בלאט 1 פון 1
פרידאם 18
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 4:38 am
דורך טהור-עיניים
לעצטענס הער איך שטענדיג אדווערטייזד אויפן ראדיא א קאמפאני פרידאם 18 דאט קאם און זיי זאגן צו אז מען קען ווערן זייער רייך, זיי האבן אפילו דארט עטליכע מענטשן, מענער און פרויען וועלכע זענען נתעשר געווארן און פארן אויף וואקאציעס קיין דיזני און אנדערע פלעצער וואס זיי האבן זיך קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז זיי וועלן קענען באווייזן, און דער פאקט איז (אזוי זאגט זיי) אז יעצט באווייזן זיי דאס. א צווייטער האט מצליח געווען אזוי שטארק אז ער האט ענדליך געקענט איבערלאזן זיין דשאב פון זעכצן יאר.
שטייצעך אליינס אז ווען אין גיי צו זייער זייטל זאגן זיי מיר גארנישט, אויסער אז איך זאל קויפן זייער ווידיאו פרעזענטאציע, און אזוי איך בין נאך נישט גענוג משוגע צו קויפן אזא זאך מיט געלט וואס איך האב נישט, האב איך מחליט געווען זיך צו מעלדן צום עולם דא, און פרעגן ביי די גוטע ברודער אויב איינער ווייסט פון וואס עס רעדט זיך און וואס מען דארף טאן/פארקויפן/קויפן/פארשפרייטן וכדו'.
און אויב איז עס טאקע גוט, אפשר לוינצעכעס, אויב אבער נישט, ברויך מען דאך וויסן.
ולהשומעים יונעם ותבוא עליהם ברכת טוב.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 9:19 am
דורך משה'עלע
מולטי לעוועל ?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 9:19 am
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 9:53 pm
דורך טהור-עיניים
פאטאקי, כ'אב געקוקט דארט, און כ'אב טאקע נישט אדורכגעקוקט אלע זיבן בלעטער, אבער אויף דעם לעצטען בלאט, וואס דאס איז די לינק וואס דו האסט געלייגט, שטייט גארנישט וועגן פרידאם אכטצן, און איך קען נישט יעצט אדורכקוקן דעם גאנצן אשכול.
משה'לע, האסט אריינגעווארפן א ווארט און געלאזט הענגען, ווייסטו וואס דאס איז, אדער נישט? אויב יא, ביטע שרייב, סתם איין ווארט איז נישט אינטערעסאנט. וואס פארקויפן זיי? אויב עפעס בכלל. א פראדוקט, א סערוויס, וואסערע מין זאך, איז עס גוט אדער נישט, נישט סתם איין ווארט. און דו ענדיגסט נאך צו מיט א סימן שאלה? ווייס איך שוין אינגאנצן נישט וואס די ווילסט.
עס זענען דא מולטי לעוועל ביזנעסער וועלכע זענען זייער גוט און זייער אויסגעהאלטן. און איך פרעג אויב איינער ווייסט איבער דעם ביזנעס ספעציפיש, זיי אדווערטייזן אין גרויסן אויף די גרויסע ראדיא פראגראמען, וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט.
פליז, אויב איינער ווייסט, זאל ער פליז לאזן הערן זיינע ידיעות.
יישר כח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 2:25 am
דורך שוועמל
זשולוועי האט אויך עדווערטייזט אין גרויסן, ווער נישט דערשראקן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 11:53 am
דורך טהור-עיניים
זשולוועי איז געווען א לעדשיט ביזנעס,
און איך ווער נישט דערשראקן, איך פרעג אויב איינער ווייסט וואס דאס איז און פון וואס מען רעדט, דערווייל זעה איך האט נאך קיינער זיך נישט אנגערופן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 11:37 pm
דורך טהור-עיניים
שוין, זעה איך אז איך בין געבליבן א קול קורא במדבר
קיינער ווייסט נישט פון גארנישט. נאר איינער האט עפעס אריינגעווארפן איבער דשולוועי און מיט דעם ענדיגט זיך עס
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 12:19 am
דורך ווינקל
דא האסטו א שטיקל ביאור
http://www.small-business-faq.com/busin ... s2814.htmlבסך הכל א מולטי לעוועל מארקעטינג אווי אלע אנדערע MLM.
דאס בעטן געלט זיך צו לערנען איז בעצם א סקעם, ממילא איז נישטא ווואס צו רעדן ווייטער.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 1:05 am
דורך leiby
טהור די ריזען קיינער ענטפערט נישט איז ווייל קיינער גלייבט נישט דערין.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 1:37 am
דורך טהור-עיניים
שקויעח ווינקל, אבער למעשה שרייבט ער נישט וואס זיי פארקויפן, אדער וואס זייער סערוויס איז.
לייבי, וואס מיינט דאס קיינער גלייבט נישט דערין, איך זעה נאך נישט אז איינער זאל אפילו וויסן פון וואס מען רעדט דא. מען מוז קודם וויסן וואס א זאך איז פאר מען ווייסט צו מען גלייבט דערין צו נישט.
וואס ווינקל שרייבט איז אמת אז בעטן געלט פאר די אינפארמאציע איז שוין א שטיקל סקעם (ווינקל, בעטן געלט זיך צו לערנען איז זייער אויסגעהאלטן, אבער בעטן געלט פאר אינפאו, דאס שוין נישט). אבער צו זאגן אז ווייל עפעס איז מל"מ איז עס שוין א סקעם איז נאריש, איך קען דיר זאגן פון אסאך ביזנעסער וועלכע זענען מל"מ און זענען נישט קיין סקעמס.
דשולוועי איז נישט געווען א סקעם. אסאך היימישע אינגעלייט, וועלכע האבן נישט געוואוסט בין ימינם לשמאולם האבן זיך אריינגעלייגט דערין און עס געהענדלט ווי א פיראמיד און דאס איז א סקעם, אבער די ביזנעס איז געווען א ריכטיגע ביזנעס. סאו פאר דעם פרעג איך אויב איינער וויייסט פון וואס עס רעדט זיך דארט.
אין דעם שטיקל וואס ווינקל ברענגט זאגט ער עפעס אז זייער קאמפענסעישאן פלען איז נישט קיין גוטער, אבער איך כאפ נישט וועגן וואס עס רעדט זיך, ס'קוקט מיר אויס ווי ער זאגט אז דאס ווערט גענוצט דורך מענטשן וועלכע פארקויפן פארשידענע סארט פראדוקטן. אפשר האב איך עס נישט אזוי גוט ארויסגעהאט, אבער למעשה זענען דא זייער אסאך אזעלכע ביזנעסער וועלכע זענען אמת'ע און אויסגעהאלטענע ביזנעסער, סאו דאס שרייבן א בלינדע שורה אז דער עולם ענטפערט נישט ווייל מען גלייבט נישט דערין, איז נישט ריכטיג, לדעתי. אפשר ווייל מען ווייסט טאקע פשוט נישט וואס דאס איז.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 3:25 am
דורך leiby
ס'דא זייער אסאך ענליכע מל״מ וואס זענען פאלטשע סקעמ'ס און אפילו ס'נישט קיין קיין סקעם איז מער איינרעדעניש, סאוי ווען דו פרעגסט איבער אזא ענליכע ביזנעס קוקט מען עס אזוי אן אויבנאויף, רוב האלטן אז ס'איז אפילו נישט ווערד אריינצוקוקן דערין,מילא אויב זעהסטו אז קיינער ענטפערט קען זייןנאז דאס איז די סיבה.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 9:13 am
דורך טהור-עיניים
נו, עמער אפלערנען א שטיקל גמרא. לפי ר' לייבי'ן קומט אויס אזוי, אז טהור איז בעצם יא גערעכט, אז די סיבה פארוואס מ'ענפערט נישט איז ווייל מ'ווייסט נישט, נישט ווייל מ'גלייבט נישט. נאר די סיבה פארוואס מ'גלייבט נישט, דאס איז שוין יא דערפאר ווייל מ'גלייבט נישט.
ווייל וויבאלד מ'גלייבט נישט גייט מען נישט אויסטשעקן די ביזנעס צו ס'איז אויסגעהאלטן צו נישט, און ממילא ווייסט מען נישט, און ממילא ענפערט מען נישט ווען טהור פרעגט דעריבער.
פיין טהור, גוט געקענט...
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 9:50 am
דורך leiby
באקומסט א אא
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 10:34 am
דורך פאטאקי08
טהור
מאללעלוקע האט אויך פרובירט עפעס אויף דעם אופן דארט האט זיך עס יא אויסגעארבעט?
איך מיין אז יא
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 10:40 am
דורך פאטאקי08
טהור-עיניים האט געשריבן:פאטאקי, כ'אב געקוקט דארט, און כ'אב טאקע נישט אדורכגעקוקט אלע זיבן בלעטער, אבער אויף דעם לעצטען בלאט, וואס דאס איז די לינק וואס דו האסט געלייגט, שטייט גארנישט וועגן פרידאם אכטצן, און איך קען נישט יעצט אדורכקוקן דעם גאנצן אשכול.
די סיבה
די וועג וויאזוי די מעין פעידזש אויף די וועב סייט איז אויסגעשטעלט מאכט דיר גראד טראכטן אז עס איז א סקעם
הן הכי טאקע (קרעדיט :יאכער) קען זיין אז סאיז נישט
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 4:23 pm
דורך טהור-עיניים
פאטאקי08 האט געשריבן:טהור
מאללעלוקע האט אויך פרובירט עפעס אויף דעם אופן דארט האט זיך עס יא אויסגעארבעט?
איך מיין אז יא
מאלעלוקא איז א ריזיגע סוקסעספולע פירמע, און איינס פון די גרעסטע מל"מ פירמעס אין אמעריקא.
דער ענין פון מל"מ בכלליות איז אן אריכות וואס כאב נישט קיין צייט יעצט אריינצוגיין אין דעם.
און דאס ביסטו גערעכט אז דער מעין פעידש קוקט אויס סוספישעס.
פארעפענטליכט: שבת פבואר 04, 2012 7:44 pm
דורך אויפריכטיג
אגב, אויף די ראדיא האב איך געהערט אז עס הייסט פרידאם 20, נישט אזוי?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 12:02 am
דורך טהור-עיניים
זעהט אויס אז אויף אנדערע סטעישאנס ווערט עס אדווערטייזד מיט אנדערע נאמבערס נאך דעם ווארט פרידאם, ווייל איך זעה אז דער סייט איז די זעלבע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 4:37 pm
דורך ביזנעסמאן
אינטרעסאנט אז מ'רעדט זיך אפ אז די קיינער גלייבט נישט אין די מולטי לעוול מארקיטינג. איך האב עטליכע באקאנטע וואס טוען גראדע אין די ביזנעס, ובפרט אין די עמביט-ענערדשי און ווי עס שיינט זענען זיי מצליח.
אט דא איז למשל איינער פון זיי
http://goo.gl/9hoSDוואס זאגט איר בכלל צו די אלע קאמפאניס? לוינט זיך אראפצוגיין פון קאן-עדיסאן און אריבערגיין צו די פארשידענע קאמפאניס? שפארט מען זיך טאקע אזויפיל געלט ווי זיי שפרעכן פאר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 9:05 pm
דורך שמערי בערי
כ'האב א חבר וואס האט אריינגעברענגט אומצאליגע קאסטומערס צו עמביט, ער זאגט מיר די וואך אז ער שפירט זיך שולדיג פאר זיי ווייל די ביללס זענען נישט נידעריגער און אמאל אפילו העכער, חוץ מזה וואס ער טענה'ט אז זיי האלטן נישט געהעריג ביים באצאלן.
דיסקלעימער: כ'נעם קיין שום שטעלונג, תגובה געשריבן בלויז וואס איינער האט מיר פארציילט קיין שום אחריות גענומען, ביטע נישט אראפ רייסן אויב איר ווייסט אנדערש. און כ'נוץ אויך עמביט גראדע.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 12:02 am
דורך טהור-עיניים
ביזנעסמאן האט געשריבן:אינטרעסאנט אז מ'רעדט זיך אפ אז די קיינער גלייבט נישט אין די מולטי לעוול מארקיטינג. איך האב עטליכע באקאנטע וואס טוען גראדע אין די ביזנעס, ובפרט אין די עמביט-ענערדשי און ווי עס שיינט זענען זיי מצליח.
אט דא איז למשל איינער פון זיי
http://goo.gl/9hoSDוואס זאגט איר בכלל צו די אלע קאמפאניס? לוינט זיך אראפצוגיין פון קאן-עדיסאן און אריבערגיין צו די פארשידענע קאמפאניס? שפארט מען זיך טאקע אזויפיל געלט ווי זיי שפרעכן פאר?
כ'קען דיר נישט ענטפערן אויף עמביט, נישט צו זיי זענען אויסגעהאלטן לגבי זייער ביזנעס און קאמפעסעישאן פלען, און נישט צו מען שפארט זיך געלט מיט זיי. אבער לגבי מולטי לעוועל בכלליות זענען דא זייער אסאך קאמפאניס וואס זענען זייער עכט און זייער אויסגעהאלטן, און מען קען מאכן אסאך געלט מיט זיי. און די סיבה פארוואס מענטשן שטייען אוועק דערפון ווי פון דאס ניין יעריגע איז דערפאר וואס אסאך זענען נישט אויסגעהאלטן, און פילע מענטשן זענען שוין אריינגעפאלן דערמיט, און אויך ווייל אסאך פון די יא אויסגעהאלטענע קאמפאניס באקומען אמאל אגענטן וועלכע פארשטייען נישט וואס דאס איז, און זיי פארקויפן עס ווי א פיראמיד, און די מענטשן וועלכע פאלן אריין דורך זיי טרעפן זיך מיט עפעס אינגאנצן אנדערש ווי דאס וואס מ'האט זיי פארקויפט, און קיין סופארט האבן זיי אויך נישט געהעריג ווייל זייער אפליין טויג אויך א רעטעך, ממילא מאכן די זאכן א שרעקעדיגע נאמען פאר מל"מ'ס. און וויבאלד דער געווענליכער מענטש האט נישט די כוחות און כלים מבחין צו זיין און אויסקלויבן וועלכע איז גוט און וועלכע נישט, מילא שטייט מען אוועק דערפון אינגאנצן.
פארעפענטליכט: שבת פבואר 11, 2012 9:44 pm
דורך געלינקטער
ביזנעסמאן האט געשריבן:אינטרעסאנט אז מ'רעדט זיך אפ אז די קיינער גלייבט נישט אין די מולטי לעוול מארקיטינג. איך האב עטליכע באקאנטע וואס טוען גראדע אין די ביזנעס, ובפרט אין די עמביט-ענערדשי און ווי עס שיינט זענען זיי מצליח.
אט דא איז למשל איינער פון זיי
http://goo.gl/9hoSDוואס זאגט איר בכלל צו די אלע קאמפאניס? לוינט זיך אראפצוגיין פון קאן-עדיסאן און אריבערגיין צו די פארשידענע קאמפאניס? שפארט מען זיך טאקע אזויפיל געלט ווי זיי שפרעכן פאר?
viewtopic.php?f=25&t=10564
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 2:55 pm
דורך מאנ-יימער
דא האסטו א הסבר איבער פרידאם 18