בלאט 3 פון 9
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 12:05 pm
דורך מידער
וואס שטעלן זיי צו פאר קומענדיגן קאלאנדער יאר? צוויי קווארטאלן פון גאז סטאנציעס (וויפיל קען איך שוין דען נוצן? מערסטנס $1,000 פון 3K), און אפשר אויך עפעס אינעם לעצטן קווארטאל פון עמעזאן און פון זייער 'סעלעקט' דעפארטמענט סטארס אויב זיי וועלן צושטעלן נארמאלע געשעפטן. דראג סטארס, סטארבאקס, רעסטוראנטס, טעאטערס, פארקס און קאהל'ס, נוץ איך נישט. (שטייצעך אויב די נייע אידישע פירערס וועלן פארלאנגען צו גיין אין טעאטערס כדי נישט צו בלייבן אזוי צוריקגעשטאנען, וועלן מיר דאס איבערטראכטן.)
זיי פלעגן האבן אסאך בעסערע קאטאגאריעס. דאס יאר האבן זיי געהאט גראסעריס, האטעל און עירלייןס, פאריאהר האבן זיי דאס אויך געהאט בנוסף 'אלע' דעפארטמענט סטארס, + טשעריטי.
שוין, וואס קעמען טון אז מיר זענען אין גלות.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 1:04 pm
דורך ווינקל
באקומען די אפפער ביי א עיטיעם מאשין בעת'ן מאכן דארט א טראנזאקציע.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 2:30 pm
דורך שנאפס
געהערט א אינטערעסאנטע זאך, געווענליך נעמט א צוויי טאג פון ווען מען דעפאזיט א טשעק ביז עס קליערט, אויב דארף מען אבער דאס געלט וויכטיג, דאן קען מען צולייגן א דאלער קעש צום דעפאזיט, און די קעש מוזן זיי גלייך קליערן, קליערן זיי דעם טשעק אויך גלייך
איך האב עס נעכטן פראבירט ביי באנק אוו אמעריקא און עס האט געארבעט! אבער מיין טשעק איז געווען נאר $600, איינער קען פרובירן מיט א $20,000 דאלערדיגע טשעק ביטע?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 2:31 pm
דורך שנאפס
און פארשטייט זיך אליינס, ביטע לאזן וויסן די רעזולטאטן...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 3:10 pm
דורך ווינקל
וואט-ען-איידיע!
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 3:15 pm
דורך שנאפס
נא ווינקל? מיט וויפיל געלט איזעס דורך?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 3:19 pm
דורך ווינקל
ווילסט מיר געבן 20 אלפים צו דעפאזיטן?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 3:27 pm
דורך שנאפס
דיין באבעס שכן איז גוט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:16 pm
דורך דער קוטשער
שנאפס, אייער פראגע איז ערענסט?
וואס איז אייער הנחה אז עס נעמט צוויי טאג אנעם דולר קעש?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:19 pm
דורך שנאפס
אוואדע ערנסט,
איך רעד געווענליך, ביי א געהעריגע באנק, ביי עפל וועט עס מיסטאם נעמען לענגער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:36 pm
דורך דער קוטשער
איך ווייס ביי א געווענליכע באנק (ווי איר רופט עס) נעמט עס נעקסט דעי, פארשטייט זיך אונטער נארמאלע אומשטענדן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:44 pm
דורך שנאפס
און אויב מען וויל דאס געלט גלייך? למשל ביז א שעה? קעש ווערט געקליערט אויפן פלאץ, און איך וויל וויסן אויב מען לייגט מיט א דאלער מיט א גרויסן סכום ארבעט עס אויך
אויב עס ארבעט, קען עס זיין א ישועה אויב מען באמערקט ח"ו אז א טשעק קען קראכן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 4:06 pm
דורך דער קוטשער
שנאפס האט געשריבן:און אויב מען וויל דאס געלט גלייך? למשל ביז א שעה? קעש ווערט געקליערט אויפן פלאץ, און איך וויל וויסן אויב מען לייגט מיט א דאלער מיט א גרויסן סכום ארבעט עס אויך
סא, איר האט פרובירט מיט א 600 דולר'דיגע טשעק, און די גאנצע סכום פון 600 איז געווען גוט על אתר, נאך אינמיט'ן טאג?
ווי איז דאס ביי בענק אף אמעריקא?
שנאפס האט געשריבן:אויב עס ארבעט, קען עס זיין א ישועה אויב מען באמערקט ח"ו אז א טשעק קען קראכן
ביי בענק אף אמעריקא קען א טשעק קראכן אינמיטן טאג?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 4:12 pm
דורך משזר
שנאפס פון דיין אוואטאר קוקט אויס אז די האסט גענוג געלט, נו שרייב א טשעק פון 20 אלפים אין פרוביר אויס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 5:46 pm
דורך שנאפס
דער קוטשער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:און אויב מען וויל דאס געלט גלייך? למשל ביז א שעה? קעש ווערט געקליערט אויפן פלאץ, און איך וויל וויסן אויב מען לייגט מיט א דאלער מיט א גרויסן סכום ארבעט עס אויך
סא, איר האט פרובירט מיט א 600 דולר'דיגע טשעק, און די גאנצע סכום פון 600 איז געווען גוט על אתר, נאך אינמיט'ן טאג?
ווי איז דאס ביי בענק אף אמעריקא?
איך האב געמאכט די דעפאזיט אום 12 ביינאכט ביים ATM, און פארמיטאג איז די געלט געווען אוועילעבעל
דער קוטשער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:אויב עס ארבעט, קען עס זיין א ישועה אויב מען באמערקט ח"ו אז א טשעק קען קראכן
ביי בענק אף אמעריקא קען א טשעק קראכן אינמיטן טאג?
ניין, צופרי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 7:14 pm
דורך דער קוטשער
גאר אינטערעסאנט, וואלט ווערט געווען א טריי אייאט.
די גאנצע 600, נישט נאר 200 וואס ווערט אלס גוט אויפ'ן פלאץ, זייער אינטערעסאנט, שכוח פאר די טיפ.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:27 am
דורך שנאפס
עס קען זיין אז וויבאלד איך האב געמאכט די פעימענט פאריגעס מאל פאר 12 ביינאכט, וועגן דעם איז עס געווען אוועילעבעל די נעקסטע טאג
למעשה היינט 10 אינדערפרי האב איך באצאלט א קק ביל, און צוגעלייגט אפאר דאלער קעש, און יעצט איזעס נאך אלס פענדינג
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:36 am
דורך משזר
וואס האטעך בכלל געמאכט קלערן אז די קעש וועט העלפן, אז סאיז איינמאל געלונגען איז נאכנישט מוכרח אז די קעש האטעס געמאכט?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:38 am
דורך שנאפס
ווייל אזוי האט מיר איינער געזאגט, איר מעגט איבערליינען די פריערדיגע תגובות
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:52 am
דורך שמן זית
קען מיר איינער מסביר זיין וויי אין די ווארלד
טשעיס טשעקס וואס כ'האב דעפאזיט ביי עמ ענד טי זענען נאכנישט עוועילעבל?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 4:16 pm
דורך דער קוטשער
שנאפס האט געשריבן:עס קען זיין אז וויבאלד איך האב געמאכט די פעימענט פאריגעס מאל פאר 12 ביינאכט, וועגן דעם איז עס געווען אוועילעבעל די נעקסטע טאג
למעשה היינט 10 אינדערפרי האב איך באצאלט א קק ביל, און צוגעלייגט אפאר דאלער קעש, און יעצט איזעס נאך אלס פענדינג
אויב אזוי וואלט נאך אלס געווען אינטערעסאנט אויב זיי האבן געטוישט זייער ATM קאט אף טיים פאר דיפאזעט'ס צו 12 באנאכט, ווייל איך מיין ס'איז געווען אכטע.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 4:18 pm
דורך ווינקל
שמן זית האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין וויי אין די ווארלד
טשעיס טשעקס וואס כ'האב דעפאזיט ביי עמ ענד טי זענען נאכנישט עוועילעבל?
ווען האסטו דיפאזיטעט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 5:44 pm
דורך שנאפס
קראכטס אלע:
די פעימענט איז דורך ב"ה, און די פאסטינג דעיט שטייט דעצעמבער 31, דאס איז נעכטן, ד"ה אז די פעימענט האט געקליערט אפילו היינט איז חגא
דאס מיינט אז אויב א גוי פארגעסט צו באצאלן זיין ק"ק ביל, און מען דערמאנט זיך די לעצטע טאג, קען מען עס געהעריג באצאלן מיט א טשעק (און פארשטייט זיך צולייגן א דאלער), און עס וועט שטיין אז עס איז באצאלט געווארן יענעם טאג
אויב א טשעק קען קראכן ח"ו קוקט נישט אויס אז דאס וועט ארבעטן, ווייל למעשה נעמט א טאג עס זאל אריינקומען אין די אקאונט
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2013 5:53 pm
דורך דער קוטשער
מ'קען דאך טאקע קראכן....
-
גאר אינטערעסאנט.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 9:14 am
דורך אויפריכטיג
איך האב נעכטן אריינגערופן צו טשעיס, און געוואלט צולייגן מיין ווייב אויף מיין קרעדיט קארד, זי איז ביז יעצט בלויז אן אויטארייזד יוזער און איך האב געוואלט זי זאל זיין א פארטנער וואס דאס העלפט אז די קרעדיט זאל זיך בויען. זאגן זיי מיר אז נאך א מזל איך רוף יעצט ווייל ביי ענד פעברוערי וועט מען דאס מער נישט קענען טאן.
איך בין נייגעריג צו דאס איז דוקא ביי טשעיס צי אלע קרעדיט קארדס אויך? אויב יא, דאן איז גרויסע צרות, ווייל וויאזוי הייבט מען אן בויען א קרעדיט אויב נישט אלס אדישינאל אויף א צווייטענס קארטל?