בלאט 1 פון 1
וואס קען איך געבן פאר א באנק מענידשער
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:56 pm
דורך האלץ האקער
איףך וואלט זייער געוואלט געבן עפעס פאר די באנק מענידשער וואס איך ניץ איך ווייס נישט וואס און איך ווייס נישט ווען איך האב געטראכט אפשר יעצט צים נייעם יאר זאל איך געבן א שיינע האניג פעקיל שיין איינגעפאקט אדער דארף דאס נישט א גוי.
קען מיר איינער העלפן ?
ישר כח
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:09 pm
דורך גבריאל
קויפ עס עפעס א טשאטקע וואס עס קען ליגען אין זיין אפיס אדער אויפן דעסק, למשל א גלאב למשל איך האב יעצט געמאכט א גאגל סיערטש אויף גלאב בינעך אנגעקומען צו עפעס אן אינטערעסאנטע גלאוב וואס איך האב נאכנישט געהערט קוק
דא אדער אנדערע ענליכע שטאשטקעס
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:45 pm
דורך לכאורה
אויב איז יענער פון די מזרח לענדער, גיב אים ביטע נישט קיין זייגער אלס געשאנק, די יעניגע טייטשן דאס אויס אלס א סימן אז זייער צייט איז שוין געקומען צו גיין... (געהערט פון א אינגערמאן וואס האט דאס געגעבן פאר זיין פרוי'ס דאקטער, און יענער האט זיך טיף באליידיגט נעבעך).
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:13 am
דורך האלץ האקער
גבריאל האט געשריבן:קויפ עס עפעס א טשאטקע וואס עס קען ליגען אין זיין אפיס אדער אויפן דעסק, למשל א גלאב למשל איך האב יעצט געמאכט א גאגל סיערטש אויף גלאב בינעך אנגעקומען צו עפעס אן אינטערעסאנטע גלאוב וואס איך האב נאכנישט געהערט קוק
דא אדער אנדערע ענליכע שטאשטקעס
ישר כח
אבער דעס האט א שטיקל פראבלעם וואס איז יעצט געשען אז איך געב עם א מתנה ווען סאיז עפעס מט ראש השנה האט עס א פשט פארוואס פינקט יעצט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:53 pm
דורך שמעק_טאביק
א גיפט קארד איז געווענליך די בעסטע עצה פאר אזעלכע ספיקות.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:25 pm
דורך ווינקל
עפעס טייער איז ער מסתם נישט ערלויבט צו נעמען...