בלאט 1 פון 1

טשעיס האט מיר בטעות געגעבן געלט

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 9:31 am
דורך שמן זית
איך האב די פארגאנגענע מאנטאג געמאכט א ATM דעפאזיט, פון 2 טשעקס:

1)350$
2)445.02$

ס"ה 750.02

למעשה ווען איך האב עס אריין געלייגט אין די מאשין האט עס געוויסן אז די טאטעל איז 350.02 איך האב מיר זייער געוואונדערט, אבער אזויווי כ'האב מיר געיאגט האט איך געמאכט ACCEPT DEPOSIT און געווארט אויפן רעסיט, ווען די רעסיט איז ארויס געקומען האב איך געזעהן דעם טעות אז די צווייטע טשעק פון 445.02 האט די מאשין נישט געזעהן די ערשטע 4, סא ער האט עס אנגענומען אלץ 45.02 דאס מיינט אז איך האב אין מיין באנק אקאונט מיט 400 דאלער ווייניגער ווי כ'האב עכט אריין געלייגט,
סא כ'האב אריין געקאלט טשעיס און פארציילט דעם טעות, זיי האבן מיר געפרעגט די ATM נומער און געזאגט אז ביז 4 שעה וועט עס זיין ארלעדיגט,
א 2 שעה שפעטער האב איך געזעהן אין מיין אקאונט א קרעדיט מיט די גאנצע טשעק עמאונט 445.02, קומט אויס אז חוץ די 445.02 פונעם טשעק האב איך שוין געהאט באקומען פון פארדעם 45.02, דאס מיינט א כ'האב יעצט אין מיין אקאונט מיט 45.02 מער ווי כ'האב אריין געלייגט, כ'האב דעמאלט געטראכט אז ביז א טאג צוויי וועלן זיי עס צוריק ארויסנעמען למעשה ליגט עס נאך אלץ אין מיין אקאונט,

האב איך באשלאסן איך ווארט נאך ביז מאנטאג ווייל אפשר אין די וויק ענד וועלן זיי זיך אויסקלארן, אויב ביז מאנטאג וועלן זיי עס נישט ארויסנעמען איז הוברר הדבר למפרע אז טשעיס קען אויך מאכן א מיסטעיק, דען הגם ע"פ איז טעות עכו"ם מותר, גיי איך אבער אי"ה זיי יא אויפמערקזאם מאכן די מיסטעיק מכח ק"ו מה דאך מדה רעה איז חילול השם אזוי הארב אז נאר יום המיתה איז מכפר כ"ש מדה טובה וואס איז מרובה פון מדת פורעניות 500 מאל איז די קידוש השם סאך שטערקער

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 9:33 am
דורך שמעק_טאביק
אודאי אזוי, בפרט פאר 45 דאלער לוינט זיך זיכער צו מאכן א קידוש ה'......... ווען עס זאל זיין 5 אלפים וואלט דער נסיון געווען שווערער...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 10:08 am
דורך פאטאקי08
דאנט ווארי זיי וועלן גאנץ שנעל באמערקן די מיסטעיק און אראפציפן פון דיין אקאונט די געלט

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 10:22 am
דורך שמערי בערי
פאטאקי, נישט אזוי זיכער. ביי עי טי עם פראבלעמען קענען זיי אמאל מאכן מעכטיגע מיסטעיקס און עס לאזן לויפן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 10:25 am
דורך moshele11211
מיין חבר האט געהאט בערך אזא מעשה, איינער האט אריינגעלייגט זיינס א טשעק למשל 900 אבער זיי האבן נישט ארויסגענומען די גאנצע אמאונט נאר 850 ווייל זיי האבן עס נישט גוט אויסגעלייענט און א חודש צוויי שפעטער פאר זיי האבן צוגעשפארט זיין אקאונט האבן זיי אראפגענומען יענע געלט.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 10:31 am
דורך פאטאקי08
שמערי בערי האט געשריבן:פאטאקי, נישט אזוי זיכער. ביי עי טי עם פראבלעמען קענען זיי אמאל מאכן מעכטיגע מיסטעיקס און עס לאזן לויפן.

נאכן ריקאנסיילן זעהן זיי יעדע מיסטעיק
כבר היה ביי מיר וואס זיין האבן זיך דערמאנט נאך א חודש נאך א מזל סאיז געווען גענוג געלט אין אקאונט זיי זאלן קענען נעמען

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 10:40 am
דורך ווינקל
יש ויש, אמאל מערקן זיי און אמאל נישט. נכון להודיעם משום קידוש שמו יתברך כנלענ"ה. (הרגשי..)

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 10:41 am
דורך leiby
ווינקל האט געשריבן:יש ויש, אמאל מערקן זיי און אמאל נישט. נכון להודיעם משום קידוש שמו יתברך כנלענ"ה. (הרגשי..)

זיי דארפן נאר וויסן אז ס'איז א איד..

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 10:43 am
דורך ווינקל
נו ודאי, אריינגיין אין די לאקאלע ברענטש מיטן גרויסן געלן טלית קטן הענגנדיג אינדערויסן וכו'.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 12:11 pm
דורך קרעמער
שמן זית האט געשריבן:איך האב די פארגאנגענע מאנטאג געמאכט א ATM דעפאזיט, פון 2 טשעקס:

1)350$
2)445.02$

ס"ה 750.02


מיין רעכן מאשין זאגט מיר אז עפעס שטימט נישט דא, לויט אים וואלט די סך הכל געווען 795.02

דו האסט מסתמא געוואלט שרייבן ביי די ערשטע טשעק 305. אמת?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 12:15 pm
דורך לעמעלע
קרעמער האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן:איך האב די פארגאנגענע מאנטאג געמאכט א ATM דעפאזיט, פון 2 טשעקס:

1)350$
2)445.02$

ס"ה 750.02


מיין רעכן מאשין זאגט מיר אז עפעס שטימט נישט דא, לויט אים וואלט די סך הכל געווען 795.02

די חילוק פון 750.02 צו 795.02 איז טאקע פונקט 45.02.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 12:23 pm
דורך קרעמער
לעמעלע האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן:איך האב די פארגאנגענע מאנטאג געמאכט א ATM דעפאזיט, פון 2 טשעקס:

1)350$
2)445.02$

ס"ה 750.02


מיין רעכן מאשין זאגט מיר אז עפעס שטימט נישט דא, לויט אים וואלט די סך הכל געווען 795.02

די חילוק פון 750.02 צו 795.02 איז טאקע פונקט 45.02.

נאופס. רעכן איבער.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 12:24 pm
דורך שמן זית
די טשעק איז געווען 305

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 1:00 pm
דורך אידיש.טייפינג
זיי ועלן אראפרעכענען געלט פונעם בעל השטעק.

איך האב עס געהאט עטליכע מאל אז דער מאשין האט געליינט דעם טשעק אלס א גרעסערע סומע ווי ארגינעל, ווייל אויב אזי עס נישט 100 פראצענט קלאר די פרינט, קען דער דומם מאכן א טעות.

איך האב זיי אריינגעשריבן דורך מיין אי-מעיל אקאונט און זיי האבן עס געפיקסט.

די אנק וועט קיינמאל נישט דערלייגן, ווייל זיי רעכענען עס אפ פונעם אקאונט פון וואו דער טשעק קומט, איי עס איז נישט די ריכטיגע סומע? וועלן זיי אים שיקן צום דעפאזיטער.

פארעפענטליכט: שבת מאי 05, 2012 10:54 pm
דורך i follow
פאר מיין טאטע האט די באנק טעלער אמאל געמאכט א טעות זי האט צוגעלייגט א איבעריגען 0 זי האט געמאכט זיבען טויזנט אנשטאט זיבען הונדערט ער האט עס באמערקט נאך וואס ער איז אנגעקימען אהיים און איז צוריק געגאנען די נעקסטע טאג

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 06, 2012 12:08 pm
דורך האלץ האקער
איך האב געהאט ביי טשעיס אז זיי האבן נאך 5 וואכן צוריק גענימען זייער געלט נאכן מאכן בערך אזא טעות

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 06, 2012 6:34 pm
דורך שמערי בערי
איך האב צוויי מאל געהאט ביי טשעיס אז א דעפאזיט אין עי טי עם איז סטאק געבליבן און דאס געלט איז נישט ערשינען אין מיין אקאונט, זיי האבן מיר צוגעזאגט אז זיי גייען עס טרעפן ביים אויסליידיגן דעם מאשין און מיר עס צוריק געגעבן, כ'האב געפיילט א קלעים און כ'ווארט נאך יעצט אויף ס'געלט. (אין איין פאל האבן זיי מיר געגעבן טעמפארערי 500 דאלער, אבער ביי דעם איז עס געבליבן)

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 12:54 pm
דורך שנאפס
וואס איז געבליבן? זיי האבן שוין צוריקגענומען דאס געלט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 7:46 pm
דורך מטל
כהאב באקומען פון א בעלענס טרענספער בטעות 2 מאל די געלט צו מיין אקאנט
וואס זענען די טשענסעס סזאל בלייבן ביי מיר?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 2:47 am
דורך גוגל
0% סאאנער אר לעיטער גייען זיי עס ארויסנעמען