בלאט 2 פון 9

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:22 pm
דורך דער קוטשער
געווען אינמיטן טאג, איך האב אויך געטשעקט דא מיט א שכן צו מאכן זיכער אז ס'איז נישט נאר איך, נאך א 20 מינוט צו וואס איז אלעס געווען צוריק אקעי.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 9:58 am
דורך בחורהזעצער
ווייסט איינער וועלכע בענק אין וויליאמסבורגע אומגעגענט אפערען נאך פרי טשעקינג אן קיין מינומים אמאונט.

איך ווייס אז מען וועט גלייך ענטפערן עפל, אבער דאס ווייס איך אויך, איך פרעג צו איינער חוץ זיי טוען עס אויך?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 10:22 am
דורך געלעגער
ביי טשעיס אויב האט מען דירעקט דיפאזעט מיין איך קאסט אויך נישט די טשעקינג

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 10:51 am
דורך בן אחר בן
געלעגער האט געשריבן:ביי טשעיס אויב האט מען דירעקט דיפאזעט מיין איך קאסט אויך נישט די טשעקינג


אויב איז דא 5 דעביטס קאסט אויך נישט די טשעקינג

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 10:52 am
דורך היימישער איד
געלעגער האט געשריבן:ביי טשעיס אויב האט מען דירעקט דיפאזעט מיין איך קאסט אויך נישט די טשעקינג

ריכטיג. עס האט אבער נאך א תנאי אז ס'מיז זיין מער ווי 500 אויפאיינמאל כאטש איינמאל א חודש. דאס מיינט למשל א דירעקט דיפאזיט פון 100 דאלער 5 מאל אין א חודש איז נישט גוט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 10:56 am
דורך בחורהזעצער
יישר כח פאר יעדעם, אבער פון זייער סייט קוקט אויס אז דירעקט דעפאזיט העלפט נאר פאר סטודענט אקאונטס.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 10:57 am
דורך היימישער איד
בן אחר בן האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:ביי טשעיס אויב האט מען דירעקט דיפאזעט מיין איך קאסט אויך נישט די טשעקינג


אויב איז דא 5 דעביטס קאסט אויך נישט די טשעקינג

קען זיין נאר ביי געוויסע אקאנוטס ביי מיר שטייט אז ס'איז נאר דא ד' דרכים נישט צו ווערן גערעכנט. ואלו הם:
Chase.png


בחור: איך האב נישט קיין סטודענט אקאנוט און ס'העלפט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 11:34 am
דורך בחורהזעצער
איך בין שוין א געהאלפענער, זינט מומחה עצום האט אריינגעשיקט א פריוואטע הודעה, אז בענק אוו אמעריקע האט א אפער,אז אויב נעמט מען "איבענקינג" - דאס מיינט אז אלעס ווערט געטוהן עלעקטעראניש, סיי סטעיטמענטס, און סיי דעפאזיטס, דאן טשארזשען זיי נישט קיין מענטענעס פי.

טשעקס, קען מען נאך אלץ שרייבן, נאר אויב וויל מען זיך באנוצן מיט א טעלער (סיי אריין און סיי ארויס) דאן קאסט דאס געלט.

פאר מער קען מען ליינען https://www5.bankofamerica.com/military ... =ebanking#

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 12:21 pm
דורך לכאורה
how about HSBC?

איך האב אמאל געהאט ביי זיי אן אומזיסטע טשעקינג אקאונט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 12:36 pm
דורך בחורהזעצער
דאכט זיך אז זיי האבן פארשפארט זייער לאקאל נעבן וויליאמסבורג.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 1:18 pm
דורך שנאפס
זיי האבן געמופט צו בעדפארד און נארט פיר, נעבן דוען ריעד פארמאסי

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 3:51 pm
דורך דער קוטשער
היימישער איד האט געשריבן:
בן אחר בן האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:ביי טשעיס אויב האט מען דירעקט דיפאזעט מיין איך קאסט אויך נישט די טשעקינג


אויב איז דא 5 דעביטס קאסט אויך נישט די טשעקינג

קען זיין נאר ביי געוויסע אקאנוטס ביי מיר שטייט אז ס'איז נאר דא ד' דרכים נישט צו ווערן גערעכנט. ואלו הם:
Chase.png


בחור: איך האב נישט קיין סטודענט אקאנוט און ס'העלפט.


זיי האבן דאס אמאל געהאט, און האבן עס נאך ווייטער פאר ווער עס האט עס דעמאלט'ס געהאט, אבער נייע אקאונט'ס קענען עס שוין נישט האבן.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 4:06 pm
דורך משזר
דער קוטשער האט געשריבן:
זיי האבן דאס אמאל געהאט, און האבן עס נאך ווייטער פאר ווער עס האט עס דעמאלט'ס געהאט, אבער נייע אקאונט'ס קענען עס שוין נישט האבן.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 6:33 pm
דורך גוגל
טאמער קענסטו די מענעדזער קענסטו עם עס בעטען

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 10:57 pm
דורך גבריאל
בחורהזעצער האט געשריבן:ווייסט איינער וועלכע בענק אין וויליאמסבורגע אומגעגענט אפערען נאך פרי טשעקינג אן קיין מינומים אמאונט.

איך ווייס אז מען וועט גלייך ענטפערן עפל, אבער דאס ווייס איך אויך, איך פרעג צו איינער חוץ זיי טוען עס אויך?

לידיעתי קעפיטעל וואן, דיים, האבן פרי טשעקינג

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2012 7:51 pm
דורך שמן זית
כ'האב באקומען א בריוו פון "טשעיס" אז זיי גייען פארמאכן מיין טשעקינג און סעווינגס אקאונט,
חבל על דאבדין,
די מעלות פון טשעיס זענען ווי פאלגענד:
1) טשעקס קלערן איבער נאכט (טשעיס טשעקס על אתר)
2)טשעיס טו טשעיס קוויק פעי ווערט עוועלעבל אויף די מינוט ביז 500 דאלער (העכער 500 די נעקסטע טאג)
3)עקסעפטן 3רט פארט טשעקס
4) מען קען באצאלן בילס (אויב איז עס א טשעיס ביל קומט עס אהן בו ביום, אנדערע בילס די נעקסטע טאג)
5)מען זעהט די טרענזעקשאנס אנליין על אתר
6)אנליין זייער יוזער פרענדלי,
7)לאקעישאנס ביי יעדע קארנער (כמעט) איבער ניו יארק און ניו דזשערסי

יעצט האב מיר ליידער דאס אלעס פארלוירן

האב איך געוואלט פרעגן וועלכע באנק וואלט ווען די בעסטע געווען יעצט צוגיין
וואס האט די אלע אדער די מערסטע פון די אלע מעלות, און האט אויך פרי טשעקינג?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 3:56 pm
דורך דער קוטשער
יעצט ברויכט איר מתפלל זיין אז אנדערע זאלן אייך וועלן אננעמען בכלל.

אפשר לייג איך צו זאלץ אויפ'ן וואנד, אבער איך ווייס נישט אויב איר האט א אויסוואל, אדרבה פרובירט און האט הצלחה, איינער וועט אייך אננעמען, די שאלה איז נאר ווער.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2012 4:14 pm
דורך ווינקל
בענק אוו אמעריקע איז לכאורה די נענטסטע. אויב מען עפענט נאר אן אנליין אקאונט אלצדינג זאל גיין לעקטעראניש, האבן זיי פריי טשעקינג.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2012 2:56 pm
דורך שנאפס
אויב מען האט א אנליין אקאונט, קען מען מאכן א פעימענט אין באנק, אדער נאר עלעקטראניש?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2012 3:03 pm
דורך מומחה עצום
מ'קען גיין אין באנק אבער ס'קאסט געלט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2012 10:14 am
דורך אויפריכטיג
איך האב נאכנישט באקומען דעם אימעיל צו אקטיוויזירן די טשעיס פרידאם ריווארדס פארן קומענדיגן קווארטאל, ווייסט איינער צי זיי האבן געמאכט פרישע רעגולאציעס?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 6:09 pm
דורך דער קוטשער
איך האב אויפגעגעבן דעם באנוץ פונעם פרידאם קארטל, נאכדעם וואס איך האב אין אכט גענומען אז זיי ריפארטן עס נישט געהעריג צו די קרעדיט קארד ביורא'ס.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 6:20 pm
דורך אויפריכטיג
וואס פאלט דיר ביי אזוי? ביי מיר איז דאס יא ארויפגעקומען אויפן רעפארט פון די ביורא!

און דאס אליין איז שוין ווערד אויפצוגעבן די פוינטס?

און צוריק צו מיין פראגע: נאך איינער דא האט נישט באקומען דעם אימעיל צו אקטיוויזירן דעם קווארטל פוינטס?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 7:21 pm
דורך מידער
אויך נישט באקומען.

אין זייער דעצעמבער דעם דריטן אימעיל אין וואס זיי האבן אנאסירט די [היבש שוואכע] קאטאגאריעס פונעם נייעם קאלאנדער יאר, האבן זיי געגעבן א דירעקטן לינק צו די מערסט באנוצטע קאלאנדערס וואו מען קען אנשטעלן אז ס'זאל פייפן אינעם פופצענטן איידער דעם נייעם קווארטאל.

קוקט אויס אז מיט א דירעקטן לינק אינעם אימעיל האבן מענטשן צו גרינג געקענט אקטיוויזירן דעם קווארטאל...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 7:31 pm
דורך אויפריכטיג
שקויעך מידער, איך האב נישט ערהאלטן דעם אימעיל, אבער איך האב אויפגעזוכט אן אלטן אימעיל פונעם פאריגן קווארטאל און אזוי עס אקטיוויזירט.

אגב, פארוואס האלסטו אז עס איז שוואכערע קאטאגאריעס ווי אין די אנדערע קווארטאלן?