בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 1:04 pm
דורך משזר
איך האב אן א אקאונט מיט עמעקס אין מיין יודענע איז א "authorized user", קען איך ניצן ביידע אין באקומען צוויי מאל פינעף אינצוואנציג דאללער?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 3:45 pm
דורך 1x1
משזר האט געשריבן:איך האב אן א אקאונט מיט עמעקס אין מיין יודענע איז א "authorized user", קען איך ניצן ביידע אין באקומען צוויי מאל פינעף אינצוואנציג דאללער?
אויב ס'איז צוויי קארטלעך.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 4:07 pm
דורך סאדע_באטל
יעדע עמעקס אויטארייזט יוזער האט אן עקסטערע קארד נומער, ממילא קען מען פאר יעדע איינציגע קארטל באקומען עקסטער 25 דאללער.
---
וויכי, איך ווייס נישט וואס א ביזנעס קארטל מיינט, איך ווייס די מציאות אז סיי די מעיסיס עימעקס האט באקומען די קרעדיט פאריאר, און סיי א רעגולער עימעקס וואס איז נישט אויף א פריוואטע נאמען נאר אויף א ביזנעס האט באקומען די קרעדיט.
----
איך האב פריער באקומען א קאלל פון א מוסד בעטנדיג פאר א קארטל, זאג איך, אז עס איז נישט בחינם ווייל איך קען עס נוצן פאר מיר פריוואט, זאגט מיר יענער, יא, אבער עס איז א גרויסע שלעפ און א מוטשעניש צו רעגיסטרירן די קארטלעך, און זיי טוען עס בחינם.....
האב איך יענעם גענטפערט אז איך האב רעגיסטרירט איבער 10 קארטלעך און עס האט מיר גענומען ווינציגער ווי פינף מינוט די גאנצע רעגיסטראציע.....
אויסנארן מענטשן פאר צדקה איז אן עולה. דעט איז מיי אפיניען
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 4:28 pm
דורך משזר
100% גערעכט.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 4:36 pm
דורך ים רויבער
באקומען א אימעיל פון די סאטמארע מוסדות אפיס
-------------------
'א וויכטיגער מעלדונג צו אלע עלטערן און שטיצער פון אונזערע מוסדות הק
אין צוזאמעהאנג מיט'ן ריפאנד וואס 'אמעריקען עקספרעס' געט יעצט צוריק 25 דאלאר.
בעטן מיר פון אייך, אויב זענט איר פון די וועלכע האבן אן "אמעריקען עקספרעס קארטל" (נישט קיין ביזנעס קארד), דאן שיקט אן אימעיל צו
amex@utaw.org אדער רופט אריין 24 שעה א טאג אין אפיס פון די ישיבה 718-963-9260 עקסטענשאן 12863 און לאזט א מעסעדזש מיט אייער
· טעלעפאון נומער
· קרעדיט קארט נומער
· עקספיירעישאן דאטום
· נאמען אויפן קארד
· אימעיל אדרעס (אויב איר האט)
אלס מתן שכרו בצידו קענט איר געווינען א חודש פריי שכר לימוד פאר די גאנצע משפחה
געדענקט אז דער ריפאנד גייט נאר אן ביז דעם פרייטאג פרשת ויצא
דער ריפאנד איז נאר איינס פער קארטל
ובזכות פון שטיצן די הייליגע מוסדות וועט איר געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן.
א גוטן טאג
נ.ב. ביטע דאס שיקן ווייטער צו אייערע באקאנטע
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 4:47 pm
דורך ווינקל
און צום וויפילטן מאל? די ריפארנד איז אויסדריקלעך נאר פאר קליינע ביזנעסער! די אלע טשאדזשעס פאר צדקה וועט נישט ווערן ריפאנדעד.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 4:49 pm
דורך מאנ-יימער
ווינקל האט געשריבן:און צום וויפילטן מאל? די ריפארנד איז אויסדריקלעך נאר פאר קליינע ביזנעסער! די אלע טשאדזשעס פאר צדקה וועט נישט ווערן ריפאנדעד.
זיי ווייסן דערפון, אויף עפעס אן אופן געבן זיי זיך אן עצה דערמיט.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 4:51 pm
דורך ווינקל
לייכטע עצה, דער עולם וועט מנדב זיין $25 אויסער די דינער געלט, ביג דיעל...
https://www.americanexpress.com/us/smal ... sAdCreator
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 4:58 pm
דורך הבדלה וויין
די ריפאנד איז נישט פאר סקול'ס, ווי אויך דארף מען זיכער מאכן אז די סטאר גייט פארמאכן די BATCH נאך מוצ"ש אז די קאסטומער'ס זאלן באקומען די קרעדיט.
א Additional user באקומט עס אויך, און AMEX BUSINESS קארד'ס גייען עס אויך באקומען.
איך ערווארט א מתנה פון עמעקס $200, איך האב 8 קארדס.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 5:06 pm
דורך משזר
ווזוי ווייס איך ווען די בעטש איז?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 8:17 pm
דורך הבדלה וויין
מען דארף זיכער מאכן צו פרעגן אז מען גייט עס פארמאכן נאך מוצ"ש, איך האב געהערט אז לעצטע יאר האבן עטליכע נישט באקומען די קרעדיט וועגן די סטאר האט נישט געבעדזשט, און זיי האבן אנגערופן AMEX און מען האט זיי עס געגעבן, אבער עס איז אלץ בעסער נישט צו דארפן רופן, איבערהויפט די וואס האבן אסאך קארדס.
איך פלאן צו נוצן אלע ביי 1 סטאר, ממילא וועל איך זיכער מאכן אז ער בעדזשט, איך פלאן צו קויפן צען בענדער ארטסקראל גמרות עס זאל זיין גענוג פאר ביז איבער'ן יאר, זאל כאטש AMEX האבן א שטיקל זכות פון זייער צדקה...
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 9:57 pm
דורך משזר
צי וואס ביסטו אזוי אינטערעסירט אז עמעקס זאל האבן א זכות?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 11:20 pm
דורך הבדלה וויין
פארוואס'זשע נישט, אז איך באקום פון זיי $200, פלאס צוויי א האלב פראצענט קעש בעק, און איך דארף גארנישט צאלן פאר זיי דורך'ן יאר, שטערט מיר נישט אז זיי האבן א שטיקל זכות, אזוי וועלן זיי קענען ווייטער אנגיין, און כלל ישראל וועט ווייטער הנאה האבן פון זיי....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 6:02 pm
דורך יקוםפרקן
דערמאנונג! דער טשארדז מוז געמאכט ווערן דער 24'סטער א טאג נאכ'ן שווארצן פרייטאג, ד.מ. אז אונזערע יודעלעך וועלן ארבייטן אווערטיים דעם מוצש"ק.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 9:55 am
דורך שנאפס
THANK YOU FOR ENROLLING
You have successfully enrolled for the American Express $25 Statement Credit Cardmember Offer for Small Business Saturday®.
Remember to use your enrolled Card to spend $25 or more in a single, in-store transaction at a qualifying small business location on Saturday, November 24, 2012 to receive your one-time $25 statement credit from American Express within 8 weeks.
Visit ShopSmall.com for information about qualifying small business locations where you can Shop Small® on November 24, 2012.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 10:59 am
דורך מאנ-יימער
ביי די היימישע געשעפן איז הימל און ערד און $25, יעדער גייט זיין אפן מוצ"ש עסקנים וועלן קאנטראלירן די טרעפיק,
די עסקנים מעלדן אז ווער ס'האט נישט קיין עמעקס קארטל זאל זיך נישט דרייען אויף די גאס.
אדורך בלעטערנדיג די וועכנטליכע אויסגאבעס איז מיר געפאלן ווי יעדע געשעפט פראבירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט קוראיעזע איידיעס וויאזוי ארויסצובאקומען מיינע $25
לדוגמא
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 11:49 am
דורך לכאורה
בין איך משוגע אז איך האב נישט רעגיסטרירט מיינע אמעקס קארטלעך?
איך גלייך זייער נישט קיין הייפ... איך ווער נישט משוגע פאר אנאנסן און סעילס און ריבעיטס
דו לאז מיך געמאכט, איך לאז דיך געמאכט
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 11:54 am
דורך מאנ-יימער
לכאורה האט געשריבן:בין איך משוגע אז איך האב נישט רעגיסטרירט מיינע אמעקס קארטלעך?
איך גלייך זייער נישט קיין הייפ... איך ווער נישט משוגע פאר אנאנסן און סעילס און ריבעיטס
דו לאז מיך געמאכט, איך לאז דיך געמאכט
דאס איז נישט קיין סעילס,
מ'רעגיסטרירט דאס קארטל און מוצ"ש גייט מען אריין צום לאקאלן גראסערי וואו מ'קויפט שוין לאנג נישט איין ווייל די באלאנס איז וועי אווער די לימיט אין מ'סווייפט אראפ $25 פאר אומזינסט.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 11:56 am
דורך לכאורה
און אויב איך האב נישט קיין באלאנס אין גראסערי ב"ה [איך סווייפ עס אראפ מיט 'סנעפ', איף יו קנאו וואט איי מיען]?
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 1:13 pm
דורך פורים קטן
קען מען ספענדן 10 קארטלעך אין די זעלבע פלאץ, אדער ס'מוז זיין ביי 10 אנדערע פלעצער?
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 1:27 pm
דורך גוגל
זעלבע פלאץ
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 1:28 pm
דורך לכאורה
שוין, איך האב מיך געבראכן... אויף די פערזענליכע פארלאנג פון א קליינע ביזנעס אייגנטומער האב איך רעגיסטרירט מיין קארטל
יעצט דארף מען כאפן א פלאץ אין די ליניע פון איינקויפער צווישן צאת און חצות.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 1:41 pm
דורך פורים קטן
פאריאר האט מען געקענט באצאלן ביי xchange telecom, צו ווייסט איינער צו זיי זענען נאך אלץ אפראווד אלס א "סמאל ביזנעס"?
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 2:07 pm
דורך גוגל
יא
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 2:18 pm
דורך פורים קטן
יישר כח, צום צווייטן מאל