בלאט 1 פון 1

גיי מיר זיך גרייטן צום יו"ט פסח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 1:53 pm
דורך משה קארנפעלד
פסח איז א צייט וואס מען קען נוצן די משל ווי יענע רעדנער האט אויסגעפירט "געלט, געלט און נאכאמאל געלט."

אויסער די עסן וואס מען דארף איינקויפן פאר יו"ט פסח קומט צו פולע זייטיגע זאכן וואס מען דארף זיך איינהאנדלן פון א מיקסער ביז א פשוטער לעפל צו קענען זיפן די פיש זאפט(אויב מען עסט) ווייל מען טאר דאך נישט בראקן. ווען דאס אלעס זאמעלט זיך אן פאלט עס צו לאסט, מען קוקט אריין אין די לעכעריגע טאש ואיננו, די לעכער זענען שוין נישט דא.

דעריבער, עקאנאמיש גערעדט, איז גוט יעצט אנצופאנגן קויפן צוביסלעך וואס מען דארף אז מען זאל נישט דארפן זיכן אויף איינמאל שווערע טויזנטער דאלארן, און פאר א באנעס קען מען יעצט געפונען זאכן אויף סעיל.

א שטייגער ביי מיר ווייס איך שוין יעצט אז איך דארף א נייע קעסעלע, טעלעפאן און טעלערס, זיך איך יעצט ווער עס האט א פיינעם סעיל און ווען מען געפונט עס פאקט מען עס אוועק פאר פסח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 2:11 pm
דורך צולייגער
אבער אין מיין דירה, און אזוי אויך אין רוב ווילי'ער קליינע דירות, איז א מורא'דיגע איבערלעבעניש אנצוקומען צו די פסח'דיגע זאכן און עס אוועקלייגן דארט

אויסער דעם טענה'ן די חברה אז פאר פסח קומט אראפ א גרויסע שפע, [פאר די הארדווער סטאר'ס אייגנטומער זיכער] סאו לוינט אפשר צו ווארטן אויף יעמאלט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 6:34 pm
דורך סביב העולם
נישט קיין שלעכטע איידיע משה!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 6:51 pm
דורך גראדער
וואו האלטסטו שוין ביי פסח? איך בין נאכנישט פארטיג מיט פורים... א מאסקעלע... א שנויץ... א משלוח מנות'ל... מ'דארף ''שוין'' אנהייבן... ס'דא א קורצער שושן פורים דעם יאר...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 8:01 pm
דורך סביב העולם
איך האלט אז משה האט נישט געסקיפט פורים חלילה
נאר וואס דען?
משה איז א איד וואס לעבט מיטן זמן!
די חוזה זי"ע זאגט: אז די וואכן זענען אנטקעגען די ימים טובים, דיזען וואך פרשת 'בא' איז נגד יו"ט 'פסח'
כ'האף אז אצינד פארשטייט מען דעם אשכול

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 8:06 pm
דורך jkup50
גראדער האט געשריבן:וואו האלטסטו שוין ביי פסח? איך בין נאכנישט פארטיג מיט פורים... א מאסקעלע... א שנויץ... א משלוח מנות'ל... מ'דארף ''שוין'' אנהייבן... ס'דא א קורצער שושן פורים דעם יאר...

און וואס טוטזיך ביז פורים איז דאך אויך נאך דא אפאר פרשיות!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 9:03 pm
דורך לכל זמן
איך האף אז דו רעדסט פון פסח תשע"ג... ווייל די ווייבער שוהל האלט שוין סאך ווייטער, דארט גרייט מען זיך שוין אויפ'ן קאנטרי סעזאן.
*
דאס איז גראדע זייער א גוטער געדאנק.
די וואס קענען נישט איינקויפן צוליב פלאץ וכדו', קענען נעמען א קאנווערט און אריינווארפן אפאר גרייצער וועכנטליך ביז פסח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 10:03 pm
דורך משה קארנפעלד
אוודאי געוויס לכל זמן, ביז צוויי וואכן איז שוין די פסח תשע"ג סעזאן געשלאסן.

היינט האבן מיר ב"ה זיך איינגעהאנדעלט א טעלעפאן און א קעסעלע אויף סעיל און אריין געלייגט אין די אזוי גערופענע פסח שאנק, אזוי גערופן ווייל עס איז קיין שאנק, איך וואוין אין א פיצקעלע דירה פונקט ווי צולייגער און אלע אנדערע אידן אין מיין ליבליכן שטאט וואס פיטערט דעם עולם מיט פאלושען פון די בי קיו אי.

אז שוין יא געקויפט ווי א אשה לאמיך כאטש טראכטן ווי זיי און מיך זעלבסט אריין פירן אינעם עולם הדמיון ווי איך שטיי צוויי טעג פאר פסח אין די לאנגע שורות מיט 17 זעקלעך אויף די אקסלן פון אלע צרכי יו"ט און מ'דארף נאך טרעפן פלאץ אויף דעם אצבע צו האלטן דעם קעסל, אוי ווי שווער דאס וואלט געווען, נאכאמאזל...וכו'

סביב, אזא גוטן פשט האט איך נישט געקלערט.

נאכן ענדיגן איינקויפן פאר פסח גיי מיר זיך נעמען אוועק פאקן דעם סוכה.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 1:47 am
דורך דער קוטשער
נו וודאי גרייט מיר זיך צום פסח,
מיר האבן די וואך אנגעהויבן קלויבן אין מאלן ווייץ לשם מצות מצוה.