בלאט 1 פון 1

הלכות טעותים ביי ביזנעס

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 4:13 pm
דורך מר. פאטאשאפ
א גוט טאגן אייך

ס׳איז מיר אויסגעקומען א אינטערעסאנטע שאלה לעצטנס און איך בין נייגעריג וואס די חוות דעת אייערע איז בנוגע די דאזיגע נושא

איז אזוי: מאכצעך בעולם ה׳ביזנעס אמאל אז מ׳מאכט א מיסטעיק, מ׳האט פארזעהן א פארדרוסליכע זאך, און דער קאסטומער איז שטארק ברוגז (מ׳זאל נישט וויסן)
למשל מ׳האט נישט דעליווערט א אייטעם אין צייט צו כדומה, און דער ביזנעס מאן פיהלט זיך זייער שטארק שולדיג, וויפיל איז די שיעור פון זיך אנטשולדיגן?

ס׳זענען דא וואס אנטשולדיגן זיך טויזענט מאל
און ס׳זענען דא וואס אנטשולדיגן זיך קיינמאל...

למעשה קען מען קיין טענות צום קאסטומער נישט האבן, דער קאסטומער האט די רעכט צו פיהלן ענטוישט
ווידעראום האט דאך א שיעור פארצוהאלטן א מענטש פארן זיך טועה זיין

אלזא, וואס קלערט איר איז די מיטל וועג

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 4:41 pm
דורך צולייגער
זאג אים איי עם ריעלי סארי, עס טוט מיר זיכער לייד, כהאב נאך אזוינס נישט געהאט, און שטרענג דיר אן אים צו מטיב זיין, דורכ'ן געבן די פאראכטענע מיט א טוויסט, דהיינו א באנוס אדער א אויסערארדענטליכע גוטע סערוויס וכו'.

דאס איז מיין מיינונג

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 4:46 pm
דורך מר. פאטאשאפ
נישט שלעכט, אבער ס׳זענען דא אזוילכע פארוועמען עס איז נישט גענוג די דאזיגע ווערטער, און אויב יא נעמען זיי עדווענטעדזש פאר די נעקסטע מאל וואס זיי קומען צו דיר אז דו מוזט זיי געבן ביליגער וכו׳

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 5:16 pm
דורך מאנ-יימער
מ'קען נישט זאגן א כלל,
ס'ווענדט זיך ווער די קאסטומער איז, וואס זיין נאטור איז, און ווי וויכטיג ער איז פאר דיין ביזנעס וואס אגב ער איז אסאך וויכטיגער ווי די מיינסט ווייל חברא חברא אית ליה און אפילו ער אליין געט דיך נישט קיין סאך ביזנעס וועט ער דיך רעקאמאנדירן פאר אנדערע, די ווארט 'די קאסטומער איז אלוועיס רייט' איז ביטער אמת אין דארפסט דאס אלץ האלטן אין קאפ,
א עצה איז תשובת המשקל אים צושטעלן די בעסטע סערוויס און אלץ זיין גרייט פאר אים, אויב וויל ער נעמען עטווענטדזש שמועס דיך דורך מיט אים אפן וואס ער האלט וויפיל די טעות איז ווערט, (חוץ אויב מ'רעדט פון א משו... וואס האלט די קומסט אים די וועלט ווייל ביסט שפעט מיט א טאג) און פארשטייט זיך אז מ'דארף אליין וויסן מבחין צו זיין ביי יעדע קאסטומער וויפיל מ'דארף נאכגעבן