בלאט 1 פון 1

CRM סאפטוועיר

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 4:51 pm
דורך זייער נייגעריג
האט איינער עקספיריענס מיט א CRM פראגראם (Customer relationship management)?
כ'זיך איינס וואס מ'קען גוט קאסטומייזן, ווי אויך אינטעגרעיטן מיט אוטלוק, זאל האבן גוטע עדאנ'ס,

ס'דא אפאר באקאנטע גרויסע ווי Salesforce זיי זענען נאר אביסל טייער, זיי בעטן א חודש'ליכע אפצאל,
כ'טראכט פון נעמען ACT פון SAGE,
אויף מייקראסאפט דיינעמיק הער איך אז מ'קען גארנישט קאסטומייזן,
איינער קען ארויסהעלפן?

שכוח

(כ'האלט שוין נאכן זיכן אויף גוגל)

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 6:43 pm
דורך geek
infusionsoft.com

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 6:52 pm
דורך זייער נייגעריג
שכוח, עני עקספיריענס דערמיט?
ווייסט איינער וואס ניצט עס?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 6:58 pm
דורך geek
געב זיי נאר איינמאל דיין אינפא, העסטע שוין זעהן וואס זיי קענען.
פיטעקס און לאזער לאנדא ניצן זיי...

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 10:55 pm
דורך זייער נייגעריג
שכוח פאר אלע וואס האבן געהאלפן אין אישי, ובפרט פאר תרגום יונתן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 8:35 am
דורך תרגום יונתן
מיי פלעשזור

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2012 4:04 pm
דורך נישט קיין פראבלעם
אויב עס איז נאך אינטערסאנט. איך נוץ www.desk.com
עס איז פרי פאר איין אגענט.

פארעפענטליכט: שבת מרץ 24, 2012 11:55 pm
דורך אויפריכטיג
וואספארא פראגראם איז דאס?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 12:37 am
דורך זייער נייגעריג
זעהסטוך פון ווי ס'קומט, ס'א חלק פון סעילספארס, זיי זענען זייער גוט אבער גאר טייער,
למעשה האב איך געטיהן אסאך ריסוירטש די לעצטע שטיק צייט, אויף דערווייל ארבעט איך צו געבן יענעם smartertrack, יענער זיכט בעיקר א אימעיל טיקעטינג פראגראם, זיי זענען א חלק פון די קאמפעני http://www.smartertools.com וואס אסאך קאמפעני'ס ניצן זייער mail server פאר אימעיל, די פרייזן ביי די סמארטער טרעק איז טאקע א וואן טיים פעי,(חוץ די האסוטעד ווערסיע, ווואס קאסט $15 א חודש יעדע יוזער עקסטער), ס'קריעיט א טיקעט מיט יעדע אימעיל, מ'קען אויפסעטן וועלכע אימעיל ער זאל אויפכאפן דאס הייסט צו לויט די סאבדזשעקט צו אנדערע פילטער'ס, האט גוטע ריפארט'ס, קאל לאגס, טשעט פראגראם, ועוד.., נאך א גרויסע מעלה, זייער API איז גענצליך אפען.
העמיר זעהן אויב כ'העל בלייבן דערמיט,


ס'דא נאך אפאר
http://www.zendesk.com/
http://www.kayako.com/

Email Management System

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:11 pm
דורך היפאקריט
זייער נייגעריג האט געשריבן:העמיר זעהן אויב כ'העל בלייבן דערמיט,

נו, זענט איר געבליבן?
קען נישט דעסיידן וועלכע סיז פאר מיר, זוך עפעס וואס זאל זיין כל כולו במקום אימעיל. דעסק.קאם און די איבריגע (זענדעסק, העלפסקאוט, וכדו') זענען עפעס ניש דאס.
אגב, besnappy איז סנעפּי אינדיעד, סיז אינטרעסאנט זיך צו שפילן, אבער נישט וואס איך זוך
איצט גיימער פּרובירן סמארטערטרעק. יישר כח פאר'ן רעקאמענדן, עקסטרע מעלה אז זיי האבן א לאקאל אינסטאל סאָפטווער אויך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:49 pm
דורך מייקראסאפט
עס איז דא איינס sugerCRM די קענסט דאונלאודען א דעוועלעפער ווערסיע פאר פרי, אין קאסטעמייזען, עס זעהט אויס זייער גיט. זיי האבן אויך א פרי טרייעל פאר אפאר טעג, ווי די קענסטעך ארים שפילען מיט אן אויפגעסעטע.

איך האב נישט קיין עקספיריענס דערמיט, מען רעד פין א CRM סאפטוועיר דערמאן איך עס.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 5:15 pm
דורך היפאקריט
יישר כח כבוד הרב מייקראסאפט!
באמת שוין כמה פעמים געהערט\געזעהן SugerCRM נאר עד עכשיו געמיינט אז א CRM איז בעיקר פאר סעילס (טרעקן ליעדס וכדו'), און יעך האב געזוכט עפעס פאר קאסטומער סערוויס, ווי א העלפ דעסק וכדו' (במקום אימעיל) וכנראה אין הדבר כן

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 10:42 pm
דורך הערליך
איך קום פון סעילס פארס, אינפיוזשן סאפט איז פיל בעסער און ביליגער, א נאן פאר פראפיט קען באקומען סעילס פארס אומזינסט

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 12:20 am
דורך בליץ
היפאקריט האט געשריבן:יישר כח כבוד הרב מייקראסאפט!
באמת שוין כמה פעמים געהערט\געזעהן SugerCRM נאר עד עכשיו געמיינט אז א CRM איז בעיקר פאר סעילס (טרעקן ליעדס וכדו'), און יעך האב געזוכט עפעס פאר קאסטומער סערוויס, ווי א העלפ דעסק וכדו' (במקום אימעיל) וכנראה אין הדבר כן


עס ליגט מיר אין זיכרון א פרי פראגרעם וואס הייסט os ticket..

עס איז געווען אזוי ווי העלפ דעסק אפען סארס געשריבען אויף php

דאנלאעד עס און אינסטאל עס און אויב עפעס געפעלט דיר נישט קענסטו זיכען עני php פראגרעמער און וועט עס דיר אויסגראדען...


עני פראבלעם קום צו מיר און אישי..

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 12:28 pm
דורך הערליך
היפאקריט האט געשריבן:יישר כח כבוד הרב מייקראסאפט!
באמת שוין כמה פעמים געהערט\געזעהן SugerCRM נאר עד עכשיו געמיינט אז א CRM איז בעיקר פאר סעילס (טרעקן ליעדס וכדו'), און יעך האב געזוכט עפעס פאר קאסטומער סערוויס, ווי א העלפ דעסק וכדו' (במקום אימעיל) וכנראה אין הדבר כן


אינפיוזשען סאפט טוט ב"ה ביידע ווי סברויך צו זיין

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 1:33 pm
דורך היפאקריט
א דאנק אייך רב בליץ און רב הערליך.
פון אינפיוזשן סאפט האב איך מורא, זיי האבן זייער א גוטן סיסטעם צו טרעקן ליעדס... מ'קען פון זיי נישט לויז ווערן

os ticket קען טאקע זיין פיין, אולי וועליך באקוקן עס, אויב די אף די שעלף סטוף וועלן נישט זיין גוט פאר מיין געברויך.

לע"ע האלט איך שוין ווידער אז א העלפדעסק איז א העלפדעסק און א CRM איז א CRM ואכמ"ל כעת

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 6:08 pm
דורך תרגום יונתן
שוין געקוקט אויף Microsoft CRM?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 6:29 pm
דורך היפאקריט
מסופקני אם משהו ממיקרוסופט בשבילי... אבער העלמיר דעיס אויך בודק זיין מייקראסאפט דיינעמיק סיארעם
א שיינעם דאנק אייך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:01 am
דורך alte zida
אלס איינער וואס האט געזוכט א לאנגע צייט א CRM וואס זאל ארבייטן פאר מיר קען איך דיר זאגן אזוי.
סעילספארס איז ״די בעסטע״ CRM סיי מיטן קאסטעמייזען, און סיי מיט די אפטשענס וואס זיי האבן עוועילעבל. חסרון עס איז זייער טייער.

די נאנטסטע וואס איך האב געטראפן צו די קוואלעטי פון סעילס פארס איז zoho CRM זיי האבן זייער קאסטעמייזעבל וועב טעב׳ס און אזוי אויך האבן זיי אסאך אנדערע אפטשענס וואס זענען זייער באהילפיג. חסרון-זייער סערוויס איז שוואך (מען רעדט צו אינדיאנער)

עס איז דא איין CRM וואס הייסט PODIO עס איז גאנץ פיין, אבער איך האב נישט ליב געהאט די layout, קאן אבער זיין אז פאר אייך וועט עס יא שמעקן.

שפירט אייך פריי מיך צו פרעגן עני שאלות אדער דא אדער און אישו.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 28, 2014 2:20 pm
דורך רשי הקטן
vitiger.com

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 02, 2014 3:29 pm
דורך leiby
Producteev איז נישט שלעכט דזשאסט פאר טעסק מענעדזשמענט.

פרייע crm

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 6:42 pm
דורך רשי הקטן
ווייסט איינער פון א גוטע אומזומסטע crm פאר איין צוויי users

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 7:01 pm
דורך זאל ער קומען
ס'דא CRM סאפטוועיר, אינאיינעם מיט א גוטע העלפ-דעסק טיקטעט סיסטעם, אינאיינעם מיט א גוטע פראדזשעקט מענעדזשמענט סיסטעם, אינאיינעם מיט א בילינג סיסטעם - הייסט WORKetc.com

זיי בעטן חודש'ליך 78 בערך, אבער ס'טוט זייער זייער אסאך פונקשנס, און אלעס איז אויף איין פלאץ.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:47 pm
דורך נישט
רשי הקטן האט געשריבן:ווייסט איינער פון א גוטע אומזומסטע crm פאר איין צוויי users

דא