בלאט 2 פון 7

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 3:11 pm
דורך מאנ-יימער
AllAboutAccess האט געשריבן:גלייך נאכן אפלייען האבן זיי דיר קודם אפגעווארפן, און ביים שיקן די סיבה האבן זיי דיר געגעבן די מעגליכקייט צוריקצודרייען דורכ'ן טעקס ריטורן (אויב אזוי האב איך נאך אפשר א טשענס), אדער זיי האבן דיר נישט געענטפערט אויף די מינוט, נאר קודם געווארט אויפן טעקס ריטורן?


כ'געדענק שוין נישט

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 1:50 am
דורך בשבילי נברא
עצה טובה פאר מ'לאזט זיך ארויס אויפן מארק צו אפלייען פאר א נייע קארטל, זאל מען זיך אויפסיינען אויף איינע פון די פילע סובסקריפשענ'ס צו קענען זעהן די אייגענע קרעדיט ריפארט און קרעדיט סקאור.

איין ביישפיל איז Identity Guard 30 Day Free Trial
(אבער מ'דארף געדענקן צו קענסעלן פאר עס הייבט אן צו קאסטן געלט, און אויך זיכער מאכן אז עס איז א Legit סייט)

ביודעי ובמכירי קאמינא!
פילע מענטשעןן מיט די השערה אז זייער ריפארט גלאנצט הערליך שיין זענען שוין געווארן סורפרייזד, וויי אפילו איין קלייניגקייט קען אראפשלעפן דעם גאנצן ריפארט.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 2:41 am
דורך בשבילי נברא
AllAboutAccess האט געשריבן:אזאנס אויפצופראסקען, איך האב א גוטע קרעדיט סקאור (740-780), מאך א געהעריגע פולע וועידזש אויף די ביכער, האב שוין א טשעקינג און סעיווינגס אקאונט פאר באלד 4 יאר, איך בין שוין דזשוינט אויף א צווייטענס עמעקס קארטל איבער א יאר, יענעם'ס אקאונט איז שוין אפען איבער 5 יאר אין גוד סטענדינג מיט א קרעדיט לימיט פון איבער 10 אלפים, פעימענטס וואז נעווער לעיט... וכו' אן קיין שום פראבלעם לכאורה.

ואני בחלומי האבעך געקלערט שוין צייט צו בויען דאס אייגנס, האב איך אפפלייעד בתמימותי פאר א עמעקס בלו קעש עוורידעי (נישט קיין ספעציעלע טייערע קארטל), און... אזוי נישט מיר נישט דיר, גייט נישט דורך קיין 60 סעקונדן און זיי האבן מיר צירוקגעשליידערט דעם אפפליקעישן אין פנים, 'סארי, ווי קעננאט עפראוו יאר אפליקעישן עט דיס טיים'...
קען מיר איינער אפשר געבן א שטיקל הסבר דערויף בשל מי הרעה הזאת? וואס האבעך געקענט חוטא זיין אז זיי זאלן מיר נישט וועלן אקסעפטן? (זייער הסבר דארף אנצוקומען ביז 10 טאג, אבער ביזן קרעטשמע...)
און צווייטענס, לוינט זיך אפשר תיכף צו פרובירן ביי א צווייטן אזוי ווי טשעיס, סיטיבאנק וכדו' וועלכע זענען אפשר גרינגער מיטן אפראוון, אדער מיינט דאס אז איך דארף צווארטן אביסל?
און אויב יא יעצט, וועלכע קארטל וואלט געווען די בעסטע צו פרובירן מיין מזל?
יישר כחכם פון פראנאויס.


קוק דא א טעל. נומער ווי מ'קען פרובירן אז זיי זאלן מהפך זיין למדת הרחמים און דיך יא אפראווען.

Chase איז אין דעם הינזיכט ממש געוואלדיג, זיי וועלן דיר כמעט אלעמאל נאכגעבן און יא אפראווען אפילו נאכן ווערן צוריקגעוויזן (דיקליינט בלע"ז).
איך אליין האב עס שוין געהאט אויף עטליכע פון מיינע קארטלעך אז זיי האבן מיר צוליב געטוהן און יא געשיקט דעם נייעם קארטל נאכן ווערן דיקליינט לכתחילה.

ביי "אמעריקען עקספרעס" איז אויך שייך דורצוכשטופן א אפראוועל. אבער זיי קענען דיר בעטן קראנטע באווייזן, צום ביישפיל בענק סטעיטמענטס, און\אדער אויסצופילן א 4506 Form ווי דו גיבסט רשות פאר זיי צו פָֹוּלן דיין טעקס ריטורן פיילונג פון די IRS, וכדו'. (זיי זוכן בעיקר עשירים כידוע).
אגב, ס'קען זיי אנפאקן עס צו פארלאנגן פון א לאנגיעריגע קאסטומער אויך פון איין מינוט צום צווייטן.

ביי Citi קען מן עפי"ר קלאפן בארן, איינמאל זיי האבן דיך דענייעד איז נישטא צו וועם צו רעדן.
וויפיל מאל כ'האב נאר פרובירט אויף פארשידענע אופנים איז עס נישט געגאנגען.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 9:55 am
דורך AllAboutAccess
בשבילי, ש'כוח פאר די אינפארמאציע.
גראדע האב איך געטשעקט מיין קרעדיט ריפארט און סקאור פארדעם ביי פרייוועסי גארד, ס'קאסט 1 דאללער פאר די ערשטע 30 טעג, זיי האבן זייער גוטע טולס אויסצורעכענען יעדע סארט שריט וואס דו נעמסט (באצאלן צייטליך, שפעט, אפלייען פאר לאון/מארטגעדזש, ריפיינענס וכדו'), מיט וויפיל ס'וועט העכערן אדער נידערן דיין סקאור (ביי יעדע פון די 3 קרעדיט ביורא'ס אפעקט עס אביסל אנדערש).
אויף מיין ריפארט איז גארנישט געווען נעגאטיוו, אויסער דאס אז... די לעצטע מאל וואס איך האב געעפענט א קרעדיט אקאונט איז געווען 5 יאר צירוק, אבער צווישן די פאזיטיווע פאקטארן רעכענען זיי אויס דעס אז איך האב שוין מער ווי 12 חדשים נישט אפפלייעד פאר א פרישע קארטל, איז מה נפשך, זאל איך יא עפענען אדער נישט עפענען??? סארא היפאקראטיע...
גראדע דערמאנען זיי נישט קיין ווארט איבער מיין עמפלאימענט, כאטש וואס איך ארבעט שוין איבער א יאר אויף א שיינע וועידזש ב"ה.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 1:46 pm
דורך Rabeiny
אזוי איינער האט דערמאנט chase וועל איך זאגן sapphire הייסט גאר א גוטע קארטעל זיי וועלן געווענדליך נישט אפרווען א נייע קאסטומער, freedom קען יא גיי, אבער די בעסטע האלט איך וואלט געווען british airways דורך chase דורטן גייט עס מער וויניגער דורך

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 1:48 pm
דורך דעת זקנים
Rabeiny האט געשריבן:אזוי איינער האט דערמאנט chase וועל איך זאגן sapphire הייסט גאר א גוטע קארטעל זיי וועלן געווענדליך נישט אפרווען א נייע קאסטומער, freedom קען יא גיי, אבער די בעסטע האלט איך וואלט געווען british airways דורך chase דורטן גייט עס מער וויניגער דורך

דו רעדסט פון די פשוטע Sapphire אדער פון Sapphire Prefered? (ס'דא א שטארקע חילוקים צווישן די צוויי).
און בכלל וואס זענען די בענעפיטס פון בריטיש?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 2:48 pm
דורך Rabeiny
לאו דווקא בריטיש אזוי אויך (united (continental ווי לאנג עס האט אויך מיט א דרויסענדיגע איז גרינגער, איינמאל מיט האט א קארטעל דעמאלטס קען מען applyen פאר א געהעריגע און אויב מען ווערט נישט approved קען מען זיי בעטען אריבער צי transferren א חלק פון די קרעדיט ליין און אזוי האט מען א געהעריגע קארטעל

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 12:42 pm
דורך שמן זית
ווי באקאנט אז די "פוינטס לוקחים" קענען געבן 1.5 פאר א טשעיס פרידאם פוינט, אדער פאר עמעקס פוינט,
אבער פאר "קעפיטאל וואן" נאו העסעל ריווראדס און "סיטי טענק יו" און "דיסקאווער" קענען זיי נישט געבן מער ווי די קק קאמפעני גיט

האט א איינער א אנונג ווער עס קויפט יא אפ איינע פון די פאלגענדע פאר מער ווי די קק קאמפאני גיט?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 2:14 pm
דורך geek
נעכטיגע לוח הציבור
chase saphire 1.725
AA 1.55
Amex 1.55
Delta 1.3
united 1.6

347-374-0561

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 4:56 pm
דורך דעת זקנים
געבויט אויף די אינפארמאציע און דיסקוסיע פון די חברים דא, האב איך געלאזט אמעריקן עקספרעס פאר א צווייטע געלעגענהייט, און גלייך געגאנגן צו טשעיס פרידאם, אבל דא עקא, אז זיי האבן מיך למעשה נישט אנגענומען, אנגעבענדיג 2 סיבות, איינס, איך האב נאר איין ריוואלווינג אקאונט (דזשוינט מיט איינעם), צווייטענס, אז די לעצטע צוויי יאר נישט געעפנט קיין פרישע אקאונט. גיי ווייס וואס איז שלעכט דערמיט אז איך האב נישט געעפנט לעצטנס א פרישע אקאונט, מוז איך דען יעדע יאר עפענען א פרישע קארטל??? והוא פלא.

אבער גלייכצייטיג, צוזאמען מיט די דיקליינונג צעטל האבן זיי געהאט די חוצפה מיטצושיקן אן אפפער פאר א טשעיס יונייטעד קארטל וואו זיי אפפערן 55 טויזענט באנוס פוינטס נאר פארן עפענען, וואס לויט ווי geek ברענגט אראפ דארף עס צו זיין גאנץ גוטע פוינטס, איז מיין שאלה פארוואס זאלן זיי מיך דארט יא אפראוון, אפשר ווי רבינו זאגט אז מיט דרויסענדער גייט עס גרינגער?
זאל איך בכלל טרייען אדער ענדערש ווארטן אפאר חדשים?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 5:17 pm
דורך און וואס נישט
פרוביר צו עפענען א אקאונט ביי זיי, און עפליי נאכאמאל, אולי וועט עס אריבער גיין, קען זיין אז ר׳ מאיר בעל הנס וויל אויך לייזען דערפון!!!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 11:34 am
דורך Rabeiny
דעת זקנים האט געשריבן:געבויט אויף די אינפארמאציע און דיסקוסיע פון די חברים דא, האב איך געלאזט אמעריקן עקספרעס פאר א צווייטע געלעגענהייט, און גלייך געגאנגן צו טשעיס פרידאם, אבל דא עקא, אז זיי האבן מיך למעשה נישט אנגענומען, אנגעבענדיג 2 סיבות, איינס, איך האב נאר איין ריוואלווינג אקאונט (דזשוינט מיט איינעם), צווייטענס, אז די לעצטע צוויי יאר נישט געעפנט קיין פרישע אקאונט. גיי ווייס וואס איז שלעכט דערמיט אז איך האב נישט געעפנט לעצטנס א פרישע אקאונט, מוז איך דען יעדע יאר עפענען א פרישע קארטל??? והוא פלא.

אבער גלייכצייטיג, צוזאמען מיט די דיקליינונג צעטל האבן זיי געהאט די חוצפה מיטצושיקן אן אפפער פאר א טשעיס יונייטעד קארטל וואו זיי אפפערן 55 טויזענט באנוס פוינטס נאר פארן עפענען, וואס לויט ווי geek ברענגט אראפ דארף עס צו זיין גאנץ גוטע פוינטס, איז מיין שאלה פארוואס זאלן זיי מיך דארט יא אפראוון, אפשר ווי רבינו זאגט אז מיט דרויסענדער גייט עס גרינגער?
זאל איך בכלל טרייען אדער ענדערש ווארטן אפאר חדשים?

אזוי ווי איך האב שוין געשריבען אז א third party קארטעל אזוי ווי יונייטעד וועלן זיי שנעלער אפראוון.

לאז אונז וויסען וואס עס איז געווארן

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 1:26 pm
דורך leiby
גוטע ניייעס!
Come Attend A DansDeals Seminar!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 3:12 pm
דורך יוסף שרייבער
דעת זקנים האט געשריבן:געבויט אויף די אינפארמאציע און דיסקוסיע פון די חברים דא, האב איך געלאזט אמעריקן עקספרעס פאר א צווייטע געלעגענהייט, און גלייך געגאנגן צו טשעיס פרידאם, אבל דא עקא, אז זיי האבן מיך למעשה נישט אנגענומען, אנגעבענדיג 2 סיבות, איינס, איך האב נאר איין ריוואלווינג אקאונט (דזשוינט מיט איינעם), צווייטענס, אז די לעצטע צוויי יאר נישט געעפנט קיין פרישע אקאונט. גיי ווייס וואס איז שלעכט דערמיט אז איך האב נישט געעפנט לעצטנס א פרישע אקאונט, מוז איך דען יעדע יאר עפענען א פרישע קארטל??? והוא פלא.

אבער גלייכצייטיג, צוזאמען מיט די דיקליינונג צעטל האבן זיי געהאט די חוצפה מיטצושיקן אן אפפער פאר א טשעיס יונייטעד קארטל וואו זיי אפפערן 55 טויזענט באנוס פוינטס נאר פארן עפענען, וואס לויט ווי geek ברענגט אראפ דארף עס צו זיין גאנץ גוטע פוינטס, איז מיין שאלה פארוואס זאלן זיי מיך דארט יא אפראוון, אפשר ווי רבינו זאגט אז מיט דרויסענדער גייט עס גרינגער?
זאל איך בכלל טרייען אדער ענדערש ווארטן אפאר חדשים?

נעם אפאר הונדערט טאלער לייג עס איין ביי טשעיס פאר א 'סעקיורד קארד' אולי עט עס דיר קאסטען אפאר טאלער א עניואל פי אבער וועסט דיך בויען די אייגענע קרעדיט און גאנץ שנעל וועסטו באקומען אפערס פאר נארמאלע קק.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:46 pm
דורך skunk
איינער ווייסט ווער עס קויפט אפ HSBC אדער FIRST NIAGARA קרעדיט קארדס POINTS איך האב בערך 200,000
יישר כח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:23 pm
דורך leiby
טריי Dansdeals

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:18 pm
דורך מידער
טא וואס בלייבט, וועלכע ק"ק איז א גוטע אין פשוט'ע קעש בעק?
וועלכע איז גוט אין פוינט'ס/מיילן צו קענען קעשן צום ענדע?
און וועלכע איז גוט אויב מען וויל דאס טאקע נוצן צו פליען/האטעלן?

אגב, פון דיסקאווער קעש-בעק זאלט איר ווייט שטיין, זיי פראקלאמירן אז זיי געבן א צענט פאר א דאלאר, אבער געבן געבן זיי חלומות, בשעת דער געשפעטסמאן דארף אריינצאלן די הויזן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:01 pm
דורך שמן זית
איך קען געהעריג ארויסנעמען קעש ריווארדס פון דיסקאווער, אקוראט ווי זיי זאגןץ די ערשטע 3000 דאלער געבן זיי נאר א פערטל סענט פאר א דאלער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:11 pm
דורך מידער
אה, דאס מאכט שוין סענס.

איז דא מיט וואס זיי זענען בעסער פון סיי וועלכע אנדערע איין פראצענט קעש-בעק ק"ק וועלכע געבן גלייך די גאנצע איין פראצענט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:58 pm
דורך שמן זית
ווער זאגט זיי זענען בעסער? זיי זענען ערגערת ווייל טשעיס און אמעריקען עקספרעס פוינטס ווערן אפגעקויפט פאר מינימום 1.5 מאקסימום 1.8, און דיסקאווער קויפט קיינער נישט אפ

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 3:16 pm
דורך דעת זקנים
וויפיל איך האב מיך אינטערעסירט אנליין און אין די היימישע אויסגאבעס זעה איך אז נאך אמעריקען עקספרעס צאלט מען די בעסטע פאר טשעיס (AA, United, Sapphire א.א.וו.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:21 am
דורך גוגל
SAPPHIRE 1.75
UNITED 1.6
AMEX 1.5
follow advertisements and you will see all this prices

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:46 pm
דורך מאנ-יימער
איך האב אמעריקאן עקספרעס פוינטס צו פארקויפן, איך זוך א נומבער פון איינעם וואס קויפט אפ פוינטס

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2012 2:50 pm
דורך אויפריכטיג
איך האב אסאך פאוינטס ביי טשעיס, און אזוי ווי איך גרייט זיך צו פארן וואקאציע, וואלט איך געוואלט וויסן וויאזוי מען קויפט מיט די פוינטס און וואס עס לוינט זיך צו קויפן און וואס נישט, ווייל אמאל האב איך געהערט אז נישט אלעס לוינט זיך צו קויפן פאר פוינטס.

ווער עס האט עקספיריענס אין דעם פעלד זאל ביטע ארויסהעלפן.

א דאנק.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 13, 2012 5:56 pm
דורך geek
געקויפט אן איין סענטיגע סטעפט מיט קרעדיט קארד