בלאט 1 פון 1

פראדאסן - פרינטונג אין כינע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 10:17 am
דורך קוקא-קולא
איינער קען מיר אפשר שיקן די ריכטיגע שליח אויף פראדאסן פראדאקטס אדער פרינטען אין כינע?

איך האב שוין פראבירט סיי היימישע עידזענטס, אין סיי אנליין, איך קען מיר נישט צינויף רעדן, איך פרינט שוין אין אר"י שוין בערך 10 יאר און אלעס קלאפט ב"ה, אבער אין כינע פארט עס עפעס נישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 12:11 pm
דורך יוראפ
ר' אהרן לאובער הי"ו פון שאנכאיי זאגט אויף א אינטערוויו אויף קול מבשר אז ער ערלעדיגט דאס דארט
אויך האב איך געהערט פון א איד וואס פארט אפט אהין אז דער חב"ד רב פון שאנכאיי נעמט אויך קעיר פון דעם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 1:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
עוז והדר האט לעצטענס געדרוקט איין שיפמענט מיט זיינע גמ' דארט, און ווי איך הער איז ער נישט צופריעדען, און ער גייט צוריק אויף ארץ ישראל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 2:37 pm
דורך קוקא-קולא
ווי קומט מען אן צו אהרן לויבער אדער די חב"ד רב?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 2:44 pm
דורך יוראפ
איך האב נישט קיין אנונג, אבער די אידן וואס פארן דארט אפט אהין האלטן אין איין רעדן וועגן זיי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 2:51 pm
דורך זאל ער קומען
איז אזוי אויב דריקסטו ווייניגער ווי 5000 פון איטש האסטו נישט וואס דארט צו דריקן ווייל ס'קומט נישט אויס ביליגער ווי אר"י
און אויב איז דאס ספרים איז נאך שווערע ווייל די קענסטעך נישט פארלאזן אויף דעם כינעזען עקספערטיעז ווייל פיל פון די זאכן וואס מיר דארפן און ספר וואס די איזרעליס זענן פיין מאכן אבער די כינעזער זייער סלאפי, און אוודאי קענסטעך נישט פארלאזן אויף א איד פון טשיינע וואס פארשטייט נישט באמת וואס מ'דארף טון מיט דעם ספר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 3:13 pm
דורך יוראפ
דער ר' אהרן פארציילט טאקע דארט אז איינער האט באקומען זיין גאנצע שיפמענט פארקערט, און איך האב דאס שוין געהערט פון אנדערע אויך (קען גאר זיין אז ס'איז פון די זעלבע, אבער עס קען זיך דאך מאכן)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 3:25 pm
דורך זאל ער קומען
און אפילו נישט פארקערט איז דא פיל נאך זאכן וואס אידישע זענען אנדערש ווי אנדערע ביכער כידוע ליודעי דבר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 3:41 pm
דורך קוקא-קולא
ניין, איך רעדט פון א געים...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 10:36 pm
דורך געדאנקן
אין קורצן וועגן פרינטן אין כינע
איך האב שוין געזען עטליכע זאכן געדרוקט אין כינע מיט זייער א פיינע קוואליטעט, אבער פון די אנדערע זייט געזען אנדערע און אויך געהאט אייגענע ערפארונג מיט גאר א שוואכע קוואליטעט.
נאך א גרויסע פראבלעם א קעגן ארץ ישראל איז די צייט וואס איז נעמט עס זאל זיין גרייט איז כאטש דריי חדשים און צומאל לענגער, און בפרט אויב גייט מען מיט אן אידישן בראקוער וויל ער זיך שפארן אויף שיפינג וועט ער ווארטן ביז עס פילט זיך אן א גאנצע קאנטיענער, דאס אלעס איז עגמת נפש.
איז אדרבה אויב קומט איר אן ערגעץ מיט אייער זוך ארבעט, זייט אזוי גוט און קומט צוריק עס מיטטיילן פאר אונזער קרעטשמע מיטגלידער
אגב די פרייזן אין אמעריקא אויף דריקן איז לעצטענס שטארק געפאלן
ברכה והצלחה

אימייל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 7:49 am
דורך חזק חזק ונתחזק
דאס איז ארי לאובר'ס אימיייל אדרעס. ari@kosherregister.com
אז דו ווילסט זיין טל. נומער, שרייב מיר פריוואט

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 27, 2013 6:25 pm
דורך moishy56
עס איז דא א גערער יונגערמאן ליייבל אולעווסקי
'ער רופט זיך 'מכון אור חדש

ער דרוקט ספרים אין טשייינע אגאנצע ציייט
פאר ביליג


ער האט א שייינע וועבסיייט
http://www.hebrewpublishing.com/

4126 16th Ave.
Brooklyn NY 11218
347-913-3003
718-412-3300


7 Rowan Way
Salford M7 4EH
Manchester, UK
0161-425-3116
07515-645-682

Israel
08-688-4352
052-767-4089

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 27, 2013 10:34 pm
דורך לכתחילה אריבער
אינטערעסאנט ווי ער האט די נאמען "היברא פאבלעשינג" א אור אלטע פאבלישינג אין ניו יארק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 4:08 pm
דורך moishy56
איך האב געקוקט דא

איך זעה נישט ווי אלט איז די קאמפאני

http://www.hebrewpublishing.com/page.asp?id=about