בולעטין באורד אויפן קאמפיוטער?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 10, 2012 8:06 am
א גוט מארגן טייערע ידידים, שוין לאאאנג נישט פארברענגט אינאיינעם, אבער נישט דאס וויל מער רעדן איצט, מ'עט נאך אי"ה צוריקקומען צו דעם סאבדזשעקט אנאנדער מאל.
וואס מ'ווילמיר יעצט איז אזוי, ביינונז אין די ארבעט, איז אין די לעצטע חדשים געווארן א שטארקע טויש אינעם סיסטעם, און אלס רעזולטאט האט זיך דער ביזנעס צעטיילט אויף דריי באזונדערע אפטיילונגען, און יעדע אפטיילונג האט זיין מענעדזשער וכו'.
אבער למעשה היינט צוטאגס ווען מען וויל איבערגעבן א מעסעדזש פאר אלע ארבעטערס, צו איז דאס א נייע רול, א טשעינדזש אינעם סקעדזשול וכו', איז נישטא געהעריג קיין וועג וויאזוי דאס צו טוהן קוויק אין איזי, זינט סעלפאן באנוץ איז פארבאטן עמטליך, אייגענע אימעיל אדרעסן ווערן נישט ערלויבט צו האלטן אפן בשעת די ארבעט שטונדן, קומט אויס אז וויכטיגע מעסעדזשעס ווערן נישט איבערגעגעבן געהעריג אין צייט, ווי פארשטענדליך איז עס א היפשע שטער אין די ארבעט, און דאס קען פילמאל פאראורזאכן אומאנגענעמליכקייטן כמובן.
זוכנדיג אויף גוגל איז ארויפגעקומען אזא אפציע פון א מעסידזש וואס ווערט געפאוסט אויף די דעסקטאפ פון אלע קאמפיוטערס וועלכע זענען אויפן נעטווארק, און בלייבט דארט פאר א וויילע, דאס קוקט אויס צו זיין גאנץ א גוטע איידיע, און וועט ווארשיינליך זיין די סאלושן.
עס בלייבט נאר איין פראבלעם, אז איך האב נאר געזעהן רעדן דערפון, כ'האב עס נאכנישט געטראפן בפועל, און ווער עס ווייסט פון אזוינס, אדער א אנדערע וועג צו סאלוון דעם פראבלעם ווערט געבעטן מקיים צו זיין אל תמנע טוב מבעליו און לאזן וויסן.
ייש"כ למפרע