בלאט 1 פון 3

עמעזאן שווינדעל...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 1:48 am
דורך און וואס נישט
איך האב געהאט א שרעקליכע מעשה פאר געציילטע טעג צירוק, וואס האט מיר מורא׳דיג צוטרייסעלט, און איך וויל עס מיט טיילען מיטן עולם, כדאי מען זאל טאקע וויסן וויאזוי זיך אויסצוהיטן פון אזעלכע אינצודענטן, כאטשיג מען קען זיך פון באשעפער נישט ארויס דרייען, פונדעסטוועגן איז דאס נישט טייטש אז יעדער מיז א דורך גיין וואס דער צווייטער איז א דורך, ווייל אין הקב״ה בא בטרוניא עם בריותיו, און אז מען לערענט עפעס פון אזעלכע סארט מעשיות, און מען לאזט עס נישט דורך סתם, מען פארשטייט אביסל די רמזים פונעם אויבערשטען, קען מען דורך דעם אלעס פארשפארן.

די מעשה איז געווען אזוי, איך האב ארויף געלייגט א געוויסער אייטעם צו פארקויפן אויף עמעזאוין, אן ערך פון איבער $400 ווערט, עס האט נישט לאנג געדויערט, באקום א אימעיל, מיט א מעסעדז וואס עס איז געשיקט געווארן דורך די עמעזאן וועב סייד, אז אזוי ווי ער איז אינטערעסירט צו קויפן דעם אייטעם, וויל ער אז איך זאל אים שיקן א פיקטשער פון דעם אייטעם, און ער לייגט צו די סיבה דערצו פשוט אלץ סקיורעטי, צו זיין זיכער אז איך האב טאקע דעם אייטעם, ווי זאגט די וועלט ״אויפען גנב׳ס קאפ ברענט דאס היטל״.

עס איז מיר טאקע געווען אינטערעסאנט, ווייל עמעזאן איז געניג סקיורט אז אויב סיי וואס עס געשעהט און דער קונה באקומט נישט זיין אייטעם, קען ער דאך צירוק באקומען זיין געלט, אבער כך היה המעשה, איך האב נישט ציפיל געטראכט געכאפט צוויי פיקטשערס און געגאנגען געשיקט, וואס קען שוין זיין.

פארשטייט זיך דאך אז איך האב עס געוואלט שיקן ווי שנעלער, כדאי אז די זאך זאל כאטשיג נישט זיין קיין אפהאלט פארן קונה צו עס קויפן, און טאקע דערפאר וואס איך האב נישט ציפיל געטראכט האב איך מיר מיעס באנארישט און עס געשיקט גראד פון מיין אימעיל, ווייל אינעם מעסעדז האט ער מיר געגעבן זיין אימעיל אדרעס, אז איך זאל אים עס דארט אהין שיקן, איך וואלט פשוט געדארפט ריפלייען מיט די פיקטשער׳ס צו דעם מעסעטש וואס ער האט געשיקט דורך עמעזאן, געכאפט האב איך מיר, אבער א מינוט נאך דעם, עס איז שוין געווען צו שפעט.

איצטער האט ער שוין גארנישט געדארפט, ער האט שוין געהאט מיין אימעיל אדרעס, איז א טאג דערויף, קוקט אויס אז דער יעניגער איז געווען גאר שטארק צופרידן פון די פיקטשערס, באקום איך א אימעיל פון עמעזאוין אז דער אייטעם איז סאלד אואט, און איך דארף עס אפשיקן, כרגיל, איך האב מיר שוין געריבן די קעשענעס, וואס הייסט איך האב געמאכט היינט איבער $400 לאו בכל יומא הוא מתרחש.

איך האב מיר טאקע גענומען צו דער עבודה גוט איינגעפאקט דעם אייטעם, אזוי אז דער קאסטעמער זאל זיין צופרידען, און ויסעו מען לאזט זיך ארויס צום פאסט אפיס, א קליינעקייט מען גייט עס ארויס שיקן נאך אינעם זעלבן טאג פינעם ארדער, וואס קען זיין בעסער ווי דעם.
אזוי ארום דרייענדיג אין פאסט אפיס זוכענדיג די ריכטיגע שיפינג באקס, האב איך מיר דארט אויפגעהאלטן עטליכע מינוט, און א סייעתא דשמיא האב איך געהאט אז די חברה האבן נישט געהאט דעם סייז באקס וואס איך האב געדארפט, איז וואס טוהט מען דא, וועל איך עס מיזן שיקן אזוי ווי עס שטייט און גייט, מיטן פיקטשער אויפען באקס, שוין נישט באטעמט אבער וואס קען איך טוהן, איך גיי נישט יעצט גיין אין די גאסן זיכען א גוטן באקס פאר דעם.

אזוי ווי איך שטיי און איך ישוב מיר פאלט מיר איין, לאמיר קודם נאכקוקען דעם אקאראטן שיפינג אדרעס אונליין אין מיין אקאונט, ווייל די מעשה איז געווען אז אין די אימעיל וואס איך האב באקומען פון עמעזאן אז די אייטעם איז סאלד אואט איז געשטאנען די שיפינג אדרעס, און אויך אלע אינפארמאציע בנוגע דעם אייטעם, דאס הייסט זיין נאמען, בילינג אדרעס, שיפינג אדרעס, אימעיל אדרעס, און מיין אימעל אדרעס, און אויך פאר וויפיל די אייטעם איז געווארן פארקויפט, פלאס די שיפינג קאסט, און וויפיל עמעזאן קאמישן איז, און וויפיל מיין קאמישן איז בסך הכל.

בשעת׳ן זעהן די ערשטע מאל דעם אימעיל גראד ווען עס איז אנגעקומען, איז עס מיר עס געווען זייער אינטערעסאנט, ווייל עמעזאן שיקט קיינמאל נישט אין אזא אימעיל קיין שום איפארמאציע, ניטאמאל די קונה׳ס נאמען אדער זיין שיפינג אדרעס, עס שטייט נאר אז די אייטעם איז געווארן פארקויפט, און אז איך וויל וויסן מער פרטים דארף איך ארויף גיין אונליין אין מיין אקואנט, אבער דא ביי דעם פאל, איז דאך געשטאנען אלעס אינעם אימעיל, ממילא בין איך נישט געגאנגען איבער קוקען דעם שיפינג אדרעס, ווייל איך האב דאך עס שוין געהאט אויפען אימעיל, איך האב געטראכט אז מן הסתם איז עמעזאן געווארן מער פארגעשריטן און זיי שרייבן שוין יא מער פרטים, אזוי ווי איבעי שרייבט דאך אויך מער פרטים.

דער אמת איז אז די נאמער׳ן וואס איז געשטאנען דארט פאר וויפיל עס איז געווארן פארקויפט, און וויפיל די שיפינג האט געקאסט, און וויפיל מיין און עמעזאוינ׳ס קאמישען איז, האט בכלל נישט געשטימט, נאר איך האב געטראכט אז איך דארף עס טאקע אויסטשעקן אונליין אבער עס קען זיין שפעטער אויך, קודם דארף איך עס ארויס שיקן.

למעשה איז מיר עפעס איינגעפאלן אז איך זאל נאכקוקען די פינקטליכע אדרעס אונליין, נישט ווייל איך האב עפעס חושד געווען, נאר דערפאר ווייל איך האב עס געוואלט שיקן צום ריכטיגן אדרעס, און דארט וועל איך עס זעהן ריכטיג, שוין איך נעם ארויס דעם טעלעפוין פון טאש, און מען טייפט אריין אין גוגל עמעזאוין, בקיצור איך דערזעה מיר אין מיין סעלער אקאונט און איך קוק מיר אזוי אום, מיי ארדער׳ס, גארנישט... איך זעה נישט דעם ארדער, געב איך א קוק אין מיין אינוועטארי און ער איז דארט, ער איז נאך אקטיוו, למעשה האב איך נאר געהאט איין פון דעם אייטעם, און אויב וואלט עס איינער געקויפט וואלט ער דאך געווארן אומאקטיוו.

ערשט יעצט האב איך מיר אנגעפאנגן כאפן אז עפעס טויג נישט דא, איך האב א כאפ געטוהן דעם טעלעפוין די ערשטע זאך קאלט מען עמעזאן, בקיצור זיי זאגן מיר אויך אז זיי זעהן נישט אז זיי האבן מיר געשיקט א אימעיל בנוגע אז דער אייטעם איז געווארן פארקויפט, נאר א ש׳כח אימעיל ווען איך האב עס ארויף געלייגט, דער גאנצע זאך איז איין שטיק בלאף, און דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן ממש די לעצטע מינוט פארן ארויס שיקן צו דעם טערעריסט.

למעשה האב איך זיי געפרעגט וואס זיי טוהען צו פראטעקטן זייערע סעלערס און די פיוטשער, האבן זיי מיר געזאגט אז זיי קענען גארנישט טוהן, איך דארף עס ריפארטן, און ער האט מיר אנגעוויזן ווי צו גיין צו ריפארטן פאר עמעזאן דעם שייגעץ.

למעשה האב איך דאך געהאט זיין yahoo אימעיל אדרעס אויך, וואס ער האט מיר דאך געגעבן אז איך זאל אים דארט אהין שיקן די פיקטשער׳ס, בין איך געגאנגען און עס ריפארט פאר yahoo זיי האבן א ספעציעלע פארם אויסצופילן ווען איינער אביוסט זיין אקאונט.

דער אימעיל וואס דער צידרייטער האט געשיקט אז די אייטעם איז געווארן פארקויפט, איז געקומען פון amazon.payments@amazon.com ממש כמעט די זעלבע אדרעס פון וואס עמעזאן שיקט ארויס אזעלכע מעסעטשעס.

למעשה אויף אזויפיל האב איך געטוהן און באווארענט אז דער משוגענער זאל נישט קענען שיקן נאך אזעלכע סארט אימעילס פון דעם אקאונט, דורך דעם וואס איך האב עס ריפארט פאר gmail אלץ פישינג, דאס הייסט אזוי, gmail האט א ספעציעלע אפטשען אויף אזעלכע סארט אימעיל׳ס, אויף די רעכטע זייט פון די אימעיל לעבן די ריפליי באטן, איז דא א עראוי, אז מען קליקט דעם עראוי איז דא דארט פארשידענע אפטשענ׳ס, איינע פון די זאכן איז
"Report phishing"
אז מען קליקט דאס אויף א אימעיל, גייט עס גראד אריין אין ספעם, און אויך פון היינט אין ווייטער ווען דער פארשוין גייט שיקן א אימעיל פון דעם אקאונט גייט עס גראד אין ספעם, און אויך באקומט עס א רויטע מארק פון אויבן מיט א ווארענונג אז די אימעיל קען זיין קומט נישט פון דעם פלאץ פון ווי עס שטייט אז עס קומט, וכו׳.

דאס איז בסך הכל וואס איך האב געקענט טוהן, מער פון דעם ווייס איך נישט וואס איך וואלט געקענט טוהן, עס האט מיר זיך נאר פארגליסט אים מיעס מסדר זיין, אבער איך האב נישט געהאט קיין וועג וויאזוי, ממילא האב איך אים געלאזט לויפן, און איך האב למעשה מער נישט געהערט פון אים.

וואס איך בין מורא׳דיג נתרגש געווארן איז פון די געוואלדעגע סייעתא דשמיא וואס די אויבערשטער האט מיר געגעבן ממש די לעצטע מינוט, א האר האט געפעלט אז איך זאל דא פארלירן איבער $400 איך האב פארשטאנען דעם רמז אז פון הימל זאגט מען מיר, רעדט דיך נישט אזוי אפ אויף דיין מצב, די אויבערשטער האלט חשבון אויף יעדן דולר, נישט נאר וואס די זאלסט מאכן, נאר אויך אויף דעם וואס די האסט שוין אז די זאלסט עס נישט פארלירן, דארף מען דאך דאנקן און לויבן דעם אויבערשטען אויף אלעס וואס מען האט יא, אפילו עס פעלט נאך א סך, זעהט מען דאך אז עס איז דא א חשבון אויף אלעם, און פאר די זעלבע סיבה פארוואס עס פעלט מיר נאך א סך זאכן, פאר די זעלבע סיבה האב איך, און איך פארליר נישט דאס וואס איך האב שוין יא, ווייל דער זעלבער בעל הרחמים פירט אלעס אן מיט זיינע געוואלדיגע חסדים.

די אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל שטענדיג קענען מבשר זיין בשורות טובות, און דער אויבערשטער זאל האלטן זיין רעכטער האנט אויף אלע אידן און זייערע נכסים, און אונז זאלן מיר אלע שטענדיג זוכה זיין צו רחמים וחסדים גלוים, אכי״ר!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 1:55 am
דורך וויכטיג מאכער
Wow!!!

די חברה זענען אנבעליוועבל!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 6:19 am
דורך farshlufen
ישר כח פארן אונז דערציילן, זאלסט האבן פיל הצלחה מיט רעכטע קונים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 8:14 am
דורך leiby
א געוואלדיגע מעשה,
טאקע א סייעתא דשמיא.
כ'האב גראדע אפאר קשיות צו פרעגן, קוקט נאר אויס אז די ביסט נאך ניי,
ערשטענס וויזוי האסטו באקומען יענעמ'ס אימעיל דורך עמעזאן איז נישט מעגליך צו באקומען א אימעיל אדרעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 8:23 am
דורך farshlufen
לייב'עלע, אויב דו פרעגסט דאן האסטו עפעס פארפאסט פון די פאסירונג, לעז ווידארמאל איבער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 8:30 am
דורך leiby
איר זענט נישט באקאנט מיט עמעזאן, ס'איז נישט מעגליך צו שרייבן די אייגענע אימעיל אדרעס אין א אימעיל,
ער שרייבט אז ער האט עס באקומען אין די אימעיל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 8:40 am
דורך farshlufen
ער שרייבט דאך אז יענער האט אים בתמימות ארויסדערווישט זיין אימעיל פון אים און אזוי ארום געשיקט דערנאך א פאלשע עמעזאן אימעיל, קאפטשאוסט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 9:36 am
דורך i follow
איך קען דיר שיקן א אימעל פון עני אימעיל אדרעס וואס די ווילסט סאיז זייער גרינג צו פעלשן א אימעיל אדרעס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 9:37 am
דורך leiby
פארשלאפן,
און וואס נישט האט געשריבן: ווייל אינעם מעסעדז האט ער מיר געגעבן זיין אימעיל אדרעס, אז איך זאל אים עס דארט אהין שיקן,

קוקט אויס איר האט עס נישט באמערקט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 9:47 am
דורך farshlufen
און ממילא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 10:19 am
דורך יואל ווייס
לייבל, קען נישט דער פאסקודניק שיקן א הודעה פרטית פאר'ן מוכר, שיק מיר אפאר בילדער צו paskudnik@gmail.com?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 10:38 am
דורך leiby
ניין, ס'קומט ארויף אימעיל אדרעס רימאווד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 10:39 am
דורך derech eretz
לייבי איז גערעכט, כ'האב גלייך געזען ביים אנפאנגען ליינען די מעשה אז ס'שטימט נישט, עמעזאן לאזט נישט אדורך גיין זייער סיסטעם די פריוואטע קאנטאקט אינפארמאציע פון די מוכר מיט די קונה, 1 ס'זאל טאקע נישט געשען אזעלכע זאכן, און 2 מ'זאל נישט קענען מאכן קיין ביזנעס אונטערען טיש אן געבן עמעזאן זייער חלק.
איז אז דו באקומסט יענעמס אימעיל דארפסטו גלייך פארדעכטיגן אז עפעס גייט דא פאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 10:53 am
דורך שוועמל
פארשלאפן איז גערעכט, דער שווינדלער האט אים אפשר נישט געשיקט קיין פערזענליכע אימעיל אבער ווען ער האט ריפלייט האט ער בטעות ריפלייט פון זיין אריגינעלע אימעיל אנשטאט פון די אמעזאן אינטערפעיס אזוי האט עס יענער דערווישט.
ליין איבער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 11:04 am
דורך derech eretz
שוועמל האט געשריבן:פארשלאפן איז גערעכט, דער שווינדלער האט אים אפשר נישט געשיקט קיין פערזענליכע אימעיל אבער ווען ער האט ריפלייט האט ער בטעות ריפלייט פון זיין אריגינעלע אימעיל אנשטאט פון די אמעזאן אינטערפעיס אזוי האט עס יענער דערווישט.
ליין איבער

ניין ווען דו ריפלייסט צו א אימעיל וואס דו באקומסט פון עמעזאן באקומט "נישט" יענער דיין ארגינעלער אימעיל אפילו שיקסט עס פון דיין אימעיל
יענער האט דערווישט זיין אימעיל פון א צווייטע וועג, און ביים באקומען יענעמס אימעיל אדרעס אןיפן אימעיל וואלט ער געדארפט כאפן אז ס'שטימט נישט
און אודאי נישט שיקן גלייך צו יענעמס אימעיל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 11:06 am
דורך קארל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 11:07 am
דורך leiby
שוועמל ביסט לכאורה נישט באקאנט מיט עמעזאן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 11:08 am
דורך derech eretz
קארל האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=275870#p275870

עמעזאן איז מער סעקיורד פון איבעי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 11:12 am
דורך leiby
אגב ווי איז יענעמ'ס אדרעס געווען? מ'קען אויפסעטן פאראויס צו וועלכע געגענט מ'וויל אלץ שיקן, איז דאס געווען אין די געגענט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 11:53 am
דורך DotCom
leiby האט געשריבן:איר זענט נישט באקאנט מיט עמעזאן, ס'איז נישט מעגליך צו שרייבן די אייגענע אימעיל אדרעס אין א אימעיל,
ער שרייבט אז ער האט עס באקומען אין די אימעיל.


אפשר האט יענער עס געשריבן מיט רמזים אזוי ווי moishe at yahoo dot com אדער ענליכע קאודס וואס קלוגן איבער עמעזאן'ס סעקיוריטי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 12:04 pm
דורך שנאפס
לערענט אייך אויס א כלל, קיינמאל, יא קיינמאל נישט שיקן קיין עמעזאן אדער איבעי ארדער פארן איבערקוקן אנליין

א שטיק צייט פלעג איך באקומען בערך 20 פאלשע אימעילס א טאג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 12:10 pm
דורך ווינקל
געוואלדיגע השגחה פרטית.

מיר איז אונטערסנט וויאזוי איינער קען שיקן פון א אימעיל @עמעזאן.קאם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 12:11 pm
דורך שנאפס
אין ניגעריע איז עס א נארמאלע זאך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 12:12 pm
דורך derech eretz
שנאפס האט געשריבן:לערענט אייך אויס א כלל, קיינמאל, יא קיינמאל נישט שיקן קיין עמעזאן אדער איבעי ארדער פארן איבערקוקן אנליין

א שטיק צייט פלעג איך באקומען בערך 20 פאלשע אימעילס א טאג


פארדעם שיקט נישט עמעזאן די שיפינג אדרעס אויפן אימעיל זאלסט מוזן קוקן אנליין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 12:17 pm
דורך derech eretz
ווינקל האט געשריבן:געוואלדיגע השגחה פרטית.

מיר איז אונטערסנט וויאזוי איינער קען שיקן פון א אימעיל @עמעזאן.קאם


כ'מיין ער זאל איבערקוקן די פונקטליכע ספעלינג לענ''ד קען נישט זיין @עמעזאן.קאם