בלאט 6 פון 31
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 2:29 pm
דורך derech eretz
שנאפס האט געשריבן:derech eretz האט געשריבן:leiby האט געשריבן:שוין פאריגע וואך זיך אנגעטראפן דערמיט, איינס איז געווען די לימיט 35 איינס 38, מ'קען נאכאלץ אביסל דריידלען אבער ס'ווערט שווערער.
אז דו לייגסט אריין מתחלה גרעסערע נאמבערס לאזט ער שוין נישט טוישן צו קלענערע ווי מיין ערשטע ביישפיל
דאס איז נישט קיין פראבלעם, מען שיקט ווייניגער און פערטיג
וואס הייסט מ'שיקט ווייניגער, כ'וויל יעצט אריינשיק 100 פון איין אייטעם און 30 פון א צווייטע און 5 פון א דריטע, וואס זאל איך טון?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 2:57 pm
דורך שנאפס
דו זאגסט ער לאזט נישט טוישן צו קלענערע נומבערס, דאס איז נישט קיין פראבלעם, מען מוז נישט שיקן די גאנצע קוואנטיטי
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 3:00 pm
דורך derech eretz
שנאפס האט געשריבן:דו זאגסט ער לאזט נישט טוישן צו קלענערע נומבערס, דאס איז נישט קיין פראבלעם, מען מוז נישט שיקן די גאנצע קוואנטיטי
איך רעד פון א נייע זאך אז אין די שיפמענט לאזט ער שוין אויך נישט טוישן
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 3:03 pm
דורך שנאפס
איז נישט, שיק ווייניגער ווי עס שטייט אין די שיפמענט
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 3:11 pm
דורך derech eretz
שנאפס האט געשריבן:איז נישט, שיק ווייניגער ווי עס שטייט אין די שיפמענט
זיי לאזן דען צו אז ס'זאל בקביעות נישט שטימען די קוואנטעיטי'ס פון די שיפמענטס?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 3:38 pm
דורך שנאפס
ווייסעך נישט, כאבעס נאר געהאט בטעות...
פרוביר אויס און לאז וויסן
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 3:53 pm
דורך derech eretz
שנאפס האט געשריבן:ווייסעך נישט, כאבעס נאר געהאט בטעות...
פרוביר אויס און לאז וויסן
מ'שפילט זיך נישט מיט די זאכן!
למעשה האב איך יעצט געמאכט א נייע שיפמענט און ס'געלונגען צו קענען טוישן צו די גוטע נאמבער אין די רעינדזש וואס זיי האבן מיר געגעבן
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 11:28 am
דורך derech eretz
עמעזאן קוקט נישט דא?
ווען מ'קליקט אויף די נייע DUPLICATE SHIPMENT קנעפל און ס'ווערט קריעטעד א נייע שיפמענט מיט די זעלבע אייטעמס, קען מען דארט יא טוישן די קוואנטעטי ווי אזוי מ'וויל...
ול.. הישועה!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 27, 2012 1:12 pm
דורך פאר דוקא
קען איינער אין קורצען מסביר זיין ווי אזוי fba ארבעט??
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 27, 2012 1:21 pm
דורך שנאפס
דו שיקסט דיין סחורה צו עמעזאן, און ווען עס פארקויפט זיך, שיקן זיי עס צום קאסטומער
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 27, 2012 5:05 pm
דורך משזר
שנאפס האט געשריבן:דו שיקסט דיין סחורה צו עמעזאן, און ווען עס פארקויפט זיך, שיקן זיי עס צום קאסטומער
אין פארשטייט זיך עמעזאן רעכענט דערפאר.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 27, 2012 5:07 pm
דורך שנאפס
גארנישט אויף דער וועלט איז אומזיסט
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 12:16 pm
דורך משיח
1. וויאזוי ריק איך ארויף אוןן אראפ די פרייז אויף אן אייטעם וואס איז FBA? טוה איך דאס ביי רי-ליסט?
2. וואס איז די חילוק צווישן platinum keywords און search terms?
3. וואס איז פשט אז א זאך וואס איך האב ארויפגעלייגט דאנערשטאג איז אינעקטיוו?
ס'איז FBA, קען זיין אז ביז ס'קומט אן צו זיי איז עס אינאקטיוו?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 3:29 pm
דורך leiby
משיח האט געשריבן:1. וויאזוי ריק איך ארויף אוןן אראפ די פרייז אויף אן אייטעם וואס איז FBA? טוה איך דאס ביי רי-ליסט?
אויף די רעגולער סעללער סענטרעל פעידזש, אדער ביי מענעדזש FBA אייטעמס
משיח האט געשריבן:2. וואס איז די חילוק צווישן platinum keywords און search terms?
שטייט דאך קלאר
(For Platinum Merchants only)
משיח האט געשריבן:3. וואס איז פשט אז א זאך וואס איך האב ארויפגעלייגט דאנערשטאג איז אינעקטיוו?
ס'איז FBA, קען זיין אז ביז ס'קומט אן צו זיי איז עס אינאקטיוו?
פשטות
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 4:45 pm
דורך שנאפס
leiby האט געשריבן:משיח האט געשריבן:1. וויאזוי ריק איך ארויף אוןן אראפ די פרייז אויף אן אייטעם וואס איז FBA? טוה איך דאס ביי רי-ליסט?
אויף די רעגולער סעללער סענטרעל פעידזש, אדער ביי מענעדזש FBA אייטעמס
אויב איז די FBA אינווענטארי נאכנישט רעסיווד, קען מען נאר טוישן די פרייז ביי מענעדזש FBA, אויך א לעצטיגע משוגעת
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 8:08 am
דורך bailout
אדער ביי INACTIVE INVENTORY
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 12:59 pm
דורך שנאפס
די FBA שיפמענט פעידזש לאודט זיך נישט, נאך איינער האט דעם פראבלעם?
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 1:10 pm
דורך derech eretz
שנאפס האט געשריבן:די FBA שיפמענט פעידזש לאודט זיך נישט, נאך איינער האט דעם פראבלעם?
ביי מיר איז OK
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2012 5:17 pm
דורך בן יועזר
bailout האט געשריבן:איך בין אריינגעפאלן אין STAGE 1 פון נאן קאמפלייענס, זיי האבן באשטעלט א מיטינג פאר א האלבע שעה, איך בין געווען אנגעצויגן ביז גאר, למעשה זענען זיי איבערגעגאנגען מיט מיר די הלכות, און מסביר געווען וויאזוי זיי רעכענען צוזאם די פארלעצונגען, און שיינערהייט געווארנט איך זאל אכטונג געבן וואס איך טוה.
ביי סטעידזש 2 קען מען שוין נישט אליינס מאכן קיין שיפמענטס, ביי סטעידזש 3 איז מען סוספענדעד פאר א חודש פון אריינשיקן.
מ'מעג מאכן טעותים אבער עס טאר נישט זיין מער ווי 5 פראצענט פון דיין אקטיוויטי.
איך האב באקומען א אימעל פין אמעזאן "Notice: Policy Warning"
1. מיינט דאס אז כבין אין STAGE 1 פון נאן קאמפלייענס ??
2. גייט מיר אמעזאן אנהייבן נאכקוקן פין היינט אין ווייטער ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:01 am
דורך שנאפס
derech eretz האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:איז דא א וועג אויסצומעקן אלע דיליטעד שיפמענטס פון די ליסט? עס מאכט מיך זייער נערוועז, עס פילט אן די פעידזש
יעצט באמערקט א וועג נישט צו קריעטן אלע שיפמענטס,
קליק אויף Show/Hide SKUs ביי די שיפמענטס וואס דו דו גייסט נישט שיקן, און ביי Mark for Removal, מארק אלע קעסטלעך, וועט די שיפמענט זיך נישט קריעטן!...
לעצטענס אויב מעק איך אויס א אייטעם פון די צוויי שיפמענטס וואס איך וויל נישט שיקן, מעקט ער אליינס אויס פון די דריטע אויך...
איינער האט א פרישע עצה??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:11 am
דורך leiby
דאס האט מיט מזל, ס'קוקט אויס ווי ער רעכענט אויס אויב ס'לוינט זיך אים צו מאכן א שיפמענט פאר אזוי ווייניג קליינע אייטעמס, (נאר דאס האב איך געקענט טראכטן) אדער האט עס מיט זיין מוד, אין אזא פאל מוז מען טאקע יא דעליטן.
אדער טריי איך אזוי, כ'מאך די שיפמענט זאל זיין א גרעסערע קוואנטיטי וויפיל כ'וויל באמת אזוי איז דא געניג פער שיפמענט, ווען כ'בלייב איבער מיט די איין לייג איך צו וויפיל כ'וויל באמת.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:28 am
דורך derech eretz
leiby האט געשריבן:דאס האט מיט מזל, ס'קוקט אויס ווי ער רעכענט אויס אויב ס'לוינט זיך אים צו מאכן א שיפמענט פאר אזוי ווייניג קליינע אייטעמס, (נאר דאס האב איך געקענט טראכטן) אדער האט עס מיט זיין מוד.
אין אזא פאל מוז מען טאקע יא דעליטן, אדער טריי איך אזוי, כ'מאך די שיפמענט זאל זיין א גרעסערע קוואנטיטי וויפיל כ'וויל באמת אזוי איז דא געניג פער שיפמענט, ווען כ'בלייב איבער מיט די איין לייג איך צו וויפיל כ'וויל באמת.
וואס הייסט "כ'בלייב איבער מיט די איין", נאכן דעליטן?? כ'מיין צו פרעגן וואס איז די אדער? דעליטן מוז מען עניוועי
זיי האבן לעצטנס ארויסגעשריבן קלאר די געזעצן
Inbound Shipments Requirements
If your settings are set to the Distributed Inventory Placement option and you are assigned to send single Merchant SKUs to multiple fulfillment centers, you will need to follow these guidelines:
Send all related shipments so that they arrive at each fulfillment center within seven days of the first shipment received.
Limit editing the Unit quantity of a product in a shipment for a particular fulfillment center to less than 5 percent per product. (For more information or if you want to edit quantities more than 5 percent, see Changing MSKU quantities in an existing shipment.)
Only cancel a shipment if you cancel all related shipments. Failure to comply with the guidelines above may result in Receiving Problems.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:33 am
דורך leiby
מיין עצה אין די צווייטע העלפט תגובה איז נישט צו דארפן דעליטן, בלייבסט איבער מיט די שימפענט וואס דו ווילסט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:37 am
דורך derech eretz
leiby האט געשריבן:מיין עצה אין די צווייטע העלפט תגובה איז נישט צו דארפן דעליטן, בלייבסט איבער מיט די שימפענט וואס דו ווילסט.
ווי אזוי בלייבט מען איבער נאר מיט איין אן דעליטן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:57 am
דורך leiby
וואס איז געווען דיין שאלה, ס'וווערט רימאווד ביי מארק פאר רימאוועל?