בלאט 5 פון 9

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 6:00 pm
דורך גוגל
לכאורה האט געשריבן:איך האב געהערט אז טשעיס באנק גייט עפענען א לאקאל אין צענטער פון וויליאמסבורג, וואלאבאוט געגענט.

קאנפירמד

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 6:47 pm
דורך געלעגער
דאס איז פיינע נייעס. ביי די לעצטע סורוועי וואס איך האב זיי געגעבן האב איך זיי געזאגט אז זיי וואלטן געמעגט האבן א באנק מער אין די שכינות. ב"ה מיין פארלאנג איז נישט געפאלן אויף טויבע אויערן

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 8:49 pm
דורך שנאפס
גוגל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האב געהערט אז טשעיס באנק גייט עפענען א לאקאל אין צענטער פון וויליאמסבורג, וואלאבאוט געגענט.

קאנפירמד


וואו?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 11:25 pm
דורך גוגל
וואס וואו?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 9:27 am
דורך שנאפס
וואו אין ווילי גייען זיי עפענען?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 5:03 pm
דורך היימישער איד
נו קיינער ווייסט נישט?! גיבטס ארויס..

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 5:51 pm
דורך פארדינט
לעבן קראלע ביהמ"ד.

------
@מחותן, TD בענק האט אלץ געהאט אזא סערוויס, גייסט אריין און אויפן פלאץ געבן זיי דיר א נייע קארטל!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 7:50 pm
דורך מייקראסאפט
א גמ"ח קאלט מיר יעצט אן: א גיטן עס איז אינז צירוק געקימען א טשעק פין דיר. איך ווייס איך האב אייביג געהאט געניג געלט אין מיין אקוינט, גיי איך ארויף אנליין ווי איך קען זעהן מיין גאנצע היסטערי אין איך זעה נישט אין די לעצטע זעקס חדשים אז איך זאל האבן אין מיין אקוינט א קלענער סכום ווי יענער טשעק, אין אויך זעה איך נישט קיין שים פי אין מיין אקוינט.

וואס קען עס מיינען? איז דא נאך עפעס וואס מאכט א טשעק צירוק קימען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 7:52 pm
דורך און וואס נישט
בעט זיי די נאמבער טשעק, און קאל אן די באנק זען וואס דא גייט פאר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 10:51 pm
דורך געלעגער
צומאל א דעיט אדער א סיגנעטשור וואס פעלט קען גורם זיין א חזרה

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 15, 2013 10:18 am
דורך moshele11211
וואס שטייט אויף די צוריקגעקומענע טשעק? NSF אדער פראוזען בלאקט אקאונט אדער אסאך מאל שטייט ריטערן טא מעקער ?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 15, 2013 1:09 pm
דורך דער קוטשער
וועלכע באנק איז עס? איך וואלט געזאגט עפל.

אבער אין אמת'ן דארפט איר נישט האבן קיין שאלות ביז איר זעהט נישט די קאפיע פונעם טשעק, איר קענט טרעפן דערויף הונדערט תירוצים, און ווער זאגט ס'איז דיינ'ס?
די ערשטע זאך בעט מען א קאפיע פונעם טשעק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 21, 2013 6:12 pm
דורך שנאפס
טשעיס האט פריער געשיקט א אימעיל אז פון אפריל 21 וועט די בלעקבערי עפפ מער נישט ארבעטן. חבל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 21, 2013 6:30 pm
דורך מייקראסאפט
איך האב די קאפי ווי קען איך זעהן פארוואס עס איז צירוקגעקימען?
---------

TD האט געמאלדן אז זיי זענען באטראפען געווארען פין א סייבער אטאקע, אין זייער סייט איז געווען דאון פאר א שטיק צייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 21, 2013 7:36 pm
דורך בחורהזעצער
שנאפס האט געשריבן:טשעיס האט פריער געשיקט א אימעיל אז פון אפריל 21 וועט די בלעקבערי עפפ מער נישט ארבעטן. חבל


כ'האב שוין געזעהן די נייעס אין די בלעקבערי אשכול, און איינער האט עס דארטן באטיטל'ט אלץ א "בלעקבערי דורכפאל", אבער מיר קוקט דאס ליבערשט אויס ווי א דורכפאל פאר טשעיס פראגרעממערס, זיי זענען דורכגעפאלן פון צו מאכן א גוטע בלעקבערי עפפ (אחוץ אויב בלעקבערי איז שולדיג מיט מאכן אזא שוואכע API).

איך בין א לעצטענס-געווארענע טשעיס קאסטומער, און אין די גאנצע פעקעזש דיל פון עפענען די אקאונט האב איך אויך אריינגעלייגט דאס דאונלאודן זייער עפפ פאר מיין בלעקבערי, לויט וויפיל איך געדענק קען איך זאגן, איך האב נאר איינמאל מצליח געווען זיך אריינצולאגן פון די עפפ, אלעמאל קומט ארויף אן ערראר אז "דו קענסט צייטווייליג זיך נישט אריינסיינען אין דיין אקאונט", דאס איז מיין עקספיריענס.

זייער וועבסייט איז זייער גוט פאר מאביל, לאודט זיך שנעל און איז סימפל אויסגעשטעלט.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 22, 2013 9:17 am
דורך שנאפס
איך פלעג עס יא אסאך נוצן, און עס האט קיינמאל נישט געמאכט קיין פראבלעמען

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 22, 2013 9:36 am
דורך ווינקל
איך נוץ עס אסאאאך, און עס מאכט נישט קיין פראבלעמען.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 22, 2013 11:33 am
דורך דער קוטשער
נעכטן ווען די אימעיל איז אנגעקומען, בין איך דא געווען און עס געוואלט מעלדן,
איך בין אבער געווען אזוי בא.... אויף זיי, אז איך האב עס נישט געקענט שרייבן.

זיי מעגן זיך שעימען, זיי הארגענען אידישקייט.

איך מיין, ווער האט זיי געפרעגט, סארי פאר די אינקאנוויענענס אין פארטיג..

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 22, 2013 11:35 am
דורך דער קוטשער
און ר' בחור, איך ווייס נישט פון וואס א פראבלעמען איר רעדט, איך נוץ עס כסדר און עס ארבעט גאלד.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 22, 2013 11:48 am
דורך דער קוטשער
כ'אב נארוואס גערופן טשעיס, געפיילד א קאמפלעין דערקעגן..

לאכט נישט פון מיר, ס'האט מיר געקאסט סך הכל עטוואס מער פון 12 מינוט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 08, 2013 11:28 am
דורך משזר
היינט געזעהן ביי פלאשינג באנק אויף העוועמייער, ask us about our free business checking.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 21, 2013 6:37 pm
דורך דער קוטשער
שנאפס האט געשריבן:טשעיס האט פריער געשיקט א אימעיל אז פון אפריל 21 וועט די בלעקבערי עפפ מער נישט ארבעטן. חבל


וכך הוי, אנגעהויבן פון נעכטן 12 באנאכט, ווען זיי האבן אנגעהויבן צו זאגן גוד מארנינג אויפ'ן איין און צוואנגציגסט'ן פון אפריל, ארבעט טאקע נישט די טשעיס עפפ. לדאבון לב כל ערליכע אידן.

זיי טענה'ן אז בב האלט אין איין טוישן זייער אינטערפעיס סעקיוריטי, וואס דאס מאכט זייער שווער פאר טשעיס זיי נאכצולויפן מיט די פרישע אפדעיט'ס פאר זייערע סעקיוריטי פארלאנגען, משא"כ עפל און ענדרויד טוישן נישט.

איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דאס מיינט אבער אזוי האבן זיי מיר געזאגט.

דער עיקר איז מיר זעמער אן א עפפ.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 21, 2013 9:19 pm
דורך שנאפס
חבל..

וואס גייט מען יעצט טון? עפענען צוריק דעם בראוזער?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 21, 2013 9:56 pm
דורך היימישער איד
מ'קען אפגרעידן צו בב10 דארט ארבעט פיין טשעיס אפפ.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 21, 2013 10:14 pm
דורך היימישער איד
אגב איינער ווייסט וואס טוט זיך מיט די ברענשט לעבן קראלי? כ'בין פרעזענליך אראפגעגאנן קיין קראלי ביהמ"ד פארגאנגענע וואך געדאווענט דארט מנחה. נאכן דאווענן האמיר זיך אומגעקוקט אין די געגענט נישט געזען קיין באנק אדער עפעס ווי מ'בויט דארט. אקעגן איבער אידא א ליידיגע סטאר אבער קיין שום אקטיוויטען דא דארט.

ווי קען מען קריגן אפדעיטעט קראנטע אינפא בנושא?

יעצט אן די אפפ איז עס פיל וויכטיגער פאר אונז צו האבן ווי צו דיפאזיטן נאנט כאטשיג אזויפיל.