרענזיט, און ביי פעדעקס נאר איין טאג.
גייט דא צו זען די Fedex מאפע ווי לאנג עס נעמט
http://www.fedex.com/grd/maps/ShowMapEn ... anguage=enאיך_הער האט געשריבן:מר. דאס וכו'.
פעדעקס גראונד, איז אזוי ווי א פרענטשייז קאמפאני, יעדע פלאץ האטצעך זיין מענעזשער, און זיי געבן אראפ פאר פעדעקס וואטעווער זיי האבן אפגעשמועסט, פארשטייצעך אז די אקאונט ווערט אנגעפירט פון איין הויפט פיליאלע. און די מענעזשער'ס באקומען באצאלט אויף די באקס, באט די דרייווער באקומען אויף די שעה, באט האבן פרעשור אז די באקסעס זאלן זיין גאנץ, ווייל יעדע פלאץ האט אנדערע מענעזשער'ס, סאו די מענעזשער'ס לייגן פרעשור אויף די דרייווער'ס אז די באקסעס זאלן אנקומען גאנץ.
.
תיקון טעות
פעדעקס גראונד איז יעדער דרייווער זיין אייגענער בעה"ב, (דאס איז א טריק פון פעדעקס די ארבייטער זאלן נישט מאכן קיין יוניאן) דער וויליאמסבורגער פעדעקס דרייווער זאגט ער האט געצאלט איבער הונדערט אלפים אפצוקויפן דעם ראוט, ווי מער פעקלעך ער שיקט, אלס מער געלט מאכט ער
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 9:39 pm
דורך farshlufen
מידער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח אייך.
האט איינער עפעס ערפארונג וואו מ'קען פארשאפן שאכטלעך פאר ביליג? (ביז היינט פלעג איך ניצן פון יו.פי.עס., אבער היינט איך שיק שוין אביסל ווייניג מיט זיי.)
איז יוליין ספעציעל ביליג, אדער זענען דא ביליגערע פירמעס?
אין קוואנטיטי איז פארהאן גענוג היימישע אין די ליין, יוליין פאר זיך ספעציעליזירט זיך אין סערוויס נישט אין פרייז, אבער אויב איר בעט א קוואוט אויף קוואנטיטי קאנען זיי האבן גאר גוטע פרייזן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 9:42 pm
דורך שאלת_חכם
farshlufen האט געשריבן:מידער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח אייך.
האט איינער עפעס ערפארונג וואו מ'קען פארשאפן שאכטלעך פאר ביליג? (ביז היינט פלעג איך ניצן פון יו.פי.עס., אבער היינט איך שיק שוין אביסל ווייניג מיט זיי.)
איז יוליין ספעציעל ביליג, אדער זענען דא ביליגערע פירמעס?
אין קוואנטיטי איז פארהאן גענוג היימישע אין די ליין, יוליין פאר זיך ספעציעליזירט זיך אין סערוויס נישט אין פרייז, אבער אויב איר בעט א קוואוט אויף קוואנטיטי קאנען זיי האבן גאר גוטע פרייזן.
מיט יוליין באקומט מען עס געווענליך דעם נעקסטן טאג (אין ברוקלין)
די פאסט אפיס גיבט באקסעס פאר אומזיסט אבער נאר פאר פריאריטי מעיל
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 31, 2011 6:06 pm
דורך מידער
יישר כח.
איך זיך נישט יעצט אויפן מינוט קיין גרויסן קוואנטום, איך זוך נישט מערסטענס אפאר הונדערט שטיקלעך אויף יעצט.
ווייסט איינער ווער ס'איז ביליג?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 10:21 am
דורך farshlufen
עד מתי יהי' זה לנו למאקאש?
ווי לאנג וועט נאך אנהאלטן דאס פארדרייטקייט פון
1800messUPS?
זינט די פארגאנגענע ישר כח חינגא זענען זיי פארשלעפ ביז גאר מיטן דעליווערן פעקלעך פון גראונד ביז אוירלי עי עם, גארנישט קומט אן אן טיים, אויפן טערעקינג זייטל שטייט א מעסעדזש:
Due to local operation disruption, packages not unloaded from trailer, expect a one day business delay
וכדומה.
ובכן? זיינען די נאך אין ביזנעס צו סערווירן קאסטומערס בכלל? און וואס באדייט א לאקעל אפעראציע דיסראפציע, איז דען אין מעספעט פארהאן א שטורעם אדער א 12 אינטשיגע שניי?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 11:05 am
דורך שנאפס
אויך געהאט דאס כמעט יעדן טאג די לעצטע צוויי וואכן, כמעט אלעס נעמט א טאג לענגער
פארעפענטליכט: שבת פבואר 16, 2013 11:01 pm
דורך השתדלות
ווייסט איינער וויאזוי מען קען באקומען פרייטאג א ערלי פיקאפ פון י.פ.ס. אין ברורלין איך האב שוין פראבירט צו בעטן דעם סעלס רעפ אבער איך רעד צום דופעןץ
פארעפענטליכט: שבת פבואר 16, 2013 11:52 pm
דורך שנאפס
האסט פרובירט אריינצולייגן א פריערע זייגער אנליין?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 17, 2013 1:59 am
דורך שוועמל
מידער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח אייך.
האט איינער עפעס ערפארונג וואו מ'קען פארשאפן שאכטלעך פאר ביליג? (ביז היינט פלעג איך ניצן פון יו.פי.עס., אבער היינט איך שיק שוין אביסל ווייניג מיט זיי.)
איז יוליין ספעציעל ביליג, אדער זענען דא ביליגערע פירמעס?
אויב איז נאך נוגע, איך קויף ביי קאהן אויף מעטראפאליטען עוועניו, די ביזנעס הייסט פריים פעקעזשינג. גאנץ גוטע פרייזן.
אויב זיי האבן נישט די סייז וואס איך דארף נעם איך פון
http://www.papermart.com זיי זענען זייער ביליג אין סופלייס.
יוליין איז גאנץ טייער.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 17, 2013 2:14 am
דורך שוועמל
אזא עגמת נפש, געשיקט קיין ענגלאנד א פעקל מיט USPS און נאכן הערן פונעם קאסטומער 6 וואכן שפעטער אז סיז נישט אנגעקומען גיי איך ארויף און טרעק עס, זע איך עס שטייט קליערינג קאסטומס, UK לאקעשאן, מער נישט.
הקיצור איך קאל זיי אן זאגן זיי אז מען האט געקאנטאקט די רעסיפיענט און האט נישט ריספאנדעט סא זיי שיקן צוריק צו מיר, פרעג איך פארוואס און וויזוי האט מען געקאנטאקט? זאגן זיי די סיסטעם זאגט נישט וויזוי. און פארוואס זע איך נישט די טרעקינג היסטארי? זאגן זיי די סיסטעם ווייזט נאר ביז 6 וואכן (צי פיר...)
ווארט איך צוויי דריי פיר וואכן די פעקל קומט נאכאלץ נישט צוריק צו מיר, קאל איך אן און זיי ווייסן נישט מער ווי עס שטייט אין סיסטעם. אקעי איך באשלוס צו פיילן א קלעים פאר די 500 דאלאר. זאגן זיי פארן פיילן א קלעים אויף אינטערנעשאנעל דארף מען קאלן א ספעציעלע נומער און ווארטן 6 וואכן אויף א בריוו פאר מען ערלויבט צו פיילן, קיצור איך ווארט און ווארט און ווארט.
מיאוס אריינגעביסן
די USPS זאל אונטערגיין בשן ועין.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 17, 2013 4:24 am
דורך derech eretz
וועסטו וויסן פון היינט און ווייטער אז $500 פעקלעך באלאנגט פאר יו פי עס, העכער $5 איז שוין צופיל פאר יו עס פי עס..
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 17, 2013 9:33 am
דורך שוועמל
אה זעסט דא בין איך אין א גרויסע נסיון, UPS בעט 75 דאלער בעת UPS בעט באלד דריי מאות (א האלבער טיקעט) פאר דעם פעקל קיין ענגלאנד.
שטעלט זיך אבער ארויס אז די 75 דאלער האט למעשה גארנישט איינגעשפארט.
מה' מצעדי פעקל כוננו, עפעס א גלגול האט ער געדארפט דורכגיין אין USPS ...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 12:53 pm
דורך היפאקריט
נאך א זיבן יאר פון ווען דער אשכול האט זיך געלאזן אין וועג, און נאך א יאר פונעם לעצטן תגובה, וואס האלט דער עולם היינט
פעדעקס אדער יו פי עס
?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 1:46 pm
דורך פאר דוקא
היפאקריט האט געשריבן:נאך א זיבן יאר פון ווען דער אשכול האט זיך געלאזן אין וועג, און נאך א יאר פונעם לעצטן תגובה, וואס האלט דער עולם היינט
פעדעקס אדער יו פי עס
?
איך ניץ פעדעקס. פאר טייערע זאכען ווארום זיי זענען די ביליגסטע און שנעלסטע, און פאר קלענערע ביליגערע ניץ איך יועספיעס, און אריין צי שיקן עפבחעי ניץ איך ע''פ רוב יופיעס
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 11:45 pm
דורך AHA
יו פי עס האט די בעסטע אין גרינגסטע קאמפיוטער סיסטעם.
פעדעקס האט א גיטע סעילסמען אין גאר א גיטע קאסטומער סערוויס.
יו עס פי עס איז די ביליגסטע אבער קען דיר אמאל קאסטען זייער טייער.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 1:21 pm
דורך יוראפ
כ'פלעג האבן היפש נישט גוטע עקספיריענס מיט פעדעקס, ס'פלעגט זיך מאכן יעדע צווייטע מאל אז זיי האבן פלעין אן קיין נארמאלע סיבה פארשפעטיגט א טאג, אבער לעצטענס האב איך א קאמפעני וואס דעליווערט נאר מיט פעדעקס און וואס מיין באפעל איז זונטאג צו מאנטאג צו פארמיטאג נאכמיטאג צווישן דעמאלטס און דעמאלטס לויט מיין משוגעת - קומט עס אייביג אן כמעט אויף די מינוט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 1:26 pm
דורך farshlufen
היינט זאגט מיר מיין יו.פי.עס. דעליווערי מאן אז זיי האבן געסטרייקט 2 שעה, צוליעב א בריעטש אף קאנטראקט צווישן די לאקאלע יוניען און די פירמא.