בלאט 1 פון 1

FREIGHT CLASS אינפארמאציע

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 12:56 pm
דורך bailout
צו אלע מיינע טייערע חברים,

אויב איר האט שוין אמאל געשיקט FREIGHT, האט איר זיך שוין זיכער אנגעשטויסן אין די קלעס קאטעגאריעס.

די פארשידענע קלעסעס לויפן פון 50 ארויף ביז כ'מיין 400, ווי קלענער די קלעס איז איז ביליגער צו שיקן.

יעצט זאל מיר איינער מסביר זיין וואספארא נוצן די קלעס ברענגט פאר די מענטשהייט?

ווי אויך וואס וועט פאסירן אויב איך באשלוס עס צו שיקן אלץ קלעס 60, ווען איך ווייס ניטאמאל אויב ס'איז די ריכטיגע?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:07 pm
דורך snax
די פרעיט קלעסס איז צו וויסען וויפיל פונט פאר א קיוביק פיס. ווי העכער די קלעסס איז די לייכטער די סחורה איז און עס איז ביליגער צו שיפען ווייל עס נעמט אויף מער פלאץ אין טראק.

למשל אז די האסט א באקס וואס איז 25 ביי 25 ביי 60 אויב לייגט דו אריין אין דארט פעדערען וועט די וואג זיין 10 LBS אין די קלעסס 500 אבער אויב לייגסטו אריין שטיינער וועט די וואג זיין 400 LBS און די קלעסס 70.

אויב לייגסטו אריין קלעסס 60 אין עס שטימט נישט אמאל וועגען זיי עס איבער און זיי וועלען דיר רעכענען לויט זייער וואג. געווענליך וועלען זיי נישט איבערקוקען די לענג, ברייט, און הייעך חוץ אויב עס איז קענבאר אז דאס איז נישט גערעכט.

איך האב צוגעלייגט דא אן עקסעלשיט וואס דו קענסט נוצען אויסצירעכענען די קלעסס.