בלאט 1 פון 1

ביזנעס אויפן אונטערנעט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 17, 2012 10:13 am
דורך derech eretz
ס'האט זיך געעפענט א אידישע סייט וואס פארשפרעכט צו געבן אלע אינפארמאציע צו גיבן א געלעגנהייט פאר פשוט’ע מענטשן צו מאכן געלט דורך די אינטערנעט
yiddishgelt.com/

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:13 pm
דורך ד. פריעדמאן
א גוטן כבוד הרב דרך ארץ, איך פיל זיך אביסל אומבאקוועם אראפ צו רייסן א וועבזייטל וואס איינער פון די חברי הקרעטשמע האט אויף געברענגט, נאך דערצו אז איך ווייס נישט וואס דיין שייכות מיט דעם בעה"ב פון דעם סייט איז, אבער איך פיל אלס דעם לא תעמוד מיז איך דאס אויפמערקן.

אלס איינער וואס טוט ביזנעס אויף די אונטערנעט שוין איבער א יאר ( נאך נישט געטאטשט איבעי און עמעזאן! ), קען איך זיך אביסל אויס מיט די טאקטיקן וואס מענטשן - אין די גוי'אישע וועלט - ניצן אריין צו כאפן קונים, אזאלדע מינע 'מאך אסאך געלט שנעל' סקעם'ס זענען צעזייט און צעשפרייט אויף די אונטערנעט און דו קענסט זיי טרעפן איבעראל, אסאך מאל קענען זיי אויסזען אזוי גוט אז דו וועסט זיך נישט חלום'ען אז עס איז א סקעם. און זיי שלעפן ארויס שווערע געלטער פון מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי גייען אמאל צוריק זען זייער געלט מיט פראצענטן. איך פלעג אייביג טראכטן צו מיר, מי כעמך ישראל ? אזוי פיל גוי'עם מאכן גרויס געלט אויף אזעלכע זאכן און ביי אידן איז עס נישט דא ב"ה.

למעשה, זעה איך דעם וועבזייטל, און עס דערמאנט מיר שטארק פון דעי אלע 'ווער רייך איבער נאכט' וועבזייטלעך, קודם כל, שרייבט ער גראדע איבער גאנץ גוטע נושאים, ווי אפיליעט מארקעטינג, אי-מעיל עדדס און ליסטעס, און נאך. אבער פון זיין שפראך דערקענט זיך אז ער איז נישט דערביי, ער האט נאך די זאכן - לכאורה - קיינמאל נישט פראבירט, דערנאך ביי 'פרי גיפט'ס' האט ער דארטן א דריי פיר ביכער וואס ער לאזט דאונלאעדן בחינם - אויב דו געסט אים דיין אי-מעיל עדרעס, און דאס ווי אויך די 'דאונלאעד נאו' קנעפל - וואס רידיירעקט דיך צו די ענטער אימעיל פעידזש - דערמאנט מיר אויך זייער שטארק פון דעי סקעם'ס וואס דרייען זיך אלס אויף די אונטערנעט. און יעצט צו דאס וואס האט מיר געברענגט צו שרייבן דעם ארטיקל, אויף זיין 'פראדאקטס' פעידזש האט ער עפעס וואס דארף אויסלערנען ווי אזוי צו מאכן $700 און פונעף טעג... לויפט נישט! עס איז א שאד! קיין שום בוך, די. ווי. די., אדער וואס אנדערש - אויסער א דזשאב - גייט דיר נישט ברענגען קיין זיבן הונדערט דאלער אין פונעף טעג! אויב יא, דאן ברענג מיר גוטע באווייז - ווייל איך גיי דיר נישט גלייבן אויפן ווארט - און איך וועל דיר נאכגיין!...

וואס עס באדערט מיר אזוי איז די צוגאנג, דו קענסט פארקויפן שטרוי פאר א טויזענטער א פונט, נאר זאג פאר יענעם וואס ער באקומט פאר דעם פרייז. גיי נישט פארקויפן אז דו קענסט יענעם רייך מאכן איבער נאכט ווען דו קענסט נישט.

אנטשולדיגט מיר פאר מיין שארפקייט, אבער אלס אינער וואס האט מיט געהאלטן מער ווי איין געשיכטע פון אינגעלייט וואס זיכן דזשאבס אין די היינטיגע עקענאמיע און קענען נישט טרעפן ענדע חודש קומט און מען דארף באצאלן רענט און עס איז נישט דא פון ווי, לויפט מען גוגלען פאר דזשאבס און געלט און מען פאלט ערענסט אריין!... און יעצט קענסטו שוין האבן די אלע סקעם'ס אויף ריין אידיש מאמע לשון! נאכאמאל, עס מיז נישט זיין אז עס איז א סקעם, עס קען אבער זיין, און אלס איינער וואס ווייסט וויפיל עס האט שוין אפגעקאסט ברענגט עס מיר ארויף די בלוט אין קאפ.

איך האף דו פארשטייסט איך מיין עס נישט פערזענליך.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:24 pm
דורך derech eretz
קאפי פון דעם אויבנדערמאנטען סייט (עס האט גארנישט מיט מיר, כ'בין אנגעקומען צו דעם ווייל ער איז א שרייבער אויף די נושא אין די וועכענטליכע בעל הבית אימעילס)

איך וויל אבער נישט אז איר זאלט מאכן א פארקערטע טעות: מיינט נישט אז דורכ’ן מאכן געלט אויף די אינטערנעט קען מען שנעל רייך ווערן און פארוואנדלט ווערן אין א מיליאנער איבערנאכט… קיינער האט נישט געזאגט אז ס’איז א גרינגע זאך און אז די געלט וועט קומען צו פליסן פון זיך אליין.

די אינטערנעט איז בלויז א כלי וואס קען אייך העלפן אנצוקומען צו אייער ציל, אייער ציל פון באקומען קאנטראל אויף אייערע קרעדיט קארד בילס, אייער ציל צו האבן אפאר עקסטערע דאלאר אין טאש פאר זאכן וואס איר ווילט שטארק האבן, און אייער ציל צו האבן א שטיקל פינאנציעלע סעקיוריטי אין די היינטיגע שווערע עקאנאמיע.

אפילו אויב איר זאלט בלויז מאכן 10$ עקסטערע דאלאר א וואך דורכ’ן אינטערנעט, מיינט דאס אז איר וועט האבן עקסטערע 500 דאלאר פאר א נייע דיינעט טיש אדער פאר א שיינע קערה אויף פסח.

און במשך דעם יאר וועט איר האבן געלערנט נייע טאלאנטן וואס וועט אייך אויסשארפן, און מיט אייערע פרישע ידיעות וועט איר שוין קומענדיגעס יאר קענען פארדינען 20$ א וואך, און אזוי ווייטער.

אויב זוכט איר א וועג צו קענען גלייך ארויסגיין פון חובות און אויפגעבן אייער יעצטיגע דזשאב, ביטע דרוקט יעצט דעם back קנעפל אויף אייער browser. דער בלאג איז נישט געמאכט פאר אייך. דער בלאג איז געמאכט געווארן פאר די וואס זענען גרייט זיך צו לערנען פון מיין ערפארונג, און די וואס ווילן דערגרייכן עפעס מער.

אלזא, זענט איר גרייט?

כאפט א באזוך אינעם בלאג און באקענט אייך אביסל מער מיט אונזערע סערוויסעס.

יא, איר קענט!

עכ''ל הסייט הנ''ל

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:43 pm
דורך מאשקע
דרך ארץ איז לכאורה גערעכט. איך האב אויך באקומען דעם זעלבן איינדרוק ביים ליינען סיי דעם בלאג און סיי די בעה"ב ארטיקלען. ער ברענגט עס קלאר ארויס אז דו גייסט נישט ווערן קיין עושר איבערנאכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 4:38 pm
דורך ד. פריעדמאן
ווי געשריבן אויבן, איך זאג נישט קיין זיכערע זאך אז ער איז א סקעמער, עס האט מיר נאר אזוי אויסגעקוקט פון דעם וועג ווי אזוי ער גייט זיך אום ספעציעל פון דעם אז ער שרייבט דארט עפעס אז ער קען אייך אויסלערנען ווי אזוי צו מאכן $700 און 5 טעג.
דאס אז ער שרייבט ארויס אז עס איז נישט קיין זיכערע זאך איז שוין א גוטע סימן איך האב עס אבער פארזען, און אלס אינער וואס טוט דעראון ווייס איך אז אונטער נעט איז א פול טיים דזשאב און כדי ארויס צו שלעפן א דאללער דערפון מיז מען זיך געהעריג אפגעבן דערמיט נאכדערצו אז איך האב פערזענליך מיט געהאלטן פון אפאר אינגעלייט אין מיין עידזש ווי אזוי זיי זענען מיס אריין געפאלן האב איך אביסל 'אווער ריעקטעד'. און איך אנטשולדיג זיך דא ברבים.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 7:11 pm
דורך שוועמל
שוין געווען דא א אשכול דערוועגן.
פון א ניק 'אינטערנעט מארקעטר' וואס האט געמאכט א סייט אויף אידיש http://internetmarketinginyiddish.com/.