בלאט 1 פון 1
קוויק-בוקס טיפס און טריקס
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 12:21 pm
דורך שמעק_טאביק
שוין א לענגערע צייט וואס איך טראכט צו עפענען דעם אשכול.
איך האב קודם געסוירטשט פאר אן ענליכן אשכול, אבער נישט געקענט טרעפן. אויב טרעפט איר עס יא (מאנ-יימער, איך קוק אויף דיר), דאן קען מען עס צוזאמעשמעלצן.
קוויק-בוקס ווערט רייכער פון יאר צו יאר, מיט פארשידענע מעלות וואס רוב עולם כאפט נישט אויף. און בכלל זענען פאראן אזויפיל טריקס, אפילו אין די פריערדיגע ווערזשאנ'ס, וואס קען פארגרינגערן פארן באנוצער.
צב"ש, אין יאר 2011 האבן זיי צוגעלייגט אז מען קען מאכן א "בעטש-אינוואויס". דהיינו, למשל איר האט 10 קאסטומערס, און אלע מאכן אקוראט דעם זעלבן ארדער. אנשטאט מאכן 10 אינוואויסעס פאר יעדן באזונדער, קען מען מאכן בלויז איינס, און אויסקלויבן די 10 נעמען, און אלע באקומען דעם זעלבן אינוואויס.
אבער אפילו נאך פון בעפאר דעם (איך ווייס נישט פון וועלכע יאר) איז פאראן אן אפציע (ביי EDIT מעניו) וואס רופט זיך Duplicate. דאס הייסט עס מאכט א קאפיע פון דעם טרענזעקשאן אויפן ווינדאו. מען קען עס נוצן סיי ביי אינוואויסעס (און העכסטנס טוישט מען דעם נאמען שפעטער), אדער ביי בילס, אדער טשעקס. צב"ש איך האב געמאכט א טשעק פאר איינעם צו באצאלן עפעס, מיט מעמא'ס און אנדערע משוגעת'ן צוגעשריבן, און איך האב יענעם געדארפט מאכן דעם זעלבן טשעק א צייט שפעטער. אנשטאט אלעס איבערשרייבן אויף א נייעם טשעק, האב איך געעפנט דעם אלטן טשעק, און געמאכט Duplicate Check, און קוויק-בוקס האט מיר געמאכט א קאפיע אויפן היינטיגן דאטום. אין א סעקונדע.
כסדר האב איך אזעלכע טיפס וועלכע קענען פארגרינגערן. איך האף צוצולייגן כיד ה' הטובה עלינו. און איר טייערע לייענער זענט אויך מכובד, אויב זעהט איר עפעס וואס קען צוהעלפן, א קלייניגקייט וואס דארף נישט א באזונדערן אשכול, שרייבט עס דא און זייט מהנה אנדערע, אל תמנע טוב מבעליו.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 12:31 pm
דורך מאנ-יימער
וועל איך צוליב טון,
דא האסטו
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 12:34 pm
דורך שמעק_טאביק
א דאנק.... אבער איך האב שוין דאס אדורכגעקוקט. און נישט געטראפן וואו אריינצושטעלן מיינע פאר צענט. אשר ע"כ האב איך דאס געעפנט..
מאנ-יימער, חוץ דעם וואס דו ביסט א ת"ח, ביסטו אויך אויסערגעווענליך פלינק! איך באוואונדער דיינע טאלאנטן......
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 12:58 pm
דורך מאנ-יימער
א דאנק פארן קאמפלימענט
צו טוישן די דעיט ביי סיי וועלכע פעיזדש, אינוואויסעס, טשעקס אד"ג היילייט די דעיט און קליק פלאס אדער מיינוס צו ריקן איין טאג ארויף אדער אראפ אדער M צו ריקן צו די ערשטע פון די חודש נאכאמאל M ריקט צוריק נאך א חודש און אזוי ווייטער,
די זעלבע זאך איז Y פאר די יאר
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 1:07 pm
דורך דארפסמאן
T איז פאר היינט TODAY, אויב עס איז דא איינער וואס ווייסט נישט
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 1:18 pm
דורך שמעק_טאביק
אקעי, די פאלגענדע טיפ קען אויסקוקן אביסעלע קאמפליצירט, אבער אז דו פאלאוסט סטעפ-ביי-סטעפ, איז עס גאר גרינג.
יארן האב איך זיך געפלאגט מיט די פיצעלע אותיות וואס קוויבוקס שטעלט אהער. סיי ביי די קאסטומער ליסט, ווענדאר ליסט, אינוואויסעס, א.א.וו. (ביי פרינטעבל זאכן, ווי רעפארטס, קען מען סעטן די סייז, אבער נישט ביי די אויבנדערמאנטע זאכן.) אויב זענט איר אויכעט פון די וואס פלאגן זיך דערמיט, איז דאס די עצה:
עס איז פאראן א וועג צו טוישן, סיי די סארט פאנטס וועלכע קוויק-בוקס נוצט (נישט וויכטיג, עס איז גאנץ באקוועמע אותיות), און סיי די גרויסקייט דערפון!
דאס איז וואס דו דארפסט צו טון:
1. בשעת ביסט אין קוויק-בוקס, דרוק F2, עס וועט ארויסקומען די אינפארמאציע פון קוויקבוקס.
2. דאן דרוק F3, און אין יענעם ווינדאו דרוק די טעב Open File.
3. פון די ליסטע אויף פיילס, סעלעקט QBW.INI, און אויף די רעכטע זייט דרוק Open File (זעה בילד #2).
4. עס וועט זיך עפענען דער פייל מיט Notepad. דא קומט די שווערע חלק. דארפסט צושרייבן איין שורה. געווענליך קוויק-בוקס' "דיפאולט" סייז איז 10. איך האב געוואלט איין נומער גרעסער, האב איך צוגעלייגט אונטער דעם [FONTS] קאמענד, אויפגעשריבן FontSize=11. קענסט מאכן 12 אז דו ווילסט נאך גרעסער. (זעה בילד #1)
5. דערנאך סעיוו דעם פייל. אסאך מאל דארף מען פארמאכן און צוריק עפענען קוויק-בוקס אז עס זאל אריינגיין אין עפעקט.
עס וועט אייך זיין פיל גרינגער ווי ביז היינט. הצלחה!
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 1:48 pm
דורך חשמל
מאנ-יימער האט געשריבן:א דאנק פארן קאמפלימענט
צו טוישן די דעיט ביי סיי וועלכע פעיזדש, אינוואויסעס, טשעקס אד"ג היילייט די דעיט און קליק פלאס אדער מיינוס צו ריקן איין טאג ארויף אדער אראפ אדער M צו ריקן צו די ערשטע פון די חודש נאכאמאל M ריקט צוריק נאך א חודש און אזוי ווייטער,
די זעלבע זאך איז Y פאר די יאר
ווי אויך קען מען פשוט טייפן די דעיט אן לייגן דעם סלעש, למשל פאר די היינטיגע דעיט לייגט מען 0120 (די יאר קומט אליינס ארויף)
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 2:56 pm
דורך אויפריכטיג
שמעק_טאביק האט געשריבן:אקעי, די פאלגענדע טיפ קען אויסקוקן אביסעלע קאמפליצירט, אבער אז דו פאלאוסט סטעפ-ביי-סטעפ, איז עס גאר גרינג.
יארן האב איך זיך געפלאגט מיט די פיצעלע אותיות וואס קוויבוקס שטעלט אהער. סיי ביי די קאסטומער ליסט, ווענדאר ליסט, אינוואויסעס, א.א.וו. (ביי פרינטעבל זאכן, ווי רעפארטס, קען מען סעטן די סייז, אבער נישט ביי די אויבנדערמאנטע זאכן.) אויב זענט איר אויכעט פון די וואס פלאגן זיך דערמיט, איז דאס די עצה:
עס איז פאראן א וועג צו טוישן, סיי די סארט פאנטס וועלכע קוויק-בוקס נוצט (נישט וויכטיג, עס איז גאנץ באקוועמע אותיות), און סיי די גרויסקייט דערפון!
דאס איז וואס דו דארפסט צו טון:
1. בשעת ביסט אין קוויק-בוקס, דרוק F2, עס וועט ארויסקומען די אינפארמאציע פון קוויקבוקס.
2. דאן דרוק F3, און אין יענעם ווינדאו דרוק די טעב Open File.
3. פון די ליסטע אויף פיילס, סעלעקט QBW.INI, און אויף די רעכטע זייט דרוק Open File (זעה בילד #2).
4. עס וועט זיך עפענען דער פייל מיט Notepad. דא קומט די שווערע חלק. דארפסט צושרייבן איין שורה. געווענליך קוויק-בוקס' "דיפאולט" סייז איז 10. איך האב געוואלט איין נומער גרעסער, האב איך צוגעלייגט אונטער דעם [FONTS] קאמענד, אויפגעשריבן FontSize=11. קענסט מאכן 12 אז דו ווילסט נאך גרעסער. (זעה בילד #1)
5. דערנאך סעיוו דעם פייל. אסאך מאל דארף מען פארמאכן און צוריק עפענען קוויק-בוקס אז עס זאל אריינגיין אין עפעקט.
עס וועט אייך זיין פיל גרינגער ווי ביז היינט. הצלחה!
WOW!!!
איך מוטשע מיך שוין זייער לאנג דאס צו טרעפן איך האב שוין געהאט אויפגעגעבן.
א גרויסן יישר כח און א ספעציעלע דאנק פארן עפענען דעם אשכול עס קען זייער גוט צוניץ קומען און איך האף אי"ה אויך צוצולייגן די טיפס און שארט קאטס וואס איך באניץ זיך.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 21, 2012 7:47 pm
דורך סביב העולם
שוין לאנג געווארט אויף די אלע טריקס שקויעך
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 22, 2012 12:57 pm
דורך פאטאקי08
דארפסמאן האט געשריבן:T איז פאר היינט TODAY, אויב עס איז דא איינער וואס ווייסט נישט
יא
איך בין היינט דאס געוואר געווארן
שכח
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 9:32 pm
דורך שמעק_טאביק
מאנ-יימער האט געשריבן:א דאנק פארן קאמפלימענט
צו טוישן די דעיט ביי סיי וועלכע פעיזדש, אינוואויסעס, טשעקס אד"ג היילייט די דעיט און קליק פלאס אדער מיינוס צו ריקן איין טאג ארויף אדער אראפ אדער M צו ריקן צו די ערשטע פון די חודש נאכאמאל M ריקט צוריק נאך א חודש און אזוי ווייטער,
די זעלבע זאך איז Y פאר די יאר
נאך א ענליכע נוצבארע טריק איז דא, צו ריקן דעם דאטום מיט א וואך צוריק/פאראויס, אדער א חודש צוריק/פאראויס. (זייער געאייגענט פאר איינער וואס וויל מאכן העד-טשעקס פאר יעדע חודש, אדער יעדע וואך).
בשעת די שטייסט ביי א דעיט פיעלד אין קוויק-בוקס, נוץ די צוויי
[] קנעפלעך (רעכטס גייט א וואך ווייטער, לינקע א וואך צוריק), און די אונטערשטע צוויי קנעפלעך (
,ף אין אידיש, נעבן די ENTER קנעפל), מאכט עס ביי חדשים. (זעה בילד)
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 9:37 pm
דורך נישט קיין פראבלעם
און די פלאס און די מיינוס העכער דעם פאר א טאג ריקן
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 11:15 pm
דורך געשמאקער
Wow, excellent tips,
Thank-you
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 9:01 am
דורך קונצען
ביי 2012 זע איך אז איך קען נישט קלענער מאכן א סקרין אין quick books למשל איך זאל קענען האלטן אפען 2 ריפארטס און די זעלבע צייט ווייסט איינער אויב סאיז דא א סעטינג פאר דעם? ישר כח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 12:31 pm
דורך קונצען
שכוח פאר די הילף אין אימעל איך ווייס נישט ווי אזוי איך האב עס פארזען אבער סאיז ביי די פרעפענסעס
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 11:19 am
דורך שמעק_טאביק
פון יאר 2011 האבן זיי א פיטשער אז מען קען אריינסקענען די חתימה אין קוויק-בוקס און ווען איר פרינט א טשעק קומט ער ארויס גע'חתמ'עט מיט אייער חתימה. עס קען שפארן צייט, בפרט ווען איר פרינט למשל 25 טשעקס, און אנשטאט גיין חתמ'ענען יעדע איינע און די האנט זאל אייך וויי טאן, איז מלאכתו נעשית ע"י קוויקבוקס.
* * *
אין די לעצטע פאר יאר האבן זיי א לינק וואס רופט זיך "מעפ" (מאפע) אונטער יעדן קאסטומערס אדער ווענדארס נאמען. אז איר קליקט דערויף, באקומט איר תיכף ומיד א מעפ (פון גוגל מעפס) פון אייער לאקאציע ביז דעם קאסטומערס אדרעס! ס'איז זייער נוצבאר, און אסאך מענטשן נעמען דאס נישט אינאכט.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 4:30 pm
דורך מטל
ווייסט איינער וויזוי מקען מאכן REDO און QUICK BOOKS?