ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
דינסטאג אפריל 24, 2007 4:18 pm
כ'זוך צו בארגן בערך 100 אלפים, איינער האט עקספיריענס מיט ביזנעס לאון וכדו'? ביטע ארויסהעלפן.
Advertisement
דאנערשטאג אפריל 26, 2007 1:27 pm
if you have a corporatoin we what open already 2 years with a listed number
you should not have a majer problem
p,s,i am not a mortgage broker but it shoudent be a problem.
דאנערשטאג אפריל 26, 2007 4:06 pm
וואס מיינט א ליסטעד נאמבער?
דאנערשטאג אפריל 26, 2007 4:07 pm
א טעלעפאן נומער וואס ווערט אויסגערעכנט אין איינע פון די לאקאלע טעלעפאן ביכער. אזוי מיין איך.
פרייטאג אפריל 27, 2007 10:22 am
Thats right
זונטאג פבואר 03, 2008 1:39 am
אין אן א ליסטעד נאמבער, איז אויך שייך צו באקימען א ביזנעס לאון?
זונטאג פבואר 03, 2008 1:03 pm
מ'קען באקומען א ביזנעס לאון איינמאל די קארפארעישאן איז שוין אלט 2 יאר. אדער קען מען גיין צו בראוקערס וואס טוען דאס פאר געלט, זיי קענען ערלעדיגן אין אנדערע מצבים אויך, וד"ל.
כ'ווייס נישט פון אזא זאך אז ס'זאל זיך אויספעלן א ליסטעד נאמבער.
מאנטאג פבואר 04, 2008 1:20 am
אין אויב די קארפארעישאן איז שוין טאקע אלט אפאר יאהר, נאר מ'האט נישט געפיילט קיינמאל, אין ס'איז נישט געווען קיין עקטיוויטי, איז אויך שיין ארויסצינעמען א לאון?
מאנטאג פבואר 04, 2008 1:20 am
אין וויאזוי גייט די פראצעדור אן א ברויקער?
מאנטאג פבואר 04, 2008 11:58 am
לאמיר אביסל מסביר זיין וויזוי ביזנעס לאונס ארבייטן;
אזוי ווי יעדע אינוועסטער, זוכט דער באנק צו אינוועסטירן איבעראל וואו זיי קענען מאכן אפאר דאלער. זיי זוכן וואו זיי קענען בארגן געלט און ארויפלייגן רבית דערויף. אבער, זיי זענען נישט גרייט צו בארגן פאר יעדן שמויגער פון גאס, זיי ווילן דאך זיין פארזיכערט מיט די קרן אז זיי גייען דאס צוריקזעהן. דערפאר, ווילן זיי זיך איבערצייגן צו דער ביזנעס איז טאקע א נארמאלע ביזנעס, און צו דאס מאכט געלט אויף צוריקצוצאלן די הלואה.
יעדע באנק האט זיך זיינע רעגולאציעס ווען מ'קען שוין באקומען א ביזנעס לאון. למשל, ביי עיטש. עס. בי. סי., דארפסטו אויפווייזן דיינע טעקס רעטורן פון די לעצטע 2 יאר. חוץ טאמער האסטו א טשעקינג אקאונט ביי זיי פאר א יאר צייט, קען מען שוין נאך א יאר ארויסנעמען א ביזנעס לאון, און מ'דארף נישט ווייזן די טעקס רעטורן.
פארשטייט זיך, דער פראצעדור גייט דורך מענטשליכע קעפ, און זיי קוקן גוט אריין אינעם ביזנעס צו ס'איז טאקע דא געלט צו נישט, צו ס'איז דא אן עתיד צו מאכן געלט צו נישט, וכו' וכו'. אויב זיי האבן קשיות, קענען זיי בעטן נאך דאקומענטן און נאך באווייזונגען אז דער ביזנעס איז טאקע מצליח.
דאס איז אויף HSBC, אבער אלע בענק זענען לכאורה די זעלבע.
יעצט, ביי קליינע ביזנעסער, אדער נייע ביזנעסער (אונטער 10 יאר, בערך) האט דער באנק אלץ מורא צו ארויסגעבן אן הלואה, ווער זאגט אז דער ביזנעס גייט מאכן געלט איבער'ס יאר? אפשר איז נאר געווען א גוטע סיזאן? וכו' וכו'. ובכן, איז דא א פראגרעם פונעם גאווערמענט וואס איז אחראי אויפ'ן הלואה, און אויב ח"ו עפעס געשעהט אז מ'קען נישט באצאלן, דארף דער גאווערמענט באצאלן ביז א געוויסע סכום (דאכט זיך 70%) און דאס איבעריגער דארף דער לוה באצאלן. דער פראגרעם הייסט SBA (small business administration).
פארשטייט זיך, אז דער גאווערמענט וויל אויך זיין זיכער אז דער לוה וועט קענען באצאלן, דערפאר בעטן זיי פארשידענע דאקומענטן, ווי אויך האבן זיי עקסטערע רעגולאציעס. דער ערשטע איז אז דער קארפארעישאן מוז שוין זיין אפן פאר 2 יאר, און דערנאך איז דא פארשידענע אנדערע רעגולאציעס. ווי דערמאנט, אלעס גייט דורך מענטשליכע קעפ, וואס קוקן אריין אינעם ביזנעס צו פעסטשטעלן אז אלעס איז בסדר.
ובכן, איז אנגענומען אין רוב בענק, אז ווען מ'קומט עפלייען פאר א ביזנעס לאון, אפערט מען די SBA לאון, זיי אליינס קוקן דאס איבער, און דערנאך דער SBA, און ביידע דארפן באשטעטיגן די הלואה. איז אזוי, אויב איז דער ביזנעס טאקע א גוטע ביזנעס, און דאס גרייכט אלע זייער רעגולאציעס און זיי זענען צופרידן דערמיט, דארף נישט צו זיין קיין פראבלעם. אויב נישט.... איז דא אסאך ביזנעסער - ובתוכם אסאך היימישע אינגערלייט - וואס זעהען שוין..... אז דו זאלסט באקומען די הלואה, אבער פארשטייט זיך - מ'מוז זיי אראפגעבן א פראצענט פונעם הלואה. ס'הייסט, דאס ערשטע 4 ביז 10 טויזענט דאלער וואס דו ווערסט שולדיג פאר'ן באנק, גייט צו בראוקער אין טאש...
פארשטאנען?
מאנטאג פבואר 04, 2008 1:13 pm
איך גיי אריינהאקן, וויייל איך בין נתפעל פון דיינע ביזנעס קענטעניסן שוין צום וויפלטן מאל, און איך זע נישט קיין אשכול פאר הגהות, האמת אגיד איך פארשטיי דערצו אזוי ווי צו א זאטעל, בעניותי ווייס איך נאר אז מ'קויפט און מ'פארקויפט און אינדערמיט קומט אריין דער וצויתי את ברכתי, אז נישט קען איך אויך גארנישט טון, איך האב קיינמאל די זאכן נישט געלערנט, און דאך שטוין איך פון דיין ידיעה דערין, אפילו א עם הארץ זעט וואסערע גאונות דאס איז.
מאנטאג פבואר 04, 2008 1:24 pm
איך האב עס נאך קיינמאל נישט געטון אבער איך טריי צו העלפען.
1)איך מיין אז עס איז דא א גאווערמענט פראגראם וואס גיט לאו אינטרעסט לאונס פאר נייע ביזנעסער
2)אין די קאמיוניטי קאנעקשאנס אין מאנסי אדווערטייזט איינער אברהם אפטער אז ער גיט פערסענאל לאונס.
איך ווייס נישט קיין פרטים סאו על איך לאזען אנדערע געבען מער פרטים און ........ אויף ווייזען ווי איגנארענט איך בין ווען עס קומט צו די ביזנעס וועלט.
מאנטאג פבואר 04, 2008 9:37 pm
לחיים זייער גוט געזאגט. נאר איין זאך וואס איז גוט צו וויסן אז די לאון בראקערס זענען אי ליגעל אנדרעש ווי מאגערדש בראקערס. און די היימישע יונגעלייט וואס שטעלן צו לאנס. טוען עס געווענליך מיט דריידלעך. וואס קען בעקפייערן שפעטער.צב"ש סוף יאר ווען מ'פיילט די טעקסס וד"ל. ממילא איז ראטזאם צי טשעקן יעדער מיט זיין אקאנטענט.פאר מ'סיינט סיי וואספארא פאפיר.
דינסטאג פבואר 05, 2008 12:49 am
"לחיים" יישר כוח פאר די אינפארמאציע, ס'איז אמת'דיג שיין פין דיר, ס'דערקענסט זיך אז די פרייעסט זיך צו טיען א טובה פאר א איד. השי"ת זאל ביי דיר אריינברענגען די "ברכה".
אנדי פעטיט.
יישר כוח פאר דיינע אנשטרענגונגען, אבער ס'איז זייער שווער צו זיין קוואליפיצירט פאר א שטאטישע לאון, מיט נידריגע אינטערעסט ראטע'ס. ס'רוב היימישע ביזנעסער, וואס פעסן נישט זייערע קאמפליצירטע רעגילאציעס.
עמך איד.
דיין אינפארמאציע איז אויך אנעמבאר, אין אויספעלענד.
נאר ווי קען מען שאפן א היימישע אינגערמאן, וואס זיכט ארויסציהעלפן אין די ענינים?
דינסטאג פבואר 05, 2008 10:41 am
סאלאט, אמן פאר דיין ברכה'לע.
כ'וועל דיר בל"נ ענטפערן אין אישית איבער א יונגערמאן וואס טוט דאס.
מיטוואך פבואר 13, 2008 11:47 pm
לחיים
כ'ווארט נאך.
דאנערשטאג פבואר 14, 2008 11:11 am
שכח פאר'ן דערמאנונג, כ'האב דיר גענפערט אין אישית.
דאנערשטאג פבואר 14, 2008 12:55 pm
איך האב ממש הנאה געהאט צו ליינען די געוואלדיגע קענטעניסן פון לחיים, אזוי ווי כאלי בין איך גאר ווייניג באקאנט אין די ענינים, אבער דו ביסט מעכטיג לחיים ולברכה.
דאנערשטאג פבואר 14, 2008 2:06 pm
שכח פאר'ן שכח.
פרייטאג פבואר 15, 2008 3:01 am
ישר כוח לחיים, פאר ענטפרן אין אישית.
פרייטאג פבואר 29, 2008 3:23 am
אפאר שנויים
קודם.
ווי אלט די קארפארעישאן ברויך זיין, זיך צו קוואליפיצירן פאר א ביזנעס לאון, האט זיך יעדע באנק באזינדערע רעגולאציעס. ביז וויפיל איך בין אנגעקימען
(נישט קיין סאך) איז די שנעלסטע נאך א יאהר.
אין נאך.
די מענטשן וואס פארשטייען צו שטאטישע ביזנעס, קענען זיך יא קוואליפיצירן פאר א שטאטישער לאון.
נאר צו ס'שאדט פאר די ביזנעס, בנוגע וויאזוי אנדערע בענק קוקן דעראויף, דארף מען זיך קודם גיט נאך פרעגן.
מיטוואך אפריל 02, 2008 8:13 am
איך ווייס פון עמיצן וואס טוט עס אויפן ריכטיגן אופן אבער פארשטייט גוט וואס ער טוט. טראסקעט מיר אריבער א בריוועלע אין אישית.
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 12:40 am
6 הקפה
די רעדסט פון א שטאטישע לאוען?
פרייטאג אפריל 04, 2008 12:18 am
לעצטעריגע נייעס איבער די דאזיגע ענין.
די פאראייניגטע אידישע ארגאניזעישאנס UJO האט געעפנט א נייע ארגאניזעישאן מיטן נאמען "פותח". וואס העלפט פאר נייע ביזנעסער "קלעסעס "אדווייזן אין לאונס" ביז $25000.00 מיט 0 APR .
זיי האבן אויפגענימען א נייע מענטש פאר דעם אליינס, דאס צו אינפארסן.
אויב ווייסט איינער מער אינפארמאציע, ביטע איינמעלדן דעם ציבור.
דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 3:42 pm
אנדי פרייועעט לאונס איז זייער זייער זייער טייער אין געווענטליך איז עס נאר שארט טערם פלאס געווענטליך מיז מען האבען קערקע