בלאט 1 פון 1

any advice? איך בין געווארן אפגעריפט דורך א טראקער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 1:48 pm
דורך bailout
אויב איינער האט עקספיריענס מיט אזאנס ביטע העלפט מיר.

איך האב געעפנט אן אקאונט מיט א נאציאנאלע קעריער, איך האב באקומען א קוואט פאר 110 פאר א געוויסע שיפמענט, למעשה אויף די ביל האבן זיי געטשארדזשט 450, מיט א גאנצע ליסט מיט תירוצים.

וואס זענען מיינע אפשענס? לאזן הענגן? קען עס מעגליך מאכן צרות שפעטער. סטראשען אז זיי וועלן פארלירן מיין ביזנעס מיט זיי. וועט אפשר ארבעטן.

צו איז דא א פלאץ ווי מען קען ריפארטן אזוינע געשעענישן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 1:58 pm
דורך לכתחילה אריבער
אויב זענען זיי א מעמבער אין (Better Business Bureau) בי. בי. בי., דאן דארפסטו נאר דערמאנען דעם לחש, אוין זיי וועלן שפרינגען ביזן הימל! געווענדליך וועט שטיין אויף זייער וועבזייט, צו זיי זענען מעמבערס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 2:31 pm
דורך verveist
לפי ידעתי איז ב.ב.ב. א שטאט׳שע זאך אין האט נישט מיט קיין מעמבערשיפ צו טהון .
אין אװדאי דארפסט אויף הייבען א טעלפון טענה׳ען, אין אויב גייט נישט בעטען צו רעדען מיט איינעם העכער א.א.װ, ביז סטראשען אויף אן איידלען אויפן סיי מיט נישט געבען ביזנעס, סיי מיט רעפּארטען כנ״ל ועוד.
לגבאי אויב מען קען ליידען שפּעטער (אויסער מיט דער קאפּאני אליין) װענד זיך אסאך װאס זיי האבען פין דיר (# ס.ס. א.ד.ג) אין אויף װאספארע נאמען וכו׳
אויבען אויף זעה איך נישט צופיל קאנסאקװענסען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 2:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
verveist האט געשריבן:לפי ידעתי איז ב.ב.ב. א שטאט׳שע זאך אין האט נישט מיט קיין מעמבערשיפ צו טהון .
אין אװדאי דארפסט אויף הייבען א טעלפון טענה׳ען, אין אויב גייט נישט בעטען צו רעדען מיט איינעם העכער א.א.װ, ביז סטראשען אויף אן איידלען אויפן סיי מיט נישט געבען ביזנעס, סיי מיט רעפּארטען כנ״ל ועוד.
לגבאי אויב מען קען ליידען שפּעטער (אויסער מיט דער קאפּאני אליין) װענד זיך אסאך װאס זיי האבען פין דיר (# ס.ס. א.ד.ג) אין אויף װאספארע נאמען וכו׳
אויבען אויף זעה איך נישט צופיל קאנסאקװענסען

ב.ב.ב. איז נישט קיין שטאטישע זאך, דו רעדטסט פון "קאנסומער עפירס" (consumer affairs).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 2:57 pm
דורך ווינקל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:00 pm
דורך bailout
verveist האט געשריבן:אויבען אויף זעה איך נישט צופיל קאנסאקװענסען

פאר די קרעדיט סקאור פון מיין ביזנעס וכדו'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:47 pm
דורך זאל ער קומען
גם אני בחלומי אבער מיט א אידישע קאמפאני, איך האב ספעציעל געצאלט א עקסטערן טויזענטער, וואס איז געווען דאפעלט פון די געהעריגע פרייז, עס זאל אנקומען א געוויסע טאג 8:00 אינדערפרי, למעשה איז עס אנגעקומען 6:00 אויפדערנאכט, איך האב שוין פארשטייט זיך גארנישט געהאט דערפון, זאגט מיר די קאמפאני אז אין די ליין איז גארנישט פארזיכערט, און אפילו אזוי דארף מען באצאלן, און ווען מ'זאגט צו און מ'בעט אין באבנ'ס באבען אריין מיינט נאר אז מ'גייט פרובירן, א נייע מעשה איך שיק שוין יארן לאנג און אז מ'באקומט נישט צאלט מען נישט, איך האב געקאלט עטליכע קאמפאניס יעדער האט מיר געזאגט די זעלבע אז מ'באקומט נישט צאלט מען נישט, וויל איך דאך נישט שאדן מאכן פאר א איד, נא ליידט מען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 5:17 pm
דורך שנאפס
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אויב זענען זיי א מעמבער אין (Better Business Bureau) בי. בי. בי., דאן דארפסטו נאר דערמאנען דעם לחש, אוין זיי וועלן שפרינגען ביזן הימל! געווענדליך וועט שטיין אויף זייער וועבזייט, צו זיי זענען מעמבערס.


בבב איז היינט ווערט א זעץ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 5:20 pm
דורך לכתחילה אריבער
שנאפס האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אויב זענען זיי א מעמבער אין (Better Business Bureau) בי. בי. בי., דאן דארפסטו נאר דערמאנען דעם לחש, אוין זיי וועלן שפרינגען ביזן הימל! געווענדליך וועט שטיין אויף זייער וועבזייט, צו זיי זענען מעמבערס.


בבב איז היינט ווערט א זעץ

קען זיין, דאן בין איך צוריק געשטאנען.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 3:44 am
דורך verveist
bailout האט געשריבן:
verveist האט געשריבן:אויבען אויף זעה איך נישט צופיל קאנסאקװענסען

פאר די קרעדיט סקאור פון מיין ביזנעס וכדו'

עס איז מיר שװער צו ענטפער׳ען מיט אַ ברורות װייל איך בין נישט אין א ביזנעס, אבער אויב גלייכט מען עס צו צום פריװאטען לעבען, שאט אזעליכע זאכען קיינמאל נישט פאר די אייגענע קרעדיט. מען באקימט אסאך בריף פין די קאמפּאני, אין אסאך מאל אויך פין קאלעקשין עידשינסיס אין עס בלייבט ביי דעם . זיי זענען דאך נישט קיין קרעדיט קארד קאמפאני אדער באנק/מארגעדש װאס ריפארט דיין קרעדיט.
אויב זיי ריפען אין קלעימ׳ס געריכט האסטו די דאך מיט װאס זיך צו פארטיידיגען.
איז געװען א קאנטראקט? האבען זיי דיין אי עס ען # ?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 3:20 pm
דורך דער קוטשער
פון ווי נעמט איר אייער ברירות?
אז זיי ווילן קענען זיי עס באריכטן פאר די קרעדיט ביוראוס סיי פערסאנעל און סיי ביזנעס.

צו ס'קען שאטן? ווענט זיך וויזוי די גאנצע קרעדיט זעהט אויס, אזא קלייניקייט ווען אלעס איז גוט, דארף עס נישט זיין קיין גרויסע פראבלעם.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 06, 2012 8:15 am
דורך verveist
דער קוטשער האט געשריבן:פון ווי נעמט איר אייער ברירות?
אז זיי ווילן קענען זיי עס באריכטן פאר די קרעדיט ביוראוס סיי פערסאנעל און סיי ביזנעס.

צו ס'קען שאטן? ווענט זיך וויזוי די גאנצע קרעדיט זעהט אויס, אזא קלייניקייט ווען אלעס איז גוט, דארף עס נישט זיין קיין גרויסע פראבלעם.


ביטע לייענט איבער פּאמעלך (שטאטעלעך) מיין תגובה..

פּערסאנאל האביך (ליידער?) אסאך עקספּירענס. טאמער ״װייסט איר אנדערש פון למעשה, װאס איר האט פּרזענליך מיטגעהאלטען אדרבא טיילט עס מיט מיט אונז.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 06, 2012 1:58 pm
דורך leiby
מ'רעדט דא פן א געהעריגע קאמפעני?
פאר מ'שיקט עפעס זאגט מען פונקטליך אלעס, די וואג, צו מ'דארף א ליפט געיט א פעלעט דזשעק, טיר צו טיר סערוויס, דאס אלעס דארף מען זאגן פאראויס.
האבן זיי דיר געטשארדזשט מער? אדער האסטו נישט געוויסט אז מ'דארף דאס פאראויס וויסן.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 06, 2012 3:32 pm
דורך bailout
יא, א געהעריגע קאמפעני, כ'האב באקומען א קוואוט פאר 110, און אפגעשמועסט מיט די סעילסמען וואס ווען ווי, יעצט קומט א ביל פון 450!! מיט א ליסט מיט זאכן וואס איז געגאנגען ראנג, איינמאל האבן זיי נישט געמאכט קיין אפוינטמענט, איינמאל האבן זיי פארשטאנען אז ס'איז קאלעקט, א גאנצע ליסט. קיין טעלעפן קאל פון זיי האב איך קייינמאל נישט באקומען.