בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:18 am
דורך green sunday
הרב יהושע מיר האבן שוין געהאט אסאך אזאלעכע חלומות ליין אפ די זיבן בלעטער דא פאר די גייסט ווייטער
דאס געלט ווארט אייך הינטערן טיר!

א דאנק

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:17 pm
דורך משה קארנפעלד
עטץ קענטס אלע לאכן, איך האבן מיך אויסגעסיינט און שוין פארדינט דארט %100,000,000.00

פארשטיי זיך איך בין בלויז געגאנגן דורך יהושע און ער האט אלץ קאמישען באקומען %99.99

מאכטס אליינס דעם חשבון ^% + 00# קומט אויס א ריזן %! וואס דאס זעלבסט האט געהאלפן דרייען די אידישע עקאנאמיע אז וויליאמסבורג קאר סערוויס גייט זיך שוין אט אט שליסן.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:21 pm
דורך געלעגער
מיין קאלקולעטער גיט אנדערע רעזולטאטן. עפעס פישיג דא

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:30 pm
דורך משה קארנפעלד
כאב שוין באמערקט אין עטליכע אנדערע אשכולות אז דו ביסט אביסל צומישט לעצטענס. מסתם נוצסטו אן אלטע ווערסיע פון פאלם פיילאט, גיי צו וועד משמרת זיי וועלן דיר עס אפגרעידן.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:12 pm
דורך יהושע
כ'געב איצטער א קוק וויפיל די חברה האבן שוין אריין געליפערט אין מיין קאסע, און גארנישט ער האלט נאך אלץ ביי ס, ליצני הדור, וואס מיינען זיי כ'גיי וווארטן ביז דער אשכול וועט ווערן 7 בלאט לאנג און ערשט דעמאלטס וועט מען זיך אויפוועקן, ניין מ'גיימער שוין דיספיודן די טשארדש...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:26 pm
דורך געלעגער
לאז וויסן די רעזולטאטן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:29 pm
דורך יהושע
די רעזולטאטן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:10 pm
דורך ירוחם
זיי האבן געבילט און דו האסט צוריקבאקומען אדער דאס איז ריין ריוח?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:29 pm
דורך יהושע
ליין איבער די פאר פריערדיגע תגיבות.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:31 pm
דורך ירוחם
יהושע האט געשריבן:ליין איבער די פאר פריערדיגע תגיבות.

כ'האב איבערגעליינט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:39 pm
דורך יהושע
כ'האב פשוט דיספיוט די טשארדש וואס כ'האב געצאלט צו ווערן א פאנדער, כ'האב נישט געזעהן קיין שום ריזלאט'ס, און כ'האלט נישט ביין ווארטן ביז די קאמפעני וועט קראכן און דעמאלטס וועט ניטש זיין פון וועם צירוק צו בעטן דאס געלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:23 am
דורך שטארק זיך
יעצט זיי מוחל און צאל צוריק פאר די אלע וואס האבן אויפגעסיינט לכבוד דיר...
און זיי נישט קיין גזלן ברשות התורה (וויץ)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:30 am
דורך יהושע
זיי האבן נישט איינגעלייגט קיין געלט, און איך בין נישט ריספאנסעבעל פאר קיינעם :-( אינטערעסאנט ווער צאלט אייך פארן ארבעטן פאר זיי?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:39 am
דורך מאנ-יימער
יהושע וואס האסטו געטוהן? פונקט יעצט האסטו זיך ארויסגעצויגן? קוקסט אויס ווי דער גוי וואס איז אנטלאפן פאר שולחן עורך,
איך האב א חבר וואס קען איינעם וואס האט א שוואגער וואס טוט דאס פאר א פול טיים דזשאב און ער דרייווט א בי. עם. דאבעליו. ער מאכט צען אלפים א וואך פון גארנישט טוהן, איך זאג דיר דער עולם איז נעריש זיי מיינען אז פון ארבעטן 40-50 שעה א וואך מאכט מען געלט
זאג נאר, פינעף יאר ארום ווילסטו נאך אלץ זיצן און ארבעטן א גאנצע וואך, זיי נישט נער'יש דו האסט א געלעגנהייט צו מאכן געלט און מאכן א לעבן לאז עס נישט פארפאלן גיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:45 am
דורך יהושע
כ'האב מיך נישט ב'נארישט, יעצט האב איך ביידע וועלטן, די געלט וואס כ'האב איינגעלייגט האב איך צירוק, אבער א פאונדער בין איך ווייטער, כ'האלט שוין אינמיטן טראכטן וועלכע בי עמ דאבעליו כ'גיי נעמען.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:53 am
דורך געלעגער
נעם א געלע מיט א שווארצע רים

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:00 am
דורך יהושע
ניין כ'טראכט צו נעמען א 64-75 1600

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:15 am
דורך שטארק זיך
יהושע האט געשריבן:זיי האבן נישט איינגעלייגט קיין געלט, און איך בין נישט ריספאנסעבעל פאר קיינעם :-( אינטערעסאנט ווער צאלט אייך פארן ארבעטן פאר זיי?

קודם האב איך עס נישט געבארגט; און נאכדעם האצעכעס שוין צעבראכן...

איבער ווער עס צאלט מיר:
מיין לויער לאזט נישט ארויסגעבן קיין שום פריוואטע אינפא...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:26 pm
דורך ווינקל
איי איז דאס ביזנעס טאלק...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:55 pm
דורך יהושע

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:01 pm
דורך קארן
האסט שוין אמאל געהערט פון די סטעיטמענט ער האט גערעדט און גערעדט און גערעדט און גארנישט געזאגט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:50 am
דורך יהושע
גוט געזאגט, אזוי מאכט מען היינט געלט, מיט די אויג פארכאפענדע בילדער, און די זייפן בלאזענדע דרשות, מ''כאפט די מענטשהייט ביי אירע שוואכקייטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:56 pm
דורך אוזן שומעת
דאס ווערט אנגערופן מאלטי-לעוועל מארקעטינג, יעדע שטיק צייט קומט אויף עפעס א שלמה המלך און בארויבט דעם ציבור פאר 15 מינוט אין ווערט דערנאך נעלם אין וואסער אריין,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:58 pm
דורך קארן
האסט גוט געזאגט אזוי גייען "זיי"מאכן די געלט דורך אריינכאפן מענטשן און זאק אריין, אבער דו דארפסט נישט זיין פון די מענטשן


"אין חכם כבעל הנסיון"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:05 pm
דורך משזר
אוזן שומעת האט געשריבן:דאס ווערט אנגערופן מאלטי-לעוועל מארקעטינג, יעדע שטיק צייט קומט אויף עפעס א שלמה המלך און בארויבט דעם ציבור פאר 15 מינוט אין ווערט דערנאך נעלם אין וואסער אריין,


ווער געדענקט נאך ambit energy ?