בלאט 1 פון 3

עמעקס טיילט געלט! סמאלל ביזנעס סעטורדעי...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 1:03 am
דורך וויכטיג מאכער
העלאו!!!!! קיינער איניש דא??!!! שא, שטיל! קיינער רעדט נישט...

האט שוין איינער געהערט פון "סמאלל ביזנעס סעטורדעי"?

א ידיד מיינער רופט מיך אן פריער און פארציילט מיר וועגן "סמאלל ביזנעס סעטורדעי"... ער זאגט אז די לעצטע דריי יאר האט אמעריקאן עקספרעסס געעפענט א פראגראם וואס רופט זיך "סמאל ביזנעס סעטורדעי", בעיסיקלי גייטעס אז יעדער וואס קויפט איין מיט אן אמעריקען עקספרעסס קארטל אין א "סמאלל ביזנעס" "שבת" צווישן "בלעק פריידעי" און "סייבער מאנדעי", באקומט צוריק פון עמעקס 25 דאללער! ס'טייטש א יוד מיט 10 עמעקס קארטלעך קען גיין שאפונג און צוריקבאקומען 250 דאללער...

שטייצעך אז ס'דא רולס, די קארטל דארף זיין רעדזשיסטערד, נישט קיין ביזנעס קארטל, מ'דארף קויפן אין א סטאר וואס קוואליפייד צו ווערן אנגערופן "סמאלל" (אונטער 10 מיליאון אין סעילס א יאר, נישט קיין טשעין סטאר, נישט אין א מאלל, וכד')

יענער חבר זאגט מיר אז ער הערט אז אין בארא פארק גייען אלע סטארס זיין אפן, מוצאי שבת און אין ווילי נאר אפאר סטארס...

איינער האט שוין אמאל געהערט פון דעם? מער פרטים?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 6:24 am
דורך leiby
איז דאס נישט די זעלבע וואס מ'האט קאמפיינט פאראיאר ביי רובאשקין און די אנדערע צדקה ארגעניזאציע'ס?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 7:52 am
דורך סאדע_באטל
יא.

עס איז אן עולה דאס וואס מען נארט אויס דעם עולם אז דאס איז געלט פאר צדקה. דאס קען מען נוצן אין סיי וועלכע קליינע געשעפט, גראסערי טוי סטאר הארדווער ענד די ליסט גאוס אן ענד אן.

וויכי, וועלכע ביזנעס קארטל איז נישט עלידזשיבעל פארדעם?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 8:41 am
דורך דערציילער
https://www.americanexpress.com/us/smal ... hop-Small/

איך האב אויפגעסיינט צוויי קארטלעך מיינע, (פארדינט א פופציגער) איך האלט אז עס איז טאקע אן עולה פון די צדקה ארגענעזעישנס.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 8:53 am
דורך אזוי צו אזוי
סאדע_באטל האט געשריבן:יא.

עס איז אן עולה דאס וואס מען נארט אויס דעם עולם אז דאס איז געלט פאר צדקה. דאס קען מען נוצן אין סיי וועלכע קליינע געשעפט, גראסערי טוי סטאר הארדווער ענד די ליסט גאוס אן ענד אן.

אפשר קענט איר מיר מסביר זיין די עולה פון די צדקה ארגענעזאציעס.

זיי האבן דיר געזאגט ליגענט?

האסט אפשר געוואלט אז זיי זאלן טוען די מארקעטינג פאר עמעקס? און דיר פארציילן וואס אלץ דו קענסט טוען מיט די 25?

האסט א ברירה אדווערטייז אז אין דיין הארדווער סטאר קען מען עס אויך נוצען.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 9:12 am
דורך וויכטיג מאכער
דערציילער האט געשריבן:https://www.americanexpress.com/us/small-business/Shop-Small/

איך האב אויפגעסיינט צוויי קארטלעך מיינע, (פארדינט א פופציגער) איך האלט אז עס איז טאקע אן עולה פון די צדקה ארגענעזעישנס.



האסט נאכנישט פארדינט קיין פיפציגער, קודם דארפסטו עס סווייפן דעם שבת, און "נישט ביי קיין טשאריטי", ליין די רולס...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 9:17 am
דורך וויכטיג מאכער
For the purpose of this Program, qualifying small businesses include small, locally-owned storefront and online businesses with $10 million in annual revenue or less. Businesses in the following industries are excluded: government agencies, charities, non- profits, trade associations, shopping property management firms, political, religious and educational organizations. Small businesses that are part of a franchise brand with more than 100 stores are excluded. Additionally, if a franchise brand has more than 20 corporate- owned units, then the entire brand is excluded. Small businesses that promote any of the following are not eligible for the Program: pharmaceuticals, drugs, politics, pornography or - aids, diet aids, gambling, liquor, tobacco, firearms/weapons, or any sensitive topic with respect to current events. See Terms of Participation.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 9:22 am
דורך וויכטיג מאכער
סאדע_באטל האט געשריבן:יא.

עס איז אן עולה דאס וואס מען נארט אויס דעם עולם אז דאס איז געלט פאר צדקה. דאס קען מען נוצן אין סיי וועלכע קליינע געשעפט, גראסערי טוי סטאר הארדווער ענד די ליסט גאוס אן ענד אן.

וויכי, וועלכע ביזנעס קארטל איז נישט עלידזשיבעל פארדעם?



ליין וואס דארט שטייט...

Enroll your eligible American Express® Card to GET$25 BACK ONE TIME WHEN YOU SPEND $25 OR MORE at a qualifying small business location on November 24th. Enrollment is limited so act early before enrollments run out. Corporate and prepaid cards are not eligible. See Offer Terms for full details.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 12:14 pm
דורך פארדינט
איך זעה אז די היימישע כאפן זיך פעסט צו דערצו.
דאס האב איך באקומען אויף BBM:

א מעסידזש פון לי עוו פאוטאו; אמעריקאן עקספרעסס טיילט געלט!!! די וואך שבת ווערט אנגערופן ביי "אמעריקאן עקספרעסס" "סמאלל ביזנעס סעטורדעי", יעדער וואס קויפט איין ביי א "סמאלל ביזנעס" די וואך שבת מיט א קוואליפייד "אמעריקאן עקספרעסס" קארטל פאר מער ווי 25 דאללער, באקומט 25 דאללער פון "אמעריקאן עקספרעסס"...

מאך זיכער שוין צו רעדזשיסטערן דיין קארטל/קארטלעך ביי אמעריקאן עקספרעסס, און דו קענסט באקומען 25 דאללער פער קארטל ווען דו קויפסט איין דעם מוצאי שבת ביי לי עוו פאוטאו...

דא קען מען רעדזשיסטערן די קארטלעך...
http://tinyurl.com/a4olm9j

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 12:15 pm
דורך מאנ-יימער
באקומען א אימעיל פון פארקינג עקספערט דערוועגן

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 12:37 pm
דורך הורוויץ
ווייסט איינער אויב Additional users קענען אויך באקומען דעם קרעדיט? דאס הייסט אויב האב איך 2 קארטלעך אויף איין אקאונט - איינס פאר מיר און איינס פאר מיין ב"ב - קען איך באקומען 2 מאל דעם קרעדיט?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 12:39 pm
דורך וויכטיג מאכער
ליין די לינק וואס מ'האט געלייגט אויבן... לויט ווי איך פארשטיי האטעס מיטן קארטל, א מענטש קען האבן 10 קארטלעך...

דער וואס האט מיר געזאגט דערוועגן האט מיר געזאגט אז ער האט 6 קארטלעך גע'רעדזשיסטערד...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 12:50 pm
דורך הורוויץ
דאס מיינט אז זיי גייען געבען מער ווי איין קרעדיט אויפן איין סטעיטמענט .?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 1:05 pm
דורך משזר
הורוויץ האט געשריבן:ווייסט איינער אויב Additional users קענען אויך באקומען דעם קרעדיט? דאס הייסט אויב האב איך 2 קארטלעך אויף איין אקאונט - איינס פאר מיר און איינס פאר מיין ב"ב - קען איך באקומען 2 מאל דעם קרעדיט?


קוק אויב די קארטעל האט דע זעלבע נאמבערס אדער ניש.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 1:12 pm
דורך הורוויץ
משזר האט געשריבן:
הורוויץ האט געשריבן:ווייסט איינער אויב Additional users קענען אויך באקומען דעם קרעדיט? דאס הייסט אויב האב איך 2 קארטלעך אויף איין אקאונט - איינס פאר מיר און איינס פאר מיין ב"ב - קען איך באקומען 2 מאל דעם קרעדיט?


קוק אויב די קארטעל האט דע זעלבע נאמבערס אדער ניש.


ביי Amex זענען די לעצטע 5 נומבערס אנדערש ביי יעדן קארטל, און די סטעיטמענט איז אויך צוטיילט לויט די users, אבער ס'איז איין סטעיטמענט פאר דעם פריימערי user.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 1:19 pm
דורך geek
הורוויץ האט געשריבן:דאס מיינט אז זיי גייען געבען מער ווי איין קרעדיט אויפן איין סטעיטמענט .?

40+ cards

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 2:32 pm
דורך הורוויץ
geek האט געשריבן:
הורוויץ האט געשריבן:דאס מיינט אז זיי גייען געבען מער ווי איין קרעדיט אויפן איין סטעיטמענט .?

40+ cards


ישר כח!

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 2:36 pm
דורך leiby
איף דארף ספענדן דוקא 25? אדער אפילו מער נאר איך באקום צוריק 25.
(כ'האב נאכנישט געליינט די לינק.)

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 2:38 pm
דורך וויכטיג מאכער
מ'דארף ספענדן 25 אדער מער, און מ'באקומט מאקסימום 25 פער קארטל...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 3:14 pm
דורך 1x1
א חבר מיינע האט גערעדזשעסטערד 20 קארטלעך און גייט באקומען $500

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 9:39 pm
דורך וויכטיג מאכער
סאדע_באטל האט געשריבן:יא.

עס איז אן עולה דאס וואס מען נארט אויס דעם עולם אז דאס איז געלט פאר צדקה. דאס קען מען נוצן אין סיי וועלכע קליינע געשעפט, גראסערי טוי סטאר הארדווער ענד די ליסט גאוס אן ענד אן.

וויכי, וועלכע ביזנעס קארטל איז נישט עלידזשיבעל פארדעם?



סאודע, איך האב געהאלטן ביז יעצט אז דו ביסט נישט גערעכט... יעצט פארציילט פאר א יונגערמאן פונעם פראגראם, זאגטער מיר אז א צדקה ארגענעזאציע האטעם משיגע געמאכט אז זיי האבן עס ערלעדיגט ביי אמעריקאן עקספרעסס, און ס'איז זה נהנה וזה לא חסר... ס'שקר, זיי האבן עס נישט ערלעדיגט און ער קענעס געהעריג נוצן פאר זיך... נו'שוין... איך עגרי אז ליגענט זאגן אויף אזא אופן איז נישט אויסגעהאלטן...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 9:40 pm
דורך וויכטיג מאכער
און אגב, רוב צדקות וואס זענען רעגיסטרירט אלס טשאריטי זענען נישט קוואלעפיצירט, און מ'גייט נישט באקומען די קרעדיט דערפון...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 11:21 pm
דורך היימישער איד
ס'איז א שיינע זאך צו גיבן צדקה אבער די וואס זענען מעשה צו טאן צדקה דארפן אויך זיין אויפריכטיג.

ס'דא וואס גיבן עס אהין אפי' זיי ווייסן אז מ'קען אליינס נהנה זיין פונעם געלט. אידן זענען נתבעים ונותנים ספעציעל ווען מ'דארף נישט ארויסנעמען פון טאש.

אני הקטן האב אויך נישט געכאפט אז כ'קען אליינס נהנה זיין פונעם אפפער, און געגעבן איין קארטל פאר א מוסד (גם ברוך יהי'... כ'בעט עס נישט צוריק). די אנדערע קארטלעך האביך אבער נישט געגעבן פאר קיינעם דערווייל כאטש כ'האב באקומען עטליכע טעלעפאן קאלס היינט + אימעיל'ס. (די אלע זענען אזעכע וואס האבן מיין קארד אנפייל און ווילן אריינכאפן א 'עקסטרע' ביינדל חוץ די געווענטליכע תמיכה. וואס עפעס?! [כ'שרייב עס ס'זאל נישט אויסזעהן כאילו כ'וויל נישט ארויס העלפן די אלע חשובע מוסדות חלילה])

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 11:28 pm
דורך בן אחר בן
קען איינער אפשר שיין ארויסברענגען וואס עמעקס האט דערפון?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 11:37 pm
דורך וויכטיג מאכער
בן אחר בן האט געשריבן:קען איינער אפשר שיין ארויסברענגען וואס עמעקס האט דערפון?



א מעכטיגע מארקעטונג טול... יעדע סמאלל ביזנעס גייט פגר'ן אנצונעמען עמעקס, און יעדער גייט וועלן האבן ווי מער עמעקס קארטלעך...